דברי חיזוק ביים פירות טיש
וז"ל:
רש"י זאגט און די ערשטע פסוק די וואך און די פרשה, "פרשה זו יפה נדרשת",
און מ'קען לערנען פון רש"י א מוסר השכל אויף דעם, אז און די חסידישער ספרים שטייט, אז ווען ס'קומט אויף א יוד אן דבר רע, א גזירה, זאל מען זעהן ארויסצונמען פין די דבר רע אן דבר טוב, ווייל אזוי ווי דער אייבערשטער וויל דאך אז ס'זאל זיין גוט פאר יידן, איז זיכער אז און יעדן דבר רע געפינט זיך אויך א דבר טוב, און אז מען זוכט אויף און דעם רע דאס טוב, און דורך דעם איז מען זיך מחזק , איז דאס האט דאך דער אייבערשטר געוואלט,
למשל אז אויף איינער קומט אן שווערן צייט אן דבר רע, און דורך דעם טוט ער תשובה, איז דאך דורך די דבר רע געקומען א דבר טוב און אפשר נאר פארדעם איז געקומען דער דבר רע כדי אז דער ייד זאל תשובה טוהן, איז אויב דער מענטש זוכט נישט דער דבר טוב, און טוט נישט תשובה, אזיין איינער פאלט נעבעך אינגאנצן אוועק, און ביי קרח זיי האבן בכלל נישט געזעהן דער דבר טוב אין זייערע רע, און פארדעם זנען זיי טאקע איננגאנצען פארברענט געווארן אין די ערד, און דאס לערנט מיך פון די פרשה אז מ'דארף און יעדע רע, זוכן דעם טוב,
און דאס זאגט רש"י פרשה זו- לערנט אונז אז מ'דאף זוכן דעם 'יפה' און יעדן זאך, 'נדרשת'- אז נישט אלעמאל זעהט מען עס גלייך, נאר אסאך מאהל דארף מען גוט דורש וחוקר זיין אויף דאס צוטרעפן.
ר"ש האט אויך מאריך געווען מיטן מהלך אינם פסוק "תמים תהי' אם ה"א" אז אויב איינער וויל זיין תמים, זאל ער אויפזוכן דעם ד' [מדת הרחמים] אינם א-לקיך [מדת הדין].
ר"ש האט נאך זעהר מאריך געווען און מסתמא וועט מען עס די וואך, ארויסדריקן,
ר"ש אמר,
מיר אלע האב מיר געהאט אן שווער וואך, צו האט יעדן פוגע געווען בכללי, און כמעט אלע בפרטי, אלע פרעגן זיך פארוואס האט מען אזוי צוגעטיילט?
טאקע ס'איז נאר אן טפל, און אפשר אן וויכטיגע טפל, איז אבער די מצב, אז דאס ברענגט צו, אז מ'שטייט און מ'שמועסט, און מ'רעדט לשה"ר, מ'רעדט אויף 'ערליכע יידן', און דאס מאכט אויסזעהן כאילו אונז האבן אן מחלוקת ח"ו.
מורי ורבותי, אונז האבן מיר זיך צוזאמן גענומען, כדי צו דינען דעם באשעפער צוזאמען, און זיך מחזק זיין צוזיין צוזאמן, אונזער דרך איז אזוי ווי דער רב ז"ל הכ"מ האט אינז געלערנט, און ער האט דאס גילערנט ביי זיין טאטן ז"ל, אז מ'לעבט מיט יעדן בשלום ושלווה,
אבער אזוי ווי אונז זאגן, אז אונז זעמיר גערעכט און זיי זאגן אז זיי זענען גערעכט, זאגט דער תורה הק', 'כי יפלא ממך דבר....בין דין לדין...וקמת ועלית אל הכהן.וכו'
אונז יידן ווייסן מיר אז מ'גייט צו אן בי"ד, און וואס בי"ד פסקנט, אזוי טוט מען, איז, דאס וואס מ'גייט צום בי"ד, דאס איז דאך ווייל מ'וויל 'מונע' זיין מחלוקת, פארדעם גייט מען אין בי"ד, אבער אז איין וואך איז נישט אזוי גיט, הייבט מען אהן צו רעדן, איז בתחליה מאי קסבר?
'לאזט ענק נישט פארברענט ווערן פון די יצה"ר פין לשה"ר'!!!!!
וכן המשיך רבינו, שגם בזה צריכים למצוא את הטוב כו'
ואנו מאמינים באמונה, שיש בו טוב ובע"ה עוד יהי' לנו הרחבה, אבל אנו צריכים להשאיר את הטיפול בזה להעסקנים, ולהתחזק בעבודת ד', ובזכות הקידוש ד' שייעשה על ידינו נזכה בבגו"צ בב"א
כתבתי בקיצור ממש.
הציבור הגדול, כמה שייצאו מחוזק מדבריו, ככה יצאו יותר מחוזק, מזה, שיש לנו 'מנהיג'- פשוטו כמשמעו
עבר בדיחה בין הציבור שאפשר כבר לעשות פשרה, הם יפסידו, ואנו נשלח את רבינו לנחמם...
 |
|
|