דאס האב איך געשריבן אויף אן אנדערן אשכול, אין איך מיין אז ס'איז דא אויכעט פאסיג.
מיינע תשובות איז פאר אלעמען.
אמת, די גאצע וועלט האט געוויסט אז רב"צ גייט ווערן רבי, ואני בתוכם וגם רבי רמ"ד ור' י"ר שליט"א.
וואס איז געשען?
פשוט,
דער ערשטע תקופה נאכן הכתרת רבינו זצ"ל איז רב"צ איינגזיצן,
נאך א שטיקל צייט האבן זיינע מיטשלעפערס אזוי ווי משפחת ב. און משפחת ע. און משפחת א. ופ., אהנגעהויבן צו אפלאכן און אפשפעטן און חוזק מאכן פינם רב ז"ל אין בימ"ד, זיי פלעגן לאכן פין רב'ס זיך ווארפן פין פארקינסון , פין זיין שוואכן צושטאנד, וכו' וכ' און אפען און גראב געזאגט אז זיי קענען שוין נישט ווארטן ביז רב"צ וועט ווערן רבי, די סארט אויפ פירעכטץ פין היימישע יינגעלייט וואס האבן אפיציעל געהייסן רב"צ נאנטע מענטשן, דאס האט גורם געווען צו דעם אז יעדע וואך ווען רב"צ האט געגעבן זיין שיעור אין די מתיבתא, און צום שיעור זענען פארשטייסט זיך נאר געקומען די 'נציגים' פין די 'באקאנטע' דערמאנטע משפחות, דאס האט צוגעברענגט צו אן שטארקע שנאה און צו דעם אז די בחורים האבן אלס געטוהן אז די שיעור זאל נישט מער זיין אין די מתיבתא, און רב"צ האט זיך דווקא פארעקשנט, און אזוי אז היינט קענען זיי זאגן 'מיהאט דעם רב אויגערודפט און געצאפט דאס בליט'.....
די סארט הנהגה פון רב"צ און זיינע מענטשען האט גורם געווען דערצו אז ווען די באבובער חסידים האבן געזעהן נאכן פטירה פין רב ז"ל, ווער זענען די נייע אהנפיהרערס פינם ביה"מד - דהיינו- אז די משפחות- וואס 'זיי' פלעגן אפחוזק'ן פין דעם צדיק, 'זיי' גייען פירן באבוב, דאס! האט גורם געווען אז מענטשן האבן נישט געקענט בלייבן אין 48 אין זענען ארויס פון דארט, און אזוי אויכעט די רב ז"ל איידעמערס, ווען רב"צ ואנשיו וואלטן מכבד געווען זייער שווער, וואלטן זיי זיך נישט געדארפט אפטיילן פין 48 סט. און אפי' אז זיי זענען די יורשים וואלטן זיי עם צורוה געלאזט, נאר די התנהגות פין רב"צ ואנשיו די לעצטע 4 יאהר ובפרט די לעצטע יאהר ווען רבינו ז"ל איז ליידער נישט געווען ביי זיך, די תאווה זייערע צום טאג וואס 'מ'וועט' שוין פטור ווערן פין 'איהם' ר"ל, איז געוואקסן, דאס איז די סיבה פארוואס די איידעמער האבן זיך 'געמוזט' אפטיילן באבוב, און פין די זעלבע סיבה איז אזיין רוזן עולם אוועק פין רב"צ, אפלאזנדיג א גרויס באקוועם בימ"ד, אפלאזנדיג אזעלכע שיינע מוסדות, און נישט וויסנדיג ווי מ'וועט מארגן דאווענען אין לערנען.
ווייל אין 48 איז אן 'עקל' צובלייבן, אויף צוצוזעהן די שמייכל אויף די פנימער פין זייערע מנהיגים, אז ס'איז זיי געלונגען,. נעבעך.
וויאזוי האבן זיי געשריבן אויף רב"צ אין די עד'ס אין די זורנאל פין רמבעה"נ???
ליום הזה חכינו וקווינו...ה"י
הוציאנו מאפילה לאורה...ה"י
 |
|
|