די צירוף פון שם הוי"ה לחודש תמוז איז די ס"ת פון זה איננו שוה לי.
איך בין נישט קיין בעל דרשן אדער מוכיח אבער עס איז כדאי צו באמערקען אז אין די ווערטער ליגט די גאנצע מפלה פון המן. אז מ' איז זיך מתבונן זעהט מען אז המן האט פארמאגט אוצרות קורח, געוועהן משנה למלך פון א וועלטס קעניג, וכל עבדי המלך כורעים ומשתחוים להמן - אריינגערעכנט די יודען. בקיצור, ער האט אלעס געהאט חוץ...ומרדכי לא יכרע. איין איינציגער יוד, מרדכי הצדיק, האט זיך נישט געוואלט בייגען.
אבער ניין! וכל זה - זיין גאנצע פרעסטיזש און עשירות - איננו שוה לי.
האט ער זיך געוואלט נוקם זיין נישט נאר אין מרדכי נאר אין אלע זיינע מענטשען - עם מרדכי - and the rest is history. צוליב דער נידריגער מידה פון וכל זה איננו שוה לי האט ער אלעס פארלוירען און איהם מיט זיינע קינדער האט מען געהאנגען.
איך מיין אז יעצט, פאר די דריי וואכען, איז דאס א גוטער מוסר השכל צו געדענקען.
נ.ב. נאכאמאל, איך בין נישט קיין מוסר זאגער, אבער אין hydepark corner קען זיך יעדער אויפשטעלען און דרש'נען - נו, האב איך מיר אויפגעשטעלט.
נשלח ב-12/7/2005 01:57
דריי טעג ווארט איך אויף אן תירוץ אויף מיין שאלה, דא אין די אשכול 'לאמיר זיך דורך רעדן',
די כופר באלקי ישראל די רעדטס דאך אויף דיין אייגענעם רבי'ן
עפ"ל
נשלח ב-12/7/2005 02:32
.
נשלח ב-12/7/2005 02:32
hey fich .you need a doctor you did not take your pills today i see
נשלח ב-12/7/2005 02:51
האסט געהערט אמאל דעם אויסדריק: רבי לעבן אפשר פונקט פארקערט?!
טויזענטער יודן איבער דער גארער וועלט פרעגן די זעלבע קשיא "היתכן"? האסט אנגעמאכט א מחלוקות עד לב השמים ביים כלל ישראל, אריינגעברענגט א שנאה אין ממש הונדערטע שטיבער אז בן קמה באביו ובתה באמה צושפליטערט צענדליגע הערליכע שיינע יודישע שטיבער אומזינסט, גענומען דעם פאר הדור והדרו דער מוסטער פון "שלום" וואס כלל ישראל האט פארמאגט און עס צוריסן און צופליקט אויף שטיקער... ארויס געטרעטן בפומבא קעגן שווער ז"ל (וואס איז ברא כשמש אז ער האט קיינמאל נישט געוואלט אז דו זאלסט ווערן רבי כפי כמה וכמה עדות, והעולה על כולנה אז נאך 40 יאר צוריק ווען ער האט געשמעקט וואס דו ווילסט טון האט ער אנגעשריבן א צוואה אז דו זאלסט נישט מאכן קיין מוסדות אדער בניינים על שמו הקדוש) אנטקעגן זיידן ז"ל (וואס האט קלאר ארויס געזאגט כמה וכמה פעמים אז נאך מיין ר' נפתלי זאל מיין ר' בנציון איבער נעמען)ׂאנטקעגן דעם בפירושער פסק פון דברי חיים ז"ל (וואס פסקה'נט קלאר אין די תשובות אז א איידעם ירשה'נט נישט קיין רביסטווע) און "וכל זה איננו שוה לי" ס'איז דיר נישט גענוג!!! עס איז נאך נישט גוט גענוג ! נאר יעצט דארף מען ווייטער פראבירען מיט אלע כוחות אנצוהאלטען די מחלוקות אז עס זאל פלאמען די עוממות זאלן זיך חלילה נישט פארלעשן...
געגאנגען און אריין געפירט די שענסטע קהילה בישראל אין "קארט" אריין, אין יודיש גערעדט פשוט געגאנגען "בערכאות"!!! געוואלד! שרייסט דאך אז דו האסט מער בחורים מער בעלי בתים מער עלטערע יודן מער קינדער, וכו' און מער געלט, איז וואס ווילסטו יעצט??? יא כ'על מודה זיין האסט געמאכט א גוטע דזשאב די לעצטע 5 יאר ארום געפירט דעם עולם ביי די נאז און נעביך דעם קראנקן שווער ביי די האנט... עס איז דיר דאך געלונגען, נא! וואס ווילסטו ? פאק איין און לאז יענעם לעבן, גיי דיר געזונטערהייט און בוי אויף און מאך און טוה, אבער לאז יענעם אפ!???
אבער דער תירוץ איז "וכל זה איננו שוה לי!....ואידך זיל גמור!
נשלח ב-12/7/2005 02:54
hey hey ,take it easy ,in which bakery did you bake all of this up ???
נשלח ב-12/7/2005 03:02
mharash never said that ,he told moshe e. you should see that my son should have parnoosah ,thats all he said ,he knew good and well what tachshtel he had
נשלח ב-12/7/2005 03:17
מהר"ש האט קיינמאל נישט געזאגט אז מען זאל זעהן זיין זוהן זאל האבן פרנסה ער האט געזאגט אז רב"צ זאל זיין רבי נאך מהרנ"צ
אבער מהרנ"צ האט יא געזאגט אז ער האפט זיינע איידימער וועלען האבן פרנסה.
און יעצט וויל מען דאס אויסדרייען....
נשלח ב-12/7/2005 03:21
ask moshe e.
נשלח ב-12/7/2005 03:33
איך וועל אים פרעגען ער איז א קרוב מיינער
נשלח ב-12/7/2005 04:53
ער איז אירעלעווענט
פאקשעווניצער רב א זוהן פון מרן מהרב"צ האט זיך נישט דערוואגט צו טוהן וואס מהרמד טוט
ער וואלט געקענט אויסקלויבן צעהן נעמען אבי נישט צו מאכן קיין מחלוקת
מיט די געלט וואס ער טעהנעט ער האט וואלט ער געקענט בויען א בנין אליין פאר די 200 בחורים און 200 יונגעלייט
AND CASE CLOSED
אבער אז מגייט אין די פיסטריט פונעם שטן זעהט עס אזוי אויס
נשלח ב-12/7/2005 06:08
The Gemora says Haman Min Hatoire Menayin? and answers from the Pusek of הֲמִן-הָעֵץ, אֲשֶׁר צִוִּיתִיךָ לְבִלְתִּי אֲכָל-מִמֶּנּוּ--אָכָלְתָּ.
What does this have to do with Haman Harasha? So there is a Pshat that Udam Harishoin had everything in the world except for one thing -- the Eitz Hadas. And still he could not live without it -- he needed to eat from it. So the question of the Gemora -- Haman Min Hatoire Menayin means to ask where do we see someone who has everything (like Haman) yet is still unsatisfied because he is missing one thing-Mordechai bowing down to him? This we see from Udam Harishoin who had everything but it wasn't enough. Vdai Lchakima Bremezah
נשלח ב-12/7/2005 08:10
דער דברי חיים שרייבט איידעמער ירשענען נישט?
איינער קען מיר ווייזען ווי?
איז דא אין ברעסלאב אויך א ספר וואס הייסט דברי חיים?
נשלח ב-13/7/2005 22:30
איך האב נישט אנגעוויזען מיט די פינגער אויף קיינער. דאס איז א חשבון וואס יעדער דארף זיך מאכען פאר זיך אליין.
נשלח ב-13/7/2005 22:37
ajew
ביסט זייער גערעכט,
די האסט געשריבן אן ארטיקל, און יעדע קען אטייטשטשן וויאזוי ער וויל, אינטערסאנט טאקע אז סיי אונז און סיי זיי האבן פארשטאנען אייניג וועמען מען מיינט