וואס א שטות איז דאס, ב"צ איז רבי ווייל ער הייסט האלברשטאם? אויב איז ער ממשיך מסורת אבותיו, און בפרט די מדות מיט וואס באבוב האט זיך אויסגעצייכענט, איז ער א ממשיך, און אויב נישט איז נישט. ער קען זיין בן אחר בן פון רבי'ס ביז אדם הראשון, אויב איז ער נישט ממשיך אין די זעלבע וועג רייסט ער זיך אוועק פון זיי.
צי ער איז יא ממשיך מיט די באבוב'ער דרך צי נישט איז אנ'אנדערע שמועס, אבער לו יהא אז ער פירט זיך נישט אין זיין טאטנ'ס דרכים איז בכלל נישט קיין נפק"מ וועמענס זוהן ער איז.
די גמרא (יומא) פארציילט אז אמאל ווען שמעיה ואבטליון זענען ארויסגעקומען מוצאי יום הקדוש איז די גאנצע עולם וואס האט באגלייט דער כה"ג אוועק פון איהם און געגאנגען צו שמעיה ואבטליון. דער כה"ג האט דאס ווייגעטוהן האט ער זיך אנגערופען בלשון זלזול ייתון בני עממא לשלם, דהיינו פרידען פאר די קינדער פון די פעלקער (שמעיה ואבטליון האבען געשטאמט פון גרים).
דערציילט די גמרא אז זיי האבען איהם גענטפערט ייתון בני אהרון לשלם דעבדא עובדא דאהרן ואל ייתו בני אהרן לשלם דלא עבדא עובדא דאהרן. ד.מ. זאל זיין פרידען פאר די בני אהרן וואס גיין אין אהרן'ס דרכים פון אוהב שלום ורודף שלום אבער נישט פאר די בני אהרן וואס גיין נישט אין זיינע דרכים. איך מיין אז דער גמרא שטימט זייער גוט לענינינו.
(די גמרא האב איך געשריבען פון אויסענווייניג ע"כ איז מעגליך אז די לשון איז עטוואס אנדערש. דער תמצית הדברים איז אבער ריכטיג.)
 |
|
|