און טאקע איך האב נישט מער ווי איינמאל געזעהן ווי ער העלפט טאקע.
און דא איז א מעשה וואס האט פאסירט מיט מיר די וואך:
גיי איך מיר אזוי שפאצירן דארט אין מיין געגענט ווי איך וואוין (נעבן גבעת הצרפתית) איך שפאציר און שפאציר און כ'זעה א דזשאמבא הינט באלעקט זיך מיט א גארביטש בעג, שוין איך שפאציר ווייטער אריבערגייענדיג אויף די צווייטע זייט און גארנישט.
שפאצירנדיג אויף צוריק צו וועגס א היים, קומט מיר דער כלב אנטקעגן, יא כ'האב מיר היבש דערשראקן פון אזא מין גרויסע הונט (שוין גארנישט קיין הינטל) שוין כ'גיי אריבער אויף די צווייטע זייט קומט ער מיר פון אונטן, לויפן האב איך נישט געוואלט וויל נאכדעם וועעט זיין אחת דתו, שוין איז פונקט געווען דארט געפארקט א קאר איך גיי ארום די קאר און הופסס ער איז דא, גיי איך פון די צווייטע זייט און אופסס ער איז דא, אזוי אפאר מאל ווי האט ער געהאט די שכל זיך אזוי ארומצושפילן מיט מיר אויף אלע זייטן ווייס איך נישט [תיקו].
איך געב א זאג דערשראקענערהייט "לא יחרץ כלב בלשונו" אבער איך טראכט צו מיר אז ער האט דאך נישט געבילט, איז פארוואס האב איך דאס געזאגט? [תיקו].
אינמיטן אזוי טראכטענדיג דערמאן איך מיר פון די גמרא מיטן הונט און ר' מאיר בעל הנס, איך האב גענומען קורזאש און געגאנגען אנטקעגן די הונט און געמאכט אזוי מיט די פינגער כאילו איך רעד צו עם, און געזאגט "אלקא ד'מאיר ענינו" 3 מאל און יא ער איז געבליבן שטיין אויף זיין פלאץ אן זיך צו רירן איך האב אנגעהויבן גיין און געקוקט אויף צוריק צו ער קומט מיר נאך, און נאפס ער איז געבליבן שטיין דארט ווי ער איז געשטאנען פריער.
נשלח ב-13/7/2005 22:42
BTW וואו איז די מקור פון די סגולה נפלאה?
נשלח ב-13/7/2005 22:44
ג'ובוי, קבל בשביל התיאור המעניין, אהבתי.
אכן, לפעמים ה"סגולות" פועלות...
נשלח ב-13/7/2005 22:44
אין די גמרא, נישט אזוי?
פיקס מי איף איים ראנג
נשלח ב-13/7/2005 22:45
דער שפראך פון JEWBOY'ס אמונה פארשטייט אפילו א הונט.
נשלח ב-13/7/2005 22:48
יא קען טאקע זיין
אבער וואו דע גמ' וואס דו האסט דיך דעמאלט דערמאנט?
נשלח ב-13/7/2005 22:52
דאס ווייס איך שוין נישט, ס'האט מיר געקלינגען די ניגון פון די גאלדמאן סי די.
שכויח פאר "בליכוכב" פארן מיר שיקן די גמ' פון אלקא דמאיר ענני איז אין עבודה זרה דף יח.
נשלח ב-15/7/2005 21:11
Jewboy...
איך האב געמיינט אז די האסט נישט אזוי מורא פון א כלב...
פון מיין עקספירענס... מען קען זעהן פון דערווייטענס אויב א הונט (גרויס אדער קליין) האט שלעכטע מחשבות. רוב פון זיי וועלן נישט טשפענען א מענטש נאר אויב מען האט זיי געטרעינט דאס צו טוהן.
און "רוב" פעלער אין אמעריקע ווען א הונט האט געשעדיגט א קינד איז עס געווען ווען דער קינד אדער ערוואקסענע איז אריין אין זיין טערעטארי, ווי למשל די back yard פונעם הונט. א הונט איז זייער געטריי צו זיין בעה"ב און ער פראבירט צו פראטעקטען די פראפערטי פון זיין בעה"ב.
איך בטבע ווער נישט דעשראקען פון א כלב. איך בין נאך געווען א אינג בחור קוים בר מצוה אין קעמפ. מיר זענען געגאנגען שפאצירען א פאר חברה און א הונט איז אונז אקעגען געלאפען. איינער האט געשאקעלט דעהם ציצות, איינער איז גאלפען אהער, איינער אהין, איינער האט געשיגען ולכל בני ישראל... עס האט גארנישט געהאלפען. איך האב מיך נישט גערירט און געגעבען פארען הינט (א גרויסע הינט) א גלעט אויפען קאפ און איהם געזאגט good boy. ער האט געגעבען א שאקעל מיטען וויידעל און איז זיך פרייליכערהייט ווייטער געגאנען.
צום שלוס, א גוי האט מיך געפרעגט פארוואס All Your People האבען אזוי מורא פון א הינטעל. האב איך איהם געזאגעט קודם כל מיר האבען אסאך קינדער ממילא האבען מיר נישט קיין הינט קענען מיר זיך נישט אויס מיט זיי. צווייטענס, פאר הונדערטער יארען האבען די גוים מיט די פריצים אהנגערייצט די הינט אויף אונז, די פחד איז נאכנישט אוועק געגאנגען. איך האב עס יארען צירוק געהערט פון א בעל דרשן און יעצט איז מיר עס צינוץ געקומען.