איך האב נעכטען צום ערשטן מאל געזעהן די הכתרה פון רב"צ און איך וויל עפעס פארשטיין:
דאס איז אמאל זיכער אז חסידי רב"צ (לפנים רב הצעיר) האבען נישט פיינט געהאט דער רב ז"ל הכ"מ, און אלעס וואס מען האט אויף זיי געזאגט איז נאר געוועהן די סם פון רבינו שליט"א און זיינע מענטשען. יעצט נחזי אנן, איך געדענק ווען ר' משה מאיר האט אויסגערופען אז מען איז מכתיר מורינו ר' נפתלי צבי בן מורינו ר' שלמה ז"ל (איך געדענק נישט פונקטלעך די לשון היות איך האב קיינמאל נישט איבערגעהערט די לוי'), האט זיך זיין קול איבערגעהאקט וגעו כל העם בבכי. די זעלבע זאך איז געוועהן ווען מען האט מכבד געוועהן דער רב ז"ל מספיד צו זיין זיין טאטן, אויסרופענדיג איהם אלץ ר' נפתלי דער זוהן פונעם רב ז"ל, איז נישט געוועהן קיינער וואס האט נישט געוויינט הערענדיג די ווערטער זכרונו לברכה.
קיינער האט נישט געשריגען יחי אדונינו.
יבדלחט"א ביים אויפנעמען די 'רבנים הצדיקים' אלץ ממשיכים ומורי דרכינו האט זיך געהערט בכיות נוראות. אין דער אנהייב האט ר' ברוך חנה בכלל נישט געקענט קומען צום ווארט מגודל הבכי.
דו ווילסט אפילו מדמה זיין דאס געוויין נאך א רבי פון קרוב צו 70 יאר (אנהייבענדיג אלס רב הצעיר אין שטאט באבוב) - וואס רוב עולם האט געהאט א פערזענליכע טאטע-זוהן קשר מיט עם - צו א רבי פון קוים פינף יאר - וואס רוב עולם (עכ"פ מבן שלשים ולמעלה) האט געהאט א ידידות קשר און א שטארקע הערצה צו עם - איידער ער איז געווארען רבי - און וואס אלס רבי - איז געווען גאר שווער אנצוהאלטען דעם נאנטען קשר מיט עם ווי פריער - צוליב זיין מצב הבריאות...
חוץ מזה - דאס "נישט וויינען" וואס די שרייבסט - איז גאנץ פשוט - ביים מהר"ש זצ"ל איז עס געווען א shock - דער עולם איז נישט געווען גרייט פאר די גאנצע מעשה - קיינער האט זיך נישט געראכטען אויף יענער נאכט אז עס גייט געשעהן - און אינערליכע געפילען האבען צוגעשפילט - דער רב הצעיר'ס הספד האט צוריסען יעדעם'ס הארץ - מ'האט נישט געקענט נישט וויינען - און בכלל - די הכתרה איז געווען בשעת די לוי' - מ'האט נישט געוויינט וועגען דער הכתרה - מ'האט געוויינט ווייל עס איז געווען די לוי'...
ווידער דא איז שוין געווען א יאר צייט וואס איז געווען חייו תלויים מנגד ר"ל - מ'האט אונז פראבירט איינצורעדען מעשה'ס אז ער ווערט "בעסער" - אז אפילו צוויי טעג פאר די פטירה - האט מען מסביר געווען אז ער איז פשוט "פאַרשלאַפט" - אבער דער המון עם האט געוויסט דעם אמת - אז זיינע קינדער ציען אויס זיין לעצטען אטעם נעבעך (אן קיין אמת'ע האפענונגען) - און בפרט די לעצטע פאר טעג - האט יעדער געוויסט אז עס איז שוין געציילטע מינוטען - מ'איז שוין געווען נאך דריי טעג אריין וויינענדיג אינ'ם תהלים'ל - און ממילא ווען ס'איז ליידער אנגעקומען די מינוט - איז עס שוין נישט געווען אזא shock - און עס איז זיך נישט געקומען אזוי גרינג צו וויינען...
ווי אויך - איז דער רב שליט"א'ס הכתרה נישט געווען בפני מטתו של אותו צדיק - ממילא איז נישט באמת שייך קיין געוויין אין דעם זמן...
i saw that clip also there is no showing any sadness there .looks like they having a party there
נשלח ב-14/7/2005 00:10
also they wanted to make a meeting with r.m.d and it was sceduled for 5pm . and all what happened there was an hachtoorah with out any notices ,also the way r.c.y.t talked that there is no shalah on halacha that r. benzion has to be rebbe ,now we are going to see what bais din is going to say
נשלח ב-14/7/2005 00:12
45th
I am not going to argue - but you're trying to distort and recreate the truth...
I'll post the link and let everybody judge for themselves if it looks like a party
אבער וועסט מודה זיין אז אנשי ביתו פין ר'נפתלשי האבן אויסגעניצט זיין שוואכקייט צי רודפ'ן אין צאפן דאס בליט פארן רביס ברידער רב"צ על לא עוול בכפו נאר פאר די איינע סיבה ווייל די צוויי איידימער זאלן קענען ווערן רבי
וועסט מודה זיין אז מען האט נישט געוואלט ער זאל מספיד/זיין ביי די לויה,פין זיין זיין ברידער
וועסט מודה זיין אז אנשי ביתו פין ר נפתלשי זצ"ל האבן געוואלט אז א האלבערשטאם. דער זין פין ר' שלמהל'ע, זאל גיין ווער א טראק דרייוער אדער צי טיען עפעס אנדערש פאר פרנסה ער זאל זיין אויסגעשלאסן אינגאנצן פין באבוב
דא האסטע דעם תירוץ, קיינער איז נישט קיין מלאך
תוקן על ידי - all5in1 - 14/07/2005 19:56:06
נשלח ב-14/7/2005 20:07
באנדע שקרנים!!!!!
מ'האט נישט געלאזט?
ער האט נישט געוואלט!!!
היינט ווען קיינער קען עם שוין נישט צוריקהאלטן פון צו רעדן, רעט ער דען?? זאל ער רעדן!!
ווער שטערט עם יעצט פין צו רעדן??
תנו רבנן:
עושים גזירה שווה מה אחרי הפטירה שברשותו לדבר - אינו רוצה לדבר, אף לפני הפטירה בעת ההלווי' אע"ג שהי' יכול לדבר, אינו דיבר, כיון שלא רצה לדבר: