יא, ליידער זענען מיר געוואויר געווארן די ביטערע נייעס דורך "חדשות אנ"ש", און מיטגעהאלטן ווי עס זענען אריינגעקומען לעבעדיגע באריכטן - קראנטע און צומישטע, ווי דער סדר איז ביי אלע אזעלכע סארט געשיכטעס.
עס קומט א קרעדיט פאר די וואס האבן געוואוסט די נעמען פון די באטראפענע און האבן זיך איינגעהאלטן פון עס ארויסגעבן ווילאנג די משפחות ווערן געמאלדן, וואס דאס איז נישט מער ווי יושר, מענטשליכקייט, און נימוס ודרך ארץ.
זאל השי"ת האלטן די רעכטע האנט אויף אידישע קינדער, און זאל דער זומער אדורכגיין בשלום. שנשמע ונתבשר בשורות טובות ישועות ונחמות.
|
|