בית פורומים באבוב

וואס הייסט געווינען וואס הייסט פארלוירן

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-18/7/2005 11:14 לינק ישיר 
וואס הייסט געווינען וואס הייסט פארלוירן

שרייבט אריין אייער פרידיקשען אדער אייער עקספעקטעשען וואס האלט איר אז אויב סוועט זיין כך וכך איז געווינען און אויב כך וכך איז פארלוירן אז מקריגט א ניקל הייסט געוואנען אדער דווקא ווען מקריגט אלעס הייסט געווענען אויב 48 באקריגט עפעס הייסט אויך געוואנען אדער נישט כהאף דער עולם האט פארשטאנען די קשיא טאמער נישט ביטע פרעגען אין אישי
ביטע נישט פארשמירען דער פאנעל לאמיר זעהן ווער עס וועט זיין גערעכט בסוף נישט פארקריכען אין אנדערע נושאים נאר בלויז רעדען וועגען א סינעריא היכי תמצאס


הצלחה רבה



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/7/2005 21:20 לינק ישיר 

מיך קענסטו נישט פארקויפן קיין מעשה'לעך, מ'טאר אפשר נישט אזוי זאגן, אבער וואס איז דיין שאלה בכלל?
קוק אהן דעם רמ"ד, אין 'איין' טאג! איז ער געווארן א רבי, און נאך דערצו אגרויסע רבי, נישט קלענער ווי אונזער רב, און די פרעגסט נאך ווער איז דער ווינער? די נערישער מענטש, ס'וועט אונז נעמען לאנגע יאהרן, אויף צוריק אהנצופוהלן די בימ"ד אזוי ווי אין די שלום-יאהרן, וואס פארדרייסטו א קאפ, אפאהר בילדינגס אין די"ת, אפילו אז אונז וועלן מיר אללעס געווינען, איז וואס? איך גלייב אז זיי וועלן זיך שיין אויפבויען די פאהר בילדינגס אין זיי וועלן פאהרן ווייטער, ביג דיל, אפאהר בילדינגס, דאס מיינט ביי דיר געווינען? ביי מיר איז רמ"ד א פוהל ווינער ווייל ער איז אין איין טאג געווארען א גרויסע! רבי, פין הנדערטער משפחות מיט הונדערטער בחורים, אין אונזער רב איז א לאזער, ווייל ער האט פארלוירן האלב חסידים!!!




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/7/2005 21:25 לינק ישיר 

לויט דיר פארוואס זיצט מען אין ד"ת
איך האב געפרעגט בנוגע פסק בי"ד וואס הייסט געווינען אין וואס הייסט פארלוירן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/7/2005 21:31 לינק ישיר 

די פארשטייסט נישט? אפי' די רב געווינט די די"ת בלייבט ער א לוזער, און אפי' אז רמ"ד פארלירט בלייבט ער א ווינער, ווייל דער עיקר איז תלוי אין חסידים און נישט און אפאהר טיש און בענקלעך.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/7/2005 22:39 לינק ישיר 

1> The fact that R' B"Z will not have to do the dirty

work of throwing out all the trouble makers

is in fact his biggest win of yet. R' M"D's poeple have

done on their own what would have been

a hard and dirty job for R' B"Z.


2> R' B"Z is not the petitioner. He can't win or lose. The object

of the game is to see if R' M"D will win his petition or not. And

that is what "Bubuv" is asking: How high is the bar set

for R' M"D to claim a win



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/7/2005 22:55 לינק ישיר 

געווינען אדער פארלוירען איז זעהר א רעלעטיווער עסק - מ'קען האבען געווינען און באמת האבען פארלוירען - און די זעלבע פארקערט...

אז א ארימאן געווינט א קאר - און דערנאך דארף ער צאהלען טעקס - און ער האט נישט צו באצאהלען - פארקויפט ער די קאר כדי צו קענען צאהלען - אבער יעצט האט ער שוין פארדינט צו פיל געלט פאר דער יאר - און ער פארלירט דורך דעם "פוד-סטעמפס און מעדיקעיד" - דאס הייסט ביי מיר פארלוירען - איי ער האט דאך געווינען???

אויף פארקערט - ברעכט אייך אייער אייגענעם קאפ פאר א משל - איך בין נישט דער דובנער מגיד - און איך וויל קומען צום פסוק...
________________

דא באדארף מען נעמען אין באטראכט צוויי פאקטען...

נומער 1 - ווי פוהל פראצענט זענען אוועקגעגאנגען\געבליבען - איך וועל זיין קאנסערוועטיוו "פאר ביידע" 35%-65% - (איר קענט לייגען אייערע אייגענע מספרים - איך וועל נישט זיין בייז)...

נומער 2 - וואס האט צד באבוב פארגעלייגט אלס א פשרה באלד פון אנהייב אז צד אונגער זאל אפטרעטען - איך האב געהערט דריי מספרים - 3, 5 און 6 מיליאן דאלאר - דריי לכתחילה - נאר פאר יהושע'לע רובין זאל אפטרעטען - און שפעטער 5 פאר ביידע - און דערנאך 6...

צו די מספרים זענען פונקטלעך - ווייס איך נישט - אבער זיי זענען זיכער קרוב לאמת...

לראשונה - נאך א פסק פון בית דין - ביי א "גלייכע" פשרה - דאס מיינט קיינער געווינט נישט און קיינער פארלירט נישט - וואלט געדארפט זיין אז יעדער באקומט לויט ווי פוהל פראצענט ער האט מיט זיך - און פון דעם חשבון קומט צד אונגער'ס מספר פון 40 מיליאן - מ'שאצט באבוב איז ווערד 115 מיליאן דאלאר - און 35% פון דעם בערך איז 40 מיליאן...

שנית - צד באבוב'ס גרעסטע offer אז צד אונגער זאל אפטרעטען - לאמיר זאגען איז 6 מיליאן...

שלישית - "עקספעקטעישאן'ס" - וואס יעדער צד פארשטייט און פרעדיגט אז זיי וועלען באקומען...

פון מיין פראספעקטיוו איז אזוי - אויב וועט צד אונגער באקומען מער פון 35% פראצענט (אדער 25% לויט ווי צד באבוב האלט אז אונגער האט נאר 25%) - דעמאלס איז צד אונגער גרויסע "געווינערס" - און צד באבוב "גרויסע לאָזער'ס" - ווידער לאמיר זעהן פארקערט - אויב צד אונגער געווינט אפילו נישט 6 מיליאן דאלאר - זענען זיי בייזע לאָזער'ס - און צד באבוב גרויסע העלדען - ווייל צד אונגער האט געקענט מאכען מער געלט אן די גאנצע מחלוקת - (און באמת דארף מען צו לייגען 1-2 מיליאן דאלאר - פאר אלע געלט וואס צד אונגער האט אריינגעלייגט אין די מחלוקת ביז דער פסק)...

יעצט צווישען 6 מיליאן און 35% (40 מיליאן) - איז אזוי - היות צד באבוב רעכענט זיך אז אלעס גייט בלייבען ביי זיי - און עס קומט גארנישט פאר צד אונגער - און צד אונגער פארשטייט אז זיי באקומען לכתחילה 35% - אלס ירושה און אלס דער פראצענט פון קהל וואס איז מיט זיי ארויס - האבען ביידע באמת גרויסע "עקספעקטעישאן'ס"...

בואו חשבון - צווישען די ערשטע 6 מיליאן און 40 מיליאן איז דא 34 מיליאן - און היות ביידע צדדים האבען גרויסע האפענונגען אויף דעם געלט - מוז איך מאכען א יחלוקו - 17 מיליאן דאלאר - הייסט אז דער "מיטן-פונקט" איז 23 מיליאן דאלאר (נאך די ערשטע 6 שאינו מן המנין כדלעיל) - אויב צד אונגער באקומט דעם מספר - האט קיינער נישט באמת פארלוירען - אבער אויך נישט באמת געווינען - ווייל עס קומט נישט צו צו קיינעם'ס "עקספעקטעישאן'ס"...

פארשטייט זיך אז פון דעם מספר - איז מער און ווייניגער - מאכט איין צד מער געווינער און דאגעגען איין צד מער א פארלוירענער - דאס הייסט אז אויב צד אונגער מאכט 27 זענען זיי מער געווינער פון צד באבוב - און דאס זעלבע פארקערט...

כל זה נראה לעני"ד...

מיין פערזענליכע פרעדיקציע - אז צד אונגער באקומט נישט אפילו די ערשטע 5 מיליאן דאלאר...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/7/2005 23:07 לינק ישיר 

יישר כח דוד יודא דער ערשטער וואס ענטפערט לענין רבותי לאזט ענק הערן ביטע נישט פארשמירן דער פאנאל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/7/2005 00:01 לינק ישיר 

די בעסטע קען מען מסביר זיין געווינען אין פארלירען
דורוך נעמען פאר א משל די פסק בי"ד בנוגע די קעמעפס

רמ"ד האט מיעס פארלוירן ער האט דערלייגט די קעמעפס ער האט געמיזט גיין זיכען נייע קעמפס אין אינוועסטען שווערע געלטער אין אסאך עגמת נפש,אט דאס הייסט פארלוירן

רב"צ האט געווינענן די דין תורה אין האט אריינשפאצירט אין די קעמפס מיט א שמייכעל,אט דאס הייסט געווינענן

בנוגע אויף להבא,עס איז מסתבר אז רמ"ד גייט באקימען א בילדינג צוויי אבער נישט מער אין אויב עס גייט אזוי זיין גייט ער זיין א גרויסע פארלירער ווייל
1}ער האט געוואלט האבן אלעס
2}עס איז היבש שווער אין בארא פארק היינט ציטאגס אנהייבען פין דאסניי



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/7/2005 00:25 לינק ישיר 

פאפקארן האט פריער זייער גיט געשריבן,

אז ענק זיכן אן סיבה אויף וואס זיך צו פרייען, ווייל דער פאטש פין פארלירן האלב באבוב קלינגט ענק נאך אין די אויערן, איז דאס נחמת המפסידים

ווי זאגט יענער? זיי האבן פארלוירן האלב חסידים און געוואנען אפאהר באנגעלאוס....

אזוי אז עטס קענסט ענק פרייען און טאנצן מיט שטיינער און מיט העלצער, דאס פאר אפאהר דאללער קען יעדער קויפן, אבער מענטשן מיט וועמען צו גיין צום טיש דאס קען מען נישט קויפן.....

חוץ פין דעם, ענקערע הוצאות אויף די קעמפס האט געקאסט "3" מאהל מער ווי אינזערע קעמפס, איז גיי טאנץ ווייטער



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/7/2005 00:40 לינק ישיר 

עס איז א נארישער שפראך געווינען צו פארלוירען.

איר ליינען צו סאך סאטמארער היידפארק.

ווינער'ס לוזער'ס ווינער'ס לוזער'ס.

לאמיר פרעגען א פאר שאלות.?

שומרי אמונים האט געווינען די גאנצע דין תורה מיט זיין שוואגער תולדות אהרן אבער געבליבען מיט קוים מנין.


תולדות אברהם יצחק האט מיאוס פארלוירען דעם דין תורה מיט זיין שוואגער אבער געבויט א מעכטיגע חסידות.

ר' אהרן טייטלבוים האט מיאוס פארלוירען אין קאורט אבער האט א געוואלדיגער סוקסעספול חסידות פון די שענסטע אויף די וועלט.

בקיצור א דין תורה איז נישט נוגע.

כ"ק אדמו"ר מבאבוב האט חסידים וואס זענען זיך גרייט צו לאזען קאסטען צו בויען א חסידות, זיי ווילען קודם פרובירען צו באקומען וואס מען קען פון א דין תורה.

וועגען דעם האט באבוב נישט אינטערסירט צו נעמען דיינים וואס מען האט געשמועסט אז זיי זענען נוטה צו רב"צ.

וועלען זיי פסקענען ווי הלכות ירושה הרי טוב, וועלען זיי פסקענען מיט געפילען פאר רב"צ איז אויך גוט.

ווינער'ס אין לוזער'ס איז נוגע ווער עס וועט האבען וויפיל מתפללים ראש השנה- יום כיפור- שמחת תורה.

ווער ועט האבען וויפיל בחורים אין די ישיבות אין מתיבתות.

ווער וועט האבען א עולם פון חסידישע אינגעלייט , ווער וועט האבען גבאים היידפארק שרייבער'ס.




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-19/7/2005 01:01 לינק ישיר 

חגי דאס וואס די שרייבסט איז זייער א גיטע טרייסט נאכן פארלירן די דין תורה ביי די קעמפעס,די פאקט איז נאך אלץ אז

רב"צ האט א גרעסערער עולם ווי רמ"ד ביי די טישען אין די תפלות אפילו ער האט פארלוירן אביסל מענטשען

א חסידות מיז האבן בנינים אז נישט איז עס זייער זייער שווער אין ווי עס קיקט אויס גייט עס רב"צ האבן

שרייבערס אויף היידפארק האט היינט ציטאגס רמ"ד גראדע דאפלעט ווי רב"צ

ביידע האבן שיינע אידן אין אין זייער קהלה אין ביידע האבן מיטעל מעסיגע אין פויערען אין זייער קהלה

ביז 2 יאר פין יעצט וועט לכאורה רב"צ האבן א גרעסערע ישבה ווי רמ"ד פשוט ווייל אין די ת"צ גייט שוין יעצט די ווינט רב"צ



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/7/2005 01:03 לינק ישיר 



וייקץ והנה חלום.....




ויחלום שנית.....

תוקן על ידי - the_mouse - 19/07/2005 1:04:15



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/7/2005 04:55 לינק ישיר 

all5in1

פארגעס נישט קיין מינוט ווען די ביסט געווען א אומשילדיגער באזוכער פון קרית יואל וואס האט וויי געטון דעם בחצרות קדשינו.

אמת א מוסד מיז האבען בנינים, אבער עס איז נישט דא קיין חסידות וואס האט נישט קיין בנינים, אין אויב באבוב 45 האט נישט היינט וועלן זיי מארגען האבען בנינים.

דאס איז אבער דאס ערשטע מאל אין היסטאריע ואוס אזא גרויסער ציבור זענען ארויס פון א לופטיגע בית המדרש אין געגאנגען לארץ לא זרוע אבי צו זיין מיט א ערליכער איד.

מוז זיין אז באבוב 45 האט וואס צו פארקויפען, ווייל דאס איז א מוראדיגער נס.

פארשטייט זיך אז איך וואלט בעסער געואלט געווינען די דין תורה אין האבען די קעמפס מיט אלעס, אבער בכל זאת איז מיר ליבער צו זיין מיט א רבי וואס האט אזא מאגנאט צו ציען מענטשען אפילו ווען ער האט נישט קיין בנינים וויי איידער צו זיין מיט א רבי מיט א סאך בנינים.

פארגעס נישט קיינער האט נישט אלעס, ממילא זאג איך בעסער א רבי ווי בנינים



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-19/7/2005 05:03 לינק ישיר 

חגי עס איז אינגאנצן נישט אזא גרויסע נס אין עס ווייזט נישט אויף גארנישט

עס איז נאר, ווייל שנאה מקלקלת את השורה ענק האבן פיינט רבינו שליט"א ,דאס איז די גאנצע סיבה וואס האט ענק געמאכט גיין

עס איז נאר, ווייל עטץ זענטץ געבליבען אויסגעשפילטע חוזק געהעצט זעקס יאר אין געמיינט אז דערנאך גייט מען אלעס האבן אין איבער נעמען די הנהגה דערווייל האט עטץ באקימען א שטויס ארויס
אט דאס האט ענק געמאכט גיין בארץ לא זרועה {אויף אידיש הייסט גיין ווי די אויגן טראגט נאר}נישט קענענדיג ציקיקען ווי ענקער הארוואניע פין 6 יאר גייט לאיבוד אין רבינו שליט"א נעמט אלעס איבער,

ביי ביי גייטס

תוקן על ידי - all5in1 - 19/07/2005 5:05:23



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/7/2005 05:14 לינק ישיר 

ר' ALLINONE פון קריתיואל.

אין קרית יואל קענסטו פארקויפען די מעשיות אז איינער האט געזאגט אז מען גייט איבערנעמען., קיינער האט אפילו פון דעם נישט געחלומט.

אבער לו יהא כשיטתך אז עס איז אמת וואס די שרייבטס אז עס קומט נאר פון שנאה פון רב"צ, קענסט מיר מסביר זיין וואס האט ער שלעכט געטון צו באקומען אזא שנאה?

איז שוין געווען אזא זאך אין היסטאריע?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-19/7/2005 05:43 לינק ישיר 

פאר איך ענטפער,וויל איך פרעגן, וואס האב איך מיט קר"י??

ווייל כהאב געהערט אז מען האט עס געשיקט דארט, אין איך האב געפרעגט פארוואס??!!

יעצט דאס וואס די פרעגסט צי עס איז שוין אמאל געווען אזא שנאה

עס איז סתם א טיפשות פראגע וואס דארף נישט קיין ענטפער,
עס איז אייביג דא מענטשן וואס זיכן צי זיין ביי פאוער אין וויבאלד זיי האבן געוויסט אז ביי רב"צ האבן זיי גארנישט האבן זיי געהעצט ביז 35 פראצענט האט מחליט געווען צי גיין

געדענק!35 פראצענט פין א קהלה איז זייער א קליינע נומבער יעדע קהלה היינט ווען עס גייט אריבער צי א ממשיך ציטיילט זיך באבוב איז אוועק געגאנגען די קלענסטע מספר,זיי נישט אזוי ציפרידען

נאך א זאך דאס וואס ענק האבן שנאה אויף רב"צ ליגט אויף ענק צי פארענטפערן נישט אויף צד רב"צ עס איז א בושה ווי אזוי ענק פירן זיך אויף לרבינו בן הגה"ק זצ"ל

ווען עטץ גייטס צינדען א ליכטעל ביי ר'נפתלשי קענט עטץ איבער בעטן רבינו ז"ל פארן רודפן זיין זין שליט"א

תוקן על ידי - all5in1 - 19/07/2005 5:49:17



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > באבוב > וואס הייסט געווינען וואס הייסט פארלוירן
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext