שרייבט אריין אייער פרידיקשען אדער אייער עקספעקטעשען וואס האלט איר אז אויב סוועט זיין כך וכך איז געווינען און אויב כך וכך איז פארלוירן אז מקריגט א ניקל הייסט געוואנען אדער דווקא ווען מקריגט אלעס הייסט געווענען אויב 48 באקריגט עפעס הייסט אויך געוואנען אדער נישט כהאף דער עולם האט פארשטאנען די קשיא טאמער נישט ביטע פרעגען אין אישי
ביטע נישט פארשמירען דער פאנעל לאמיר זעהן ווער עס וועט זיין גערעכט בסוף נישט פארקריכען אין אנדערע נושאים נאר בלויז רעדען וועגען א סינעריא היכי תמצאס
הצלחה רבה
נשלח ב-18/7/2005 21:20
מיך קענסטו נישט פארקויפן קיין מעשה'לעך, מ'טאר אפשר נישט אזוי זאגן, אבער וואס איז דיין שאלה בכלל?
קוק אהן דעם רמ"ד, אין 'איין' טאג! איז ער געווארן א רבי, און נאך דערצו אגרויסע רבי, נישט קלענער ווי אונזער רב, און די פרעגסט נאך ווער איז דער ווינער? די נערישער מענטש, ס'וועט אונז נעמען לאנגע יאהרן, אויף צוריק אהנצופוהלן די בימ"ד אזוי ווי אין די שלום-יאהרן, וואס פארדרייסטו א קאפ, אפאהר בילדינגס אין די"ת, אפילו אז אונז וועלן מיר אללעס געווינען, איז וואס? איך גלייב אז זיי וועלן זיך שיין אויפבויען די פאהר בילדינגס אין זיי וועלן פאהרן ווייטער, ביג דיל, אפאהר בילדינגס, דאס מיינט ביי דיר געווינען? ביי מיר איז רמ"ד א פוהל ווינער ווייל ער איז אין איין טאג געווארען א גרויסע! רבי, פין הנדערטער משפחות מיט הונדערטער בחורים, אין אונזער רב איז א לאזער, ווייל ער האט פארלוירן האלב חסידים!!!
נשלח ב-18/7/2005 21:25
לויט דיר פארוואס זיצט מען אין ד"ת
איך האב געפרעגט בנוגע פסק בי"ד וואס הייסט געווינען אין וואס הייסט פארלוירן
נשלח ב-18/7/2005 21:31
די פארשטייסט נישט? אפי' די רב געווינט די די"ת בלייבט ער א לוזער, און אפי' אז רמ"ד פארלירט בלייבט ער א ווינער, ווייל דער עיקר איז תלוי אין חסידים און נישט און אפאהר טיש און בענקלעך.
נשלח ב-18/7/2005 22:39
1> The fact that R' B"Z will not have to do the dirty
work of throwing out all the trouble makers
is in fact his biggest win of yet. R' M"D's poeple have
done on their own what would have been
a hard and dirty job for R' B"Z.
2> R' B"Z is not the petitioner. He can't win or lose. The object
of the game is to see if R' M"D will win his petition or not. And
that is what "Bubuv" is asking: How high is the bar set
אז א ארימאן געווינט א קאר - און דערנאך דארף ער צאהלען טעקס - און ער האט נישט צו באצאהלען - פארקויפט ער די קאר כדי צו קענען צאהלען - אבער יעצט האט ער שוין פארדינט צו פיל געלט פאר דער יאר - און ער פארלירט דורך דעם "פוד-סטעמפס און מעדיקעיד" - דאס הייסט ביי מיר פארלוירען - איי ער האט דאך געווינען???
אויף פארקערט - ברעכט אייך אייער אייגענעם קאפ פאר א משל - איך בין נישט דער דובנער מגיד - און איך וויל קומען צום פסוק...
________________
דא באדארף מען נעמען אין באטראכט צוויי פאקטען...
נומער 1 - ווי פוהל פראצענט זענען אוועקגעגאנגען\געבליבען - איך וועל זיין קאנסערוועטיוו "פאר ביידע" 35%-65% - (איר קענט לייגען אייערע אייגענע מספרים - איך וועל נישט זיין בייז)...
נומער 2 - וואס האט צד באבוב פארגעלייגט אלס א פשרה באלד פון אנהייב אז צד אונגער זאל אפטרעטען - איך האב געהערט דריי מספרים - 3, 5 און 6 מיליאן דאלאר - דריי לכתחילה - נאר פאר יהושע'לע רובין זאל אפטרעטען - און שפעטער 5 פאר ביידע - און דערנאך 6...
צו די מספרים זענען פונקטלעך - ווייס איך נישט - אבער זיי זענען זיכער קרוב לאמת...
לראשונה - נאך א פסק פון בית דין - ביי א "גלייכע" פשרה - דאס מיינט קיינער געווינט נישט און קיינער פארלירט נישט - וואלט געדארפט זיין אז יעדער באקומט לויט ווי פוהל פראצענט ער האט מיט זיך - און פון דעם חשבון קומט צד אונגער'ס מספר פון 40 מיליאן - מ'שאצט באבוב איז ווערד 115 מיליאן דאלאר - און 35% פון דעם בערך איז 40 מיליאן...
שנית - צד באבוב'ס גרעסטע offer אז צד אונגער זאל אפטרעטען - לאמיר זאגען איז 6 מיליאן...
שלישית - "עקספעקטעישאן'ס" - וואס יעדער צד פארשטייט און פרעדיגט אז זיי וועלען באקומען...
פון מיין פראספעקטיוו איז אזוי - אויב וועט צד אונגער באקומען מער פון 35% פראצענט (אדער 25% לויט ווי צד באבוב האלט אז אונגער האט נאר 25%) - דעמאלס איז צד אונגער גרויסע "געווינערס" - און צד באבוב "גרויסע לאָזער'ס" - ווידער לאמיר זעהן פארקערט - אויב צד אונגער געווינט אפילו נישט 6 מיליאן דאלאר - זענען זיי בייזע לאָזער'ס - און צד באבוב גרויסע העלדען - ווייל צד אונגער האט געקענט מאכען מער געלט אן די גאנצע מחלוקת - (און באמת דארף מען צו לייגען 1-2 מיליאן דאלאר - פאר אלע געלט וואס צד אונגער האט אריינגעלייגט אין די מחלוקת ביז דער פסק)...
יעצט צווישען 6 מיליאן און 35% (40 מיליאן) - איז אזוי - היות צד באבוב רעכענט זיך אז אלעס גייט בלייבען ביי זיי - און עס קומט גארנישט פאר צד אונגער - און צד אונגער פארשטייט אז זיי באקומען לכתחילה 35% - אלס ירושה און אלס דער פראצענט פון קהל וואס איז מיט זיי ארויס - האבען ביידע באמת גרויסע "עקספעקטעישאן'ס"...
בואו חשבון - צווישען די ערשטע 6 מיליאן און 40 מיליאן איז דא 34 מיליאן - און היות ביידע צדדים האבען גרויסע האפענונגען אויף דעם געלט - מוז איך מאכען א יחלוקו - 17 מיליאן דאלאר - הייסט אז דער "מיטן-פונקט" איז 23 מיליאן דאלאר (נאך די ערשטע 6 שאינו מן המנין כדלעיל) - אויב צד אונגער באקומט דעם מספר - האט קיינער נישט באמת פארלוירען - אבער אויך נישט באמת געווינען - ווייל עס קומט נישט צו צו קיינעם'ס "עקספעקטעישאן'ס"...
פארשטייט זיך אז פון דעם מספר - איז מער און ווייניגער - מאכט איין צד מער געווינער און דאגעגען איין צד מער א פארלוירענער - דאס הייסט אז אויב צד אונגער מאכט 27 זענען זיי מער געווינער פון צד באבוב - און דאס זעלבע פארקערט...
כל זה נראה לעני"ד...
מיין פערזענליכע פרעדיקציע - אז צד אונגער באקומט נישט אפילו די ערשטע 5 מיליאן דאלאר...
נשלח ב-18/7/2005 23:07
יישר כח דוד יודא דער ערשטער וואס ענטפערט לענין רבותי לאזט ענק הערן ביטע נישט פארשמירן דער פאנאל
נשלח ב-19/7/2005 00:01
די בעסטע קען מען מסביר זיין געווינען אין פארלירען
דורוך נעמען פאר א משל די פסק בי"ד בנוגע די קעמעפס
רמ"ד האט מיעס פארלוירן ער האט דערלייגט די קעמעפס ער האט געמיזט גיין זיכען נייע קעמפס אין אינוועסטען שווערע געלטער אין אסאך עגמת נפש,אט דאס הייסט פארלוירן
רב"צ האט געווינענן די דין תורה אין האט אריינשפאצירט אין די קעמפס מיט א שמייכעל,אט דאס הייסט געווינענן
בנוגע אויף להבא,עס איז מסתבר אז רמ"ד גייט באקימען א בילדינג צוויי אבער נישט מער אין אויב עס גייט אזוי זיין גייט ער זיין א גרויסע פארלירער ווייל
1}ער האט געוואלט האבן אלעס
2}עס איז היבש שווער אין בארא פארק היינט ציטאגס אנהייבען פין דאסניי
נשלח ב-19/7/2005 00:25
פאפקארן האט פריער זייער גיט געשריבן,
אז ענק זיכן אן סיבה אויף וואס זיך צו פרייען, ווייל דער פאטש פין פארלירן האלב באבוב קלינגט ענק נאך אין די אויערן, איז דאס נחמת המפסידים
אמת א מוסד מיז האבען בנינים, אבער עס איז נישט דא קיין חסידות וואס האט נישט קיין בנינים, אין אויב באבוב 45 האט נישט היינט וועלן זיי מארגען האבען בנינים.
דאס איז אבער דאס ערשטע מאל אין היסטאריע ואוס אזא גרויסער ציבור זענען ארויס פון א לופטיגע בית המדרש אין געגאנגען לארץ לא זרוע אבי צו זיין מיט א ערליכער איד.
מוז זיין אז באבוב 45 האט וואס צו פארקויפען, ווייל דאס איז א מוראדיגער נס.
פארשטייט זיך אז איך וואלט בעסער געואלט געווינען די דין תורה אין האבען די קעמפס מיט אלעס, אבער בכל זאת איז מיר ליבער צו זיין מיט א רבי וואס האט אזא מאגנאט צו ציען מענטשען אפילו ווען ער האט נישט קיין בנינים וויי איידער צו זיין מיט א רבי מיט א סאך בנינים.
פארגעס נישט קיינער האט נישט אלעס, ממילא זאג איך בעסער א רבי ווי בנינים