בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

ויהי אחרי המגיפה - די היידפארק מגיפה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-19/7/2005 16:52 לינק ישיר 
ויהי אחרי המגיפה - די היידפארק מגיפה

די נעכטיגע מגיפה אין חדשות אנ"ש איז געווען די בלוטיגסטע אין די געשיכטע.

עס איז געווען א גועל נפש, גועל נפש מיט אן אלף מלשון ויגתגאל, און א גועל מיט אן עין. ממש א גרויל, און איך וואונדער זיך אויב די חשוב'ע מנהלים האבן זיך געכאפט אז דאס איז ארויס פון קאנטראל און האבן זיך אראפגעזעצט מאכן א שטיקעל סטראטעגיע וויאזוי מ'קען ענדיגן אזא בלוטיגע און עקלהאפטיגע שחיטה, בלוט-באד און מגיפה פון קללות און השמצות והוצאת שם רע אויף אזויפיל אומשולדיגע מענטשן וואס איז נעכטן פארגעקומען אויף דעם פארום.

איך קען זאגן מיט א רואיגן געוויסן, אז ידי לא שפכה את הדם הזה. איך האב נישט געוואלט נעמען קיין שום חלק אין די געמיינע הוצאת שם רע און מגיפה וואס דא איז פארגעגאנגען און דערפאר שפיר איך אז איך האב דאס רעכט צו פארלאנגאנגען פון די מנהלים צו נעמען די נויטיגע מעטאדן דאס איינמאל פאר אלעמאל אפשצושטעלן אז עס זאל בס"ד נישט פארקומען.

וואס איז אייער עצה
וויאזוי קען מען דאס אויפהערן אז יעדער זאל זיין צופרידן?



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/7/2005 17:07 לינק ישיר 

אפשר זאל מען חותם זיין פאר 7 טעג די אלע װאס האבן גענומען א חלק אין דעם.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/7/2005 17:44 לינק ישיר 

איך מיין אז מ'דארף נישט חותם זיין קיינעם ווייל הייד פארק איז חותם אלע זייערע שרייבערס יעדן טאג אויף אפאר שעה





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/7/2005 17:48 לינק ישיר 

מצורף קובץ

משפיע זאגסט זייער גיט, ליידער.

עס פאדערט זיך מעשים פון די מנהלים
אויב נישט וועט זיך דאס כסדר איבערשפילן און עס וועט פארוואנדעלט ווערן אין א ווערצהויז פאר ציהיצטע קינדער.

מנהל, אט איז וואס די שרייבסט אין דיינע תקנות
און זעה וואס מ'דארף טאן
פאר ביידע זייטן גלייך אויף גלייך.





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/7/2005 18:43 לינק ישיר 

איך האב געפינען א גוטע לעזונג צו דעם פראבלעם פון אומקאנטראלירטע אשכולות. ווילדע און העצערישע אשכולות און בכלל א לעזונג צו דעם הפקרות וואס האט דא געהערשט נעכטן.

לדעתי, זאל מען באשטימען צוויי גולשים, וואס זאלן זיין די פארטרעטער פון די ביידע ביטער-היציגע פארטייען, אהרונים און זאלונים.

דער פירער פון זאלונים, (א נארמאלע מענטש) זאל זיין דער וואס זאל קאנטראלירן זיינע מענטשן און דער פירער פון די אהרונים זאל קאנטראלירן זיינע מענטשן.

שטענדיג מאכט זיך אז איינער וווערט ציהיצט און גייט ארויס פון קאנטראל. דאן וועט דער פירער פון זיין פארטיי זיין דער וואס איז אחראי, און ווען דער פירער וועט באשליסן אז דער צעהיצטער איז ארויס פון קאנטראל, וועט דער מנהל (אומפארטייאיש) גענוי אויספאלגן און אפמעקן אלע ווילדע אשכולות וואס דער ציהיצטער האט געעפנט.

אזוי וועט בעז"ה מער נישט פארקומען די נארישע און ווילדע צוזאמענשטויסן וואס האט פאסירט נעכטן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/7/2005 21:31 לינק ישיר 


טרעקטער לעבן

דו ביסט מציע א גוטע פארשלאג, נאר איין זאך בין איך מחולק,
דו שרייבסט:

דער פירער פון זאלונים, (א נארמאלע מענטש) זאל זיין דער וואס זאל קאנטראלירן זיינע מענטשן און דער פירער פון די אהרונים זאל קאנטראלירן זיינע מענטשן.

איז אלזא, לדעתי, זאל גאר זיין פארקערט דהיינו:

די פיהרער פון די זאלונים [יראי אלקים אנשי אמת] זאל זיין דער וואס זאל קאנטראלירן די אהרונים, און דער פיהרער פון אהרונעם [אנשי חיל שונאי בצע] זאל קאנטראלירן די זלונים...

דו כאפסט מיין פוינט...!!?




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/7/2005 00:47 לינק ישיר 

געפערליך.

כ'קען קוים ווארטן אז איך זאל דיר קענען קאנטראלירן...

אגב, ווער וועט קאנטראלירן "געשמאקער" ???

תוקן על ידי - זאליweaky - 20/07/2005 0:51:28



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/7/2005 00:58 לינק ישיר 

"מוישי? יאנקי האט געזאגט אז כעזקי איז א שטינקער!"

"יא?! פיין פאר עים! אייערנעכטן האט כעזקי געזאגט אז מיין קאזין שטינקט פון א מיסע ווארט!"

"רעבע! מוישי האט מעך פארשעמט!"

"אבער ער האט קודם גערעדט אויף מיר לאשענהארע!"

(זייט נישט אויף מיר ברוגז פאר'ן אויפברענגען זכרונות פון כיתה אלף. וואס זאָלעך טאן אז דער פארום גייט אלס מער אין דער ריכטונג?)




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/7/2005 01:56 לינק ישיר 

יא יא

מיט איין ניק גייט מען אין דעם ריכטונג, אין מיט דעם אנדערן?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > ויהי אחרי המגיפה - די היידפארק מגיפה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext