| נשלח ב-25/7/2005 17:38 |
|
| |
עצות וויאזוי צו סטאפן די מחלוקות
ליידער ליידער ווייזט מען אונז פון הימל אז מען דארף תשובה טוהן, עפעס מאנט מען פון אונז, ליידער איז "אין לך יום שאין קללתו מרובה מחברתה", דער מלאך המות שוינט נעבעך קיינעם נישט אפ, אינגע מענטשן, גדולים וטובים זענען נעבעך טאג טעגליך די קרבנות ציבור, און יעדער פרעגט "בשל מה בא לנו הרעה הזאת", יעדער פארשטייט אז עס איז חוץ לדרך הטבע ווען אין משך פון 10 טאג האבן מיר ליידער אזויפיל לויות פון אינגע מענטשן, און יעדער פה אחד שרייט תשובה... תשובה....
רוב מענטשן האלטן אז די מכת המדינה איז לכאורה מחלוקת, כמעט יעדער האלט אז מחלוקת איז שולדיג אין די אלע עונשים חמורים וואס אונז זע מיר יעדן טאג. און יעדער איז מסכים אז די מחלוקת דארף זיך תיכף אויפהערן, און עס זאל שוין זיין "עלי' השלם כל הקרבנות כולם".
נאר וויאזוי מען הערט אויף די מחלוקת איז א גרויסע פראגע, עס איז נישט ריאליסטיש צן ערווארטן אדער צו פארלאנגען אז איין צד זאל נאכגעבן פארן צווייטן, יעדער צד האלט דאך 100% אז ער איז גערעכט, און דער צד השני איז דער אומ-גערעכטער, און "פרייוויליג" וועט קיין איין צד נישט נאכגעבן, דער פאקט איז אז ר' אהרן מופט נישט אוועק פון קרית יואל (ווי די זאלונים ווילן), ר' זלמן לייב גייט נישט צוריק קיין סיגוט בארא פארק (ווי די אהרונים ווילן) ר' ישראליק'ל גייט נישט צוריק אין חרם (ווי די מענדעליסטן ווילן) און ר' מענדל ווערט נישט אויס רב (ווי די ישראליקלעך ווילן), ר' בנציון ווערט נישט אויס רבי (ווי די אונגארס ווילן), און ר' מרדכי דוד וועט נישט אוף געבן זיין ראביסטעווע (ווי די אנשי רב"צ ווילן). פרייוויליג וועט דאס נישט פאסירן, דערוועגן גייט מען ווייטער אן מיט די מחלוקת מיט ערכאות און באשמוצן יענעם האפענדיג אז דאס וועט צווינגען דעם צד השני אויף צוגעבן.
על כן וויל איך דא אנהייבן א דעבאטע ווי יעדער וועט קענען געבן עצות, ריאליסטישע עצות, עצות וואס זענען עולה על הדעת, עצות וואס לויטן דעת הקהל קען געשען, און דארף געשען, און דאס וועט צוהעלפן אויסלעשן די אש המחלוקה, אבער איך בעט דעם צבור נישט חלילה אנהייבן באשולדיגן און באוואשן דעם צד השני, וואס דאס איז מפורש היפך הכוונה, נאר קומען מיט א פשרה וואס לכאורה ביידע צדדים זאלן זיין באקוועם מיט דעם, און מיט דעם וועט מען אפשטעלן דעם חרון אף.
איך בעט די מנהלים, אז טאמער הייבט אן דער אשכול פארוואנדעלט ווערן און שמוץ קאמפיין זאל מען דאס תיכף אויסמעקן, נישט חלילה גורם זיין צו צוגיסן אויל אויף דעם אש המחלוקת.
ובזכות זה זאלן מיר זוכה שלא ישמע עוד שוד ושבר במחנינו
והימים האלו יתהפכו לימי ששון ושמחה, און דעם תשעה באב וועל מיר שוין זוכה זיין צו פראווען מיט שמחה און מיט יום טוב בביאת משיח צדקינו בב"א.
תוקן על ידי - allnewspic - 25/07/2005 18:23:57
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-25/7/2005 17:44 |
|
| |
אין הכי נמי!
עס איז דא איין וועג פאר דעם.
אז יעדער זאל באשליסן עד כאן!
נישטא קיין חילוקי דעות (לכה"פ אין עפנטליכן לעבן)!
נישטא קיין ערכאות!
נישטא קיין שמוץ צייטונגען!
והכל על מקומו יבוא בשלום.
|
|
|
|
| נשלח ב-25/7/2005 17:48 |
|
| |
צוויי זייטן איז נישט מחלוקת! זייט ס'איז נישטא סנהדרין איז יעדער נושא אין כלל ישראל איז דא חילוקי דיעות , אבער דאס הייסט נישט מחלוקת.
מחלוקת הייסט אז מקריגט זיך מיטן צווייטן, אז מ'פארשעמט יענער וואס האלט אנדערש פון מיר, אז מ'שלאגט, אז מען מאכט שווערע פעולות ווואס ברענגט שנאה.
דאס ערשטע שריט קען אנקומען פון אונץ פשוטע מענטשן, וואס האבן נישט נגיעה אין די גאנצע קריגעריי, לאמיר אויף הערן מבזה זיין ערליכע אידן, לאמיר אויף הערן לייגן אראפ שנאה צווישן אידן.
והקב"ה יאמר לצרותינו די! ויאמר למלאך המשחית הרף!
|
|
|
|
| נשלח ב-25/7/2005 17:55 |
|
| |
מייו עצה איז דין תורה , אלע צדדים זאלן תיכף ומיד מסכים זיין אויך "זבל"א" וואס איז לכאורה די יושר'סטע, און אינטער שרייבן שטרי ברורין, און מקבל פסק זיין, יעדע קהלה דארף מפרסם זיין אז זיי גיבן רשות פאר די בתי דינים זיי צו שיקן א הזמנה לדין תורה אזוי ווי די הלכה פארלאנגט, ווייל למעשה איז היינט ממש אוממעגליך צו באקומען א הזמנה לדין תורה פאר א קהלה א רב אדער א דיין אדער ראשי הקהלה, און דער צבור זעט אז זיי זענען ABOVE THE LAW זיי טוהן וואס זיי ווילן במילא טוט יעדער אויך כל מה שלבו חפץ, ע"כ איז די בעסטע עצה "זבל"א", און דער בית דין וועט מחליט זיין אם יש דברים בגו, אויב דארף טאקען זיין א דין תורה אויב עס דא באמת דא תביעה, אדער עס איז סתם לקנטר, און זייער פסק דארף זיין בינדענט, און אויב וועט איינער נישט פאלגן וועט מען עם ממש מחרים זיין מען וועט עם אויסשליסן פונעם צבור, און דאס וועט העלפן אז מען וועט מוזן מקיים פסק זיין.
|
|
|
|
| נשלח ב-25/7/2005 17:57 |
|
| |
SIM89
די צוויי צדדים האבן דאך תביעות איינער צום צווייטן, און דאס איז גורם אז מען באשמיצט זיך כסדר,
|
|
|
|
| נשלח ב-25/7/2005 18:22 |
|
| |
ר' יענקעלע, די עצה פון זבל"א איז בשעתו אנגעטראגן געווארן דורך דעם זקן הרבנים ויושב ראש בית הוראה דהתאחדות הרבנים הרה"צ מאדווארי שליט"א, וואס האט דאן געשריבן חוות דעתו אז ביידע צדדים זאלן זיך שטעלן צו א בית דין של חמש ווי יעדער צד זאל בוחר זיין צוויי דיינים און די פיר זאלן בוחר זיין א פיפטן, און זיי וועלן מחליט זיין אויב עס איז בכלל דא א תביעה און ווער עס זאל אינטערשרייבן שטרי ברורין,
|
|
|
|
| נשלח ב-25/7/2005 18:23 |
|
| |
sim איז גערעכט
וואס האב מיר אונז זיך צו מישען אין יעדע מחלוקת?
יעדער ווייסט די מעשה פון חד גדיא וואס ר' יהונתן אייבשיץ האט פארציילט.
|
|
|
|
| נשלח ב-25/7/2005 18:29 |
|
| |
עס איז קלאר אז די איינציגסטע גיטע עצה וואס עס זאל ארבעטען איז
אז מען זאל גיין צי דין תורה ווייל דאן וועט יעדער זיין ציפרידען
אין אז מען פירט זיך ווי עס שטייט אין די תורה,דהיינו אז מען גייט
צי דין תורה דערלייגט נישט קיינער
נאך א עצה לדעתי וואס איז דא אבער עס איז נישט די בעסטע עצה איז
אז די ז"ל חברה זאלן איבער געבן די נייע שיל אויף ראס סטריט מיט נאך איין בנין אין וומ"ס
זיי די חסידי רז"ל דארפן עס סיי ווי נישט זיי קענענן עס נישט אנפילען
אין די ארונים וועלן האבן א שול וואס זיי דארפן האבן פארן באניץ
|
|
|
|
| נשלח ב-25/7/2005 18:31 |
|
| |
SHIA און SIM
יעדער איז מסכים אז די מחלוקה דארף זיך אפשטעלן, אבער וויאזוי???
לויט ענק לאמיר הערן א פלאן AS OF מארגן אינדערפרי אלע זענען מסכים אז מען באשמיצט מער קיינעם, און עס איז שלום ושלוה, וויאזוי גייט זיין דער סדר היום??? לאמיר זען א בלאפרינט, פון כ"ו אב הבעל"ט... אבער וואס גייט געשען אויב ר' שמואל אבערלענדער וועט מארגן אריין גיין צום רבין מיט א קוויטל???,
|
|
|
|
| נשלח ב-25/7/2005 18:37 |
|
| |
די מחלוקה דארף זיך נישט אפשטעלן.
עס איז א נארמאלע זאך אז מען קריגט זיך אויף א ירושה. צו אויף עפעס אנדערשט. עס איז דא אויף דעם גאנץ חושן משפט.
מען דארף קענען פארלירען אין געווינען.
האסט פארלוירען וויש זיך אפ די נאז אין גיי ווייטער, האסט געווינען טאנץ נישט סימן טוב, לאז יענעם לעבען.
דער עיקר אז די מענטשען אויף די זייט זאלען זיין שטיל, יעדער גייט האבען בנינים אין מוסדות וואס איז דיין געשעפט צו מען קויפט עס צו מען באקומט עס?
|
|
|
|
| נשלח ב-25/7/2005 18:38 |
|
| |
getme
איז גערעכט, נאר אן א תוקף פון א בית דין קען דאס נישט פאסירן, ווייל א פשרה וועט מען אויך דארפן ארויפצווינגען מיטן כח פון שטרי ברורין.
|
|
|
|
| נשלח ב-25/7/2005 18:45 |
|
| |
shia550
דאס הייסט למעשה ביסטו מודה צו מיר אז נאר דער חושן משפט וועט דא סטאפן די טענות. און נאר א געצווינגענער פסק פון א בית דין וועט מאכן אפווישן די נאז.
די גלייכסט דאס צו צו עפעס א פריוואטע מחלוקת, אז דער אלגעמיינער ציבור זאל זיך נישט מישן, דא איז א מחלוקה וואס יעדער איז אינוואלווד, יעדער יחיד, יעדער חסיד איז א צד צו די תביעות, אדרבה כאפ א שמועס מיטן עולם וועסטו הערן, דער האט געקויפט זיצן אין בית המדרש החדש, דער האט געבויט דעם גרויסן בית המדרש אין קרית יואל, דעם'ס טאטע האט געבויט סאטמאר, דער איז שוין סאטמאר 5 דורות, יעדער יחיד איז פערזענדליך א צד צו די תביעות,
|
|
|
|
| נשלח ב-25/7/2005 18:53 |
|
| |
די צרה איז אז חושן משפט שטעלט אויך נישט אפ.
אין צאנז אין תולדות אהרן איז געווען א דין תורה, דאך קומען ארויס קונטרסים קעגען די בתי דינים.
דער עולם האט היינט נישט קיין אימון ליידער אין בית דין, איך מיין אז דער סיבה איז ווייל בית דין שרייבט נישט היינט מהיכן דנתני האלט יעדער אז דיינים האבען נגיעות.
אויב א פסק בית דין דארף שטיין מהיכן דנתני.
|
|
|
|
| נשלח ב-25/7/2005 18:57 |
|
| |
אלעס, פיין און וואויל!
אבער וואס קענען מיר עמך אידן, מיר הייד-פארק שרייבעלאך טאן?
אונז מוז מיר נעבען אויפהייבן די האנט אין רעזיגנאציע און ווארטן אז די פירערס זאלן באקומען א ביסעלע שכל...
|
|
|
|
|
| נשלח ב-25/7/2005 18:59 |
|
| |
לגבי די היינטיגע פרשה. איך מיין דאס פרשה פון פעמילי קאורט, סאיז דא לכאורה טן פשוטע עצה.
דאס בי"ד אין ירושלים ארויס געבן אקלארע זאך , אז מ'דארף מבטל זיין די תביעה, אין מ'זאל אריין נעמן ביים רבי'ן אלע קינדער אין אייניקלעך.
ושלום על ישראל.
|
|
|
|
| נשלח ב-25/7/2005 19:03 |
|
| |
לכאורה ביי זבל"א קענסטו נישט האבן קיין טענות ווייל דיינע דיינים זענען דאך אויך דארט און זיי וועלן דיר פונקטליך זאגן פארוואס מען האט אזוי געפסקעט,
ביי קראסנע/כוונת הלב איז אויך לכתחילה געווען א זייער שמוציגער קאמפיין אן לבסוף נאך די דין תורה איז זיך יעדער געגאנגען זיין וועג או די שמוץ האט זיך גיענדיגט,
זעלבסטפארשטענדליך אז די תרעומות האט זיך נישט גיענדיגט, און איך זאג נישט אז די צוויי צדדים האבן זיך שוין ליב, אבער די געשלעג, דער חילול השם, האט זיך זיכער גיענדיגט מיט די דין תורה. און אזוי אויך ביי תולדות אהרן/תולדות אברהם יצחק.
תוקן על ידי - יענקעלע11 - 25/07/2005 19:04:14
|
|
|
|
|