בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

עצות וויאזוי צו סטאפן די מחלוקות

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-25/7/2005 19:16 לינק ישיר 

מחלוקת איז אונזער שולד, נישט די שולד פון די רבי'ס. אז מיר וואלטען זיי איגנארירט וואלטען זיי נישט געהאט קיין שום כח.

דער בעש"ט האט איינגעפירט חסידות, אז א רבי איז א מורה דרך אין עבודת השם, היינט האלט מען שוין נישט ביי דעם איז דער רבי דער ראש פון די קהילה, אבער דעטס איט, דער חסיד דארף נישט זארגען אויפן רבינ'ס אויסערן פוליטיק, צו שטודירן ווי דער רבי שטייט אויף די ארענע.

עס איז היינט איינגעפירט אז מען זיצט און כולל, ליידער רעט מען אין די כוללים אדורך אלע חסידישע פוליטיקס גאנצע שעהן, איז דאס דען ריכטיג? פאר דעם דארפען די ווייבער לויפן און די ארבעט אז דער מאן זאל זיצען און מסביר זיין זיינע פוליטישע מיינונגען וועגן סאטמאר, באבוב, ווישניץ, בעלזא, עדה וכו'?

אז מען מאכט א שמחה זאל מען נישט רופן קיינע רבנים און שיינע אידן נאר פון די אייגענע קהילה אדער קרובים, מיט דעם וואס מען רופט די אלע שיינע אידן, און מען גיט זיי נאך א מתנה הגונה, מאכט מען אן אינדאסטרי פון שיינע אידן וואס זיי זיינען די טרעגער פון די אלע פאליטיקס. the carriers of this desease.

אויך האלט איך אז מען דארף אויפהערען צו ליינען די 3 ווילי צייטונגען, ווייל זיי רייסען ארויס די תמימות ביי אידן.

און היות חסידישע מחלוקת איז למעשה SPORTS זאלען עס עלטערען אזוי הענדלען, דהיינו נישט רעדען פון דעם ווען די קינדער הערען, און אויסלערנען קינדער אז דאס איז אסור ווי די ערגסטע עבירה.

עס איז אונזער שולד וואס מען פארסמאקעט זיך אין די מחלוקתן מען איז זייער נייגעריג, עס דארף זיין א "הבדלו" רוף פאר אלע בחורים און יונגעלייט פון חסידישע פאליטיק מען זאל נישט רעדען פון דעם.

וואס צונט דעם פייער? די נייגעריגע וואס לויפן פון 48 צו 45 הלוך וחזור, און מען האלט אין איין דורך רעדען ווער עס האט א גרעסערער עולם, ווען ר' ב"צ מענטשען וואלטן געבליבן זיצן און 48 און מ"ד און 45 וואלט נישט געווען אזוי פיל טומעל. אז די האלסט אז דיי רבי איז אקעי דאן זיץ איין, ווען די גייסט צום אנדערען גייסטו דאך נאר צו האבען סחורה פארן נעקסטען פאליטישען שמוס...

איך האב א מאל געפרעגט אן אהרוני, היות ביידע רבי'ס זיינען קינדער פונעם הייליגען רבין ר' משה וואס איז דיר א חילוק ווער עס איז רבי, אז די האסט ליב ר' אהרן זיי זיין חסיד און פערטיג? זאגט ער מיר אז עס האנדעלט זיך פון בנינים ווער 100 מיליאן דאלאר, זאג איך אים און די מיינסט אז ר' אהרן וועט באקומען די בנינים וועט ער דיר געבען א חלק?

די חסידישע מחלוקתן זיינען פריוואטע אינטערעסן פון א פאר מענטשען און זיי שלעפען אין דעם אריין דעם גאנצען עולם.

מען דארף אריינברענגען ערענסטקייט און די קינדער, און אין די בחורים, די פאליטישע שמוסן רייסען ארויס די ערענסטקייט און ווארעמקייט און תמימות, קוקט אויף די סטאלענער, אמונת ישראל, דוק ותמצא.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/7/2005 19:27 לינק ישיר 

איין עצה איז אז מען זאל נישט דינגען קיין שרייבער צו שרייבען אויף היידפארק.

אסאך פון די מחלוקה איז לופט וואס די געדינגענע שרייבער מאכען אן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/7/2005 20:32 לינק ישיר 

צווישן מיר און ענק, וואס גייען מיר טוהן אין די פרייע צייט, אויב אין סאטמאר גייט ווערן שלום??

לאמיר פרעגן די עלטערע פון דא: וואס האט מען געטוהן אין די אלטע היים אויף הייד-פארק?... ...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/7/2005 22:20 לינק ישיר 

זאב איז 100% גערעכט. אז צוויי רביס שלאגען זיך וואס האט עס מיט אונז? ווען יעדער נעמט זיך די כלל פון live and let live וואלט שוין פון לאנג נישט געוועהן קיין שום מח'. יעדער איינער דארף מכבד זיין דען צווייטען און לאזען האלטען פוטן וועם ער וויל. איי מחאה אויף דיין רביס כבוד, לאז דער מצווה צום לעצט. ווען דו וועסט באלטען נאך האבען מקיים געוועהן אלע אנדערע תרי"ב מצוות כתיקונן זאלסטו זיך נעמען צו דער מצווה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/7/2005 22:23 לינק ישיר 

צודערזאך



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/7/2005 22:49 לינק ישיר 

שטותים, דא רעדט מען נישט פון די אלטע מחלוקות ווען סאטמאר האט זיך געשלאגן מיט קלויזנבורג, בעלז האט זיך געשלאגן מיט סאטמאר, וכו' ווען איין חסידות האט זיך געשלאגן מיט די צווייטע, אוודאי דעמאלטס איז לייכט געוען צו זאגן לאמיר זיי איגנארירן, וואס האט דאס צו טון מיט מיר,

אבער היינט איז א נייע וועלט, מען שלאגט זיך מיט זיך אליין, בכם ומכם, יעדער טענה'עט כולו שלי, און די פיץ אפ, אין סאטמאר טענה'עט יעדער צד אז ראדני ביהמ"ד גיהער צו עם, אין באבעוו טענה'עט יעדער צד אז 48 גיהערט צו עם און אזוי אויך די מוסדות, מען קען דאס נישט איגנארירן, דער וויל יאנקל כהנא אלץ בעל הבית און דער וויל בערל פריעדמאן אלץ בעל הבית, נו, וויאזוי איגנארירט מען דאס,

אזוי שלאגט מען זיך אין וויזניץ בני ברק, און אין טאש,און עס הייבט זיך אן אין סקווער, גור, און אפילו אין בעלז (כפי השמועה), מען שלאגט זיך אויף בעלות אויף די גאנצע קהלה, און נישט מיט א געגנערישע קהלה. און אויף דעם קען נאר העלפן א דין תורה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/7/2005 23:08 לינק ישיר 


לדעתי סים איז לגמרי גערעכט, צוויי זייטן הייסט נאך נשיט קיין מחלוקת, כשם שאין ..כך אין דעותיהן שוות!

היינט אינדערפרי האב איך געהערט אין מקו' "מען דארף נעמען די ראשי המטות און והוקע אותם נגד השמש. דעמאלט וועט זיין שטיל!"

אבער אויך נישט אינגאנצן ריכטיג . די פייער צינדערס זענען אין יעדן קעיס נאר גגעציילטע חברה, לדוגמא ביי אהרן ר"זל זענען די צינדערס די נאכאנאנדע תובעים בערכאות, ווי נאר עס ווערט שוין אביסל שטיל קומען זיי מיט א פרישן קאורט אין די פייער פלאמט אויף צוריק.

אין באבוב און וויזניץ בין איך נישט באקאנט. ווער עס ווייסט דעם אמת קען משלים זיין.

איך זאג נאר וואס איך זעה מיט צוגעמאכטע אויגן אהן א נגיעות, און ווי ס'משמע פון עטליכע תגובות דא אין אשכול זענען כמה וכמה מודה לזה.


והעושה שלום ...יעשה שלום עועכ"י אמן





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/7/2005 23:15 לינק ישיר 


geferlich ציזאמען מיט, איחוד,

האבן אנגענימען די שיטה פין

וואס דארף מען זיך קריגען זאל זיין ווי איך וויל אין פערטיג

איך וועל טיען יעדע שגץ שטיק וואס איך קען נאר איך וועל נישט וועלן גיין צי דין תורה אבער לאמיר זיך נישט קריגען זאל זיין ווי איך וויל

geferlich, ניין ניין נישט די וואס גייען בערכאות קריגען זיך אין מאכן די מחלוקת נאר די וואס ווילן נישט גיין צי דין תורה די טיען עס



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/7/2005 23:24 לינק ישיר 

getme



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/7/2005 23:57 לינק ישיר 


גוט איך בין מסכים

געפערליך מיט איחוד אויף איין זייט, [סטאפן די ערכאות]

געטמי מיט יענקעלע אויף די צווייטע זייט, [זאליס געבן אפאר בנינים פאר אהרן]

נאר אזוי וועט זיין שלום אמאל......


פרעג יעדן פרעמדען וואס קען אביסל די פרשה, פון וועם הערט מען כסדר פרישע שריט פון אהרן'ס חברה אדער זלמן לייב'ס חברה?

(ובנוגע דין תורה , דו האסט דאך א גוטן קאפ, דערמאן דיך נאר ווען די זאלמונים האבן נאכאנאנד געשריגן אז מען זאל גיין פאר בי"ד של שלש!
און לאמיר זאגן אז נשיט, פארדעם דארף מען שיסן איין קלאגע נאכן צווייטן, ממש אן א אויפהער, אן א געווינס, אן א צוועק??)

און לאמיר נישט פארקריכן פון אשכול, דא אויףן פארק ווייסט יעדער איז אלעס נאר א היידפארק גערעדאכטס. איך גלייב נישט אז איינער דא קריגט זיך באמת.

מען ברויך נאר מוקיע זיין די פייער צינדערס ווי די משל וואס רבינו הק' ברענגט אין ויואל משה מיט דעם אורח וכו'.

און דעמאלט ס וועט דער רבוש"ע זעהן אז מען טוט עפעס





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/7/2005 00:19 לינק ישיר 

היות geferlich האט דא געשריבען אז די חסידי רז"ל זענענן מסכים צי גיין צי א בי"ד של שלש

וויל איך פרעגן, ווער נאך עס געדענקט אזוי אז זיי זענענן מסכים צי גיי צי דין תורה?????

איך מיין,אז ער מישט ציזאם די "שלש" בתי דינים ווי זיי זענענן מסכים צי גיין ,מאנדעל, משפט שלום, אייגענענע בי"ד,
מיט די ווארט בי"ד של "שלש"

אבער כידוע האלטן זיי נישט ביים גיין צי דין תורה


תוקן על ידי - getme - 26/07/2005 0:22:58



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/7/2005 02:12 לינק ישיר 

זאב58.

דו חזר'סט איבער א טענה וואס דו און דיינס גלייכן האבן זייער ליב צו איבערזאגן נאכאמאל און נאכאמאל.

ווי כאילו אין יעדע מחלוקת זענען שולדיג נאר די רבי'ס און די רבנים.

צו קענסטו מיר צייגן א ציבור'יש פלאץ אויף דער וועלט וואו מען קריגט זיך נישט ???

ביי יעדע פאסטן - אידישע ווי גוי'אישע - וואס איז נוגע דעם ציבור, איז אלץ פאראן קריגערייען (חוץ אין די דיקטאטארישע מדינות...).

כשם שאין פרצופיהם שוות, כך אין דעותיהם שוות.

אזוי האט דער אויבערשטער באשאפן די וועלט.

די שאלה איז נאר וויאזוי מען קריגט זיך.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/7/2005 20:44 לינק ישיר 

וועקי

אז אזא דעמאגאגישע תשובה מאכט דיך א גוטע הרגשה איז שוין נישט קיין שאלה פארוואס עס ליגט אין דער ערד.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/7/2005 22:32 לינק ישיר 

אם אין דעת הבדלה מנין ??



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/7/2005 22:39 לינק ישיר 

איך האלט אז רבי'ס זענען יא שולדיג (ואולי בשוגג "ואם ראית ת"ח שעבר..." משמע שיכול להיות ש'עבר' אלא שיש לצדד בזכיתו אבל אין אומרים שזה לא עבירה) אין רוב פון די ירושה מחלוקות.

א)קודם מוז איך זאגען אז בפרט בדורינו זה זעהט מען ווי גערעכט דער הייליגער דברי חיים איז געוועהן אז 'רבי'סטעווע' איז נישט קיין ירושה. עס וואלט געדארפט ווערן איינגעפירט אין יעדען הויף אז קיין רבי זאל נישט זאגען ווער זיין ממלא מקום איז, מ'זאל איין פירען בחירות (אין אזוי איז געוועהן אלע דורות אין סלאנים. ועד הוים הזה)

ב) אבער ווי באלד רוב חסידים ווילעןדאך פאלגען א צוואה, טו, ווי אזוי איז געשעהן אז רוב גרויסע רבי'ס וואס זענען נפטר געווארן נאך דעג מלחמה, האבען נישט איבער גע'לאזט א צוואה ? חב"ד? ניין! סאטמאר? ניין! גער? ניין! באבוב? ניין! ועוד ועוד...

דער פראבלעם איז זייער טיף, יעדער רבי מיט זיינע חסידים זענען פיל מיט אמונה אז ער גייט אונז פירען אקייגען משיח צדקינו, קען מען דאך נישט פארלאנגען פון איהם אדער קלערן אולי ואולי יגמרו עוונותינו הרבים אין משיח וועט ח"ו נישט קומען, רחמנא לשיזבן מהאי דעתא

ביז דערווייל כדרך כל הארץ בדרך הטבע עלטערט מען זיך אין א רבי ווערט דאך שוואכער און שוואכער לפעמים ליידער פארלירט ער דעם זינען ל"ע אין די גבאים (אין יעדע הויף געוועהנליך, אנשי סדום ורשעים!) נאכער, זענען גורם געפערליכע שנאה בין כתות בין משפחות וכו' וכו'.

מאדערנע SCIENCE מעדעצין שפילט דא א גרויסע ראלע. ווער קען זאגען אז די לעצטע באבוב'ער רבי'ס סיי ר' שלמה סיי ר' נפתלי וואלטן אין דער היים געלעבט מיט מאשינען און TUBES אזוי פיהל יאהרן? און דאס 'אויסציען' די לעצטע רגעים אויף ימים ושנים גיבט א געלעהגענהייט פאר די אנשי בית והגבאים וכל בעלי מחלוקה, צו קאכען יעדען טאג נאך אין נאך רשעות און מחלוקות.

דאס זעלבע איז געוועהן אין גער אין חב"ד אין סלאנים אין עס גייט יעצט פאר אין סאטמאר וויזניץ טאש וכו' וכו'.


איך וויל נאר געבען פאר די גולשים נאר א פאר הצעות איך האב נאך... ועוד חזון אבער קודם א פאר:

א) PREVENTION IS THE BEST MEDICINE
עס זאלען זיך שאפען א פאר ערליכע אידען בעלי צורה אין שאפען א וועד וואס וועט גיין אין בעטען די אדמורים וואס דינען נאך 100% אז זיי זאלען מגלה זיין אדער פאר זיי, אדער פאר א בי"ץ וואס זיין צוואה בנוגע ירושה איז! (גער, וויזניץ-מונסי, בעלז, יא אין די נייע באבוב אויכעט, וכו' וכו')

די רבי'ס און זייערע חצרים קענען נישט טענה'ן WHATS YOUR BUSINESS ווייל א מחלוקות שטינקט אהן דעם גאנצען חרדי'שען ציבור. אללע אידען ליידען פון דעם חילול הקודש והמקדש!


ב) א פלאן צו לייזען אללע מחלוקות בדרך פשרה:
א חצר וואס 80% ווילען איין קינד אין 20% דעם אנדערן, דארפען זיך דער חלק ה20% אפ-ציען בלי כלום!

א חצר וואס דער חלק המיעוט איז בין 40%-21% דארף מען זיי אויסצאלען זיי ביז 35% פון די בנינים ורכוש.

א חצר וואס דער חלק המיעוט איז צווישען 49-40 דארף מען ציטיילען חצי חצי. (מ'קען זיך דינגען, מיט די פארמולא איך האב מיינע סברות ויש לדבר מזה) מ'דארך משפיע זיין אויף אלע חצרות זאלען מקבל זיין דעם פלאן אדער עפעס קרוב לזה.

עד כאל להיום



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > עצות וויאזוי צו סטאפן די מחלוקות
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 לדף הבא סך הכל 4 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.