|
|
| נשלח ב-26/7/2005 22:47 |
|
| |
די וועג צו סטאפען מחלוקת איז זייער פשוט, ביידע צדדים דארפען מסכים זיין צו דער הנחה אז דער אנדערע צד עקזיסטירט, און אז זיי האלטען אנדרעש ווי די.
דאס מיינט נישט,
א. אז מען דארף מסכים זיין צו וואס זיי ווילען,
ב. מען דארף אויף געבען וואס מען האט למען השלום, (קיינער האט נאך נישט אויף געגעבען זיין הויז ווייל איינער האט עס געמאנט שלא כדין).
ג. אז מען דארף לאזען מענטשען טוהן וואס זיי ווילען.
ד. אז מען טאר נישט ארויסברענגען די אייגענע שיטות וואס מען האלט בנוגע די נושא.
ה. אז מען דארף אויף געבען די אייגענע רעכטען,
ו. וכו' וכו'.
די אמת בנוגע די פרשיות פין די חסידעשע קהילות וואס מאכען מיט טיילונגען און מחלוקת, איז,
דאס אז די קהלה צוטיילט זיך איז בכלל נישט קיין זאך וואס מענטשען מאכען אהן, עס איז א גזירה מן השמים.
זאל עס זיין סאטמאר באבוב וויזניץ גור וכו' (אגב וואס טוט זיך אין בעלז?),
די טיילונגען זענען מוכרח.
ווען מענטשען זאגען אז מחלוקת איז שולדיג אין די לעצטע געשעהנישען, רעדען זיי ווי טפשים (סליחה על הביטוי).
מחלוקת אין פירוד לבבות איז איבער געטריבען, די שאלה איז ווי אזוי דאס גייט צו, די אלע נארישקייטען וואס זענען דא, זענען תוצאות פין אייגענע לשון הרע,
דאס הייסט אזוי,
מענדעל שטייט אויף אינדערפרי, גייט אין מקוה, הערט זיך אהן אלע לשון הרע ורכילות און שקרים וועגען די לעצטע פרשה אין גור,
שפעטער אין מיטען טאג הערט ער אז איינער פין די קנאקערס אין גור האט פארלוירען רח"ל אן אייניקעל, שאקעלט ער מיט'ן קאפ, פלוצלינג ווערט ער א מבין אויף'ן אויבערשטען'ס דרכים, און זאגט מחלוקת,
טיפש איינער, רעדסט דיך אהן, גלייבסט אלע שקרים און רכילות, און זיי זענען נאך שולדיג אויך?
אפשר די פארען גלייבען אלעס, און אהנעמען לשון הרע אויף א צווייטע איד?
די נקודה וואס מען דארף צו פארשטיין איז, אייביג איז דא די "פרומע" וועלט פארזארגער, וואס בעצם האבען זיי פונקט אזוי הנאה פין א גוט שטיקעל לשון הרע ווי דער "נישט פרומע", נאר ער רעדט זיך איין, אז ווייל ער גיט דער קרעכץ, און זאגט נעבעך, פארדעם איז ער כשר ביים רבוש"ע.
קיינער איז נישט מסוגל דן זיין קיין דיני נפשות, און זאגען אויף'ן רבוש"ע וואס הצור תמים פעלו כי כל דרכיו משפט, אז ווייל אפאר מענטשען גייען אין ערכאות, אדער לאמיר בעסער זאגען, ווייל עס איז דא "מחלוקת", דארף א טאטע פין עלעף קינדער שטארבען מיט א מיתה משונה, זאגען אזוי אויף דעם רבוש"ע איז מבזה אידישקייט.
וואס יא?
ווען א טראגעדיע געשעהט דארף יעדע מפשפש במעשים זיין (פארשטייט זיך יענעמ'ס), און תשובה טוהן כפי יכלתו.
אסאך מאהל ווען מען רעדט מיט מענטשען קען מען נתפעל ווערען פין זייער טפשות.
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-26/7/2005 22:59 |
|
| |
yohcee718 עס איז דא א בעסערע עצה ווי דיינס
די עצה איז אז מען גייט צי דין תורה!!
די פאקט איז אז נאך א דין תורה ווערט שטיל יעדער פארשטייט אז אזוי איז די פסק איהכ"נ נישט יעדער איז ציפרידען אבער מען שלאגט זיך מער נישט
קיק תולדות אהרן-אברהם יצחק געווען א דין תורה ושלום על ישראל מען האט זיך ליב דארט איינער דעם צווייטען? ניין!עס איז דא מחלוקת דארט? ניין!
עס איז קלאר אז אינזערע דיינים פר"מ,פילאפ, וויינבערגער,
וואס טרעטען אפן בריש גלי אויף די תורה אין זאגן אז מען דארף נישט גיי צי דין תורה זיי זענענן שילדיג אויף די גאנצע חילול השם דא ווען נישט זיי וואלט מען שוין לאנג געהאלטן דערנאך עס וואלט נישט געווען קיין ערכאות וכדומה
די תורה באלאנגט נישט צי זיי ברצונו מאריך וברצונו מקצר אויב א אידיש קינד מיז גיין צי דין תורה נישט אין קארט מיינט עס יעדעם זיי זענענן א גיטע סעמפעל וואס עס מיינט נעמען שוחד
|
|
|
|
| נשלח ב-26/7/2005 23:26 |
|
| |
געט מי
יא דא נאַט געט איט.
דיין רעדען אזוי, איז א עיקר פראבלעם צו די מחלוקת פראבלעם, די שרייבסט אז דיינים ומו"צ בישראל טרעטען בריש גלי אויף די תורה, ווען עס איז זיכער אז זיי מיינען נישט צו טרעטען אויף די תורה, זאלען זיי זיין גערעכט צו נישט.
אפשר ווען די וואלסט אביסעל פארשטאנען די אנדערע צד, און נישט געהאלטען אין איין ארויסברענגען דיין דעמאגאגיע, וואלט טאקע געווען ווייניגער מחלוקת......
זיי האבען סך הכל געזאגט אז אויף די הזמנה לדין תורה זענען זיי די בי"ד, איך מיין אז עס איז דא רבנים וואס זאגען אז זיי קענען דאס על פי דין זאגען.
די שאלה איז, ווי אזוי איז די זבל"א געשטערט געווארען?
|
|
|
|
| נשלח ב-26/7/2005 23:28 |
|
| |
כן הי' דעת ר' ישראל יעקב פישר ז"ל :ראב"ד ועוד
מעולם איני אוחז צד בענינים אלו כאן,
פשוט קשה להיזהר בכל האיסורים הכרוכים בזה.
אבל בוודאי איסור חמור לבייש ברבים (יש כאן דין רבים) שום אדם, כש"כ תלמוד חכם,
פשוט שאין אנו יודעים חשבונות של מעלה,
אבל למה לא תיזהר מספק?
כל אחד יחוש לעצמו! חייך קודמין!
בפרט בזמן שמידת הדין מתוחה ל"ע
הרבי שלך "וועט זיך א עצה געבן אן דיר"
זיי נישט קהל'ס נאר!
תוקן על ידי - אנאליזירער - 26/07/2005 23:46:03
|
|
|
|
| נשלח ב-26/7/2005 23:39 |
|
| |
בארפארקער,ניין
די איינציגסטע עצה קעגן מחלוקת איז גיין צי דין תורה
די איינציגסטע שטער אין סאטמער קעגן גיין צי דין תורה זענענן די דיינים פר"מ, פילאפ,וויינבערגער
1}צי זאגן אז מענטשען וואס זיצען אויף פעיראל ביי א קאמפאני קענענן נישט זיין קיין דיינים אויף די קאמפאני
דארף מען נישט זיין קיין רב דערצי עס איז א פסוק חומש ,,כי השוחד יעוור
2}אין בכלל צי זאגען אז אפילו נאכדעם וואס זיי ווילן נישט צריקציען פינעם טיטל קשר בוגדים מיז די דין תורה נאך אלץ זיין ביי זיי איז נישט מער ווי מידות סדום
3}עס איז נישט דא קיין שום רב, וואס זאלן האלטן אז די הלכה איז ווי די דריי דיינים זאגען
אז די דין תורה דארף פארקימען ביי די איינגעשטעלטע פר"מ פילאפ וויינבערגער אדער ביי יצחק מאנדעל
תוקן על ידי - getme - 26/07/2005 23:49:05
|
|
|
|
| נשלח ב-27/7/2005 00:13 |
|
| |
יוחי:
כ'האלט אז דו ביזט נישט גערעכט.
דו זאגסט אז די רבי'ס זאלן קלאר זאגן וואס זיי ווילן.
און אויב דער עולם וויל נישט דעם וועמען דער רבי וויל ?
צב"ש אין גער.
וואס טוט זיך אויב רוב עולם וויל אז ר' שאול זאל איבערנעמען נאך די פטירה ח"ו פונעם היינטיגן רבי'ן ?
ועוד.
וואס טוט זיך אויב דער רבי איז געזונט און שטארק, און טראץ דעם אלעם איז ער אינגעשפארט און ארומגענומען פון שטוב מענטשן גברי אלימי, און רוב עולם איז נישט גרייט אנצונעמען וואס דער רבי (אדער זיינע משלחים) ווילן ?
וועגן דיין פשרה אין ציפערן, ביזטו אין טעאריע גערעכט, נאר נישט מיט 20%, על פי הלכה איז 51% א רוב, און זיי זענען די בעלי בתים.
די שאלה הייבט זיך אבער אן, ווער האט דעם רוב ?
צב"ש אין סאטמאר, ווער האט מער מענטשן ?
יעדער זאגט אז ער.
איז וויאזוי טוט מען דאס פארמיידן ?
און אזוי וועט פאסירן מיט יעדן איינציגן סיסטעם, יעדער סיסטעם וואס וועט זיין וועט אלעמאל האבן לעכער וואו עס וועט ווערן א ארט פאר מחלוקת.
עס איז קלאר אז די איינציגע עצה איז א דין תורה.
אבער צוליב דעם היינטיגן מצב אין דיני תורה, בלייבט נאר איבער די עצה פון זבל"א.
און יעדער איינער אינעם היינטיגן דור, אפילו אויב עס איז כגובה ארזים גובהו, וואס שטערט דעם דאזיגן פראצעדור, איז עתיד ליתן את הדין, און טראגט דעם אחריות פון אלע קומענדיגע דורות וועלכע וועלן אוועקפאלן ח"ו אלס רעזולטאט פון די ווייטאגליכע פאלגן.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-27/7/2005 00:21 |
|
| |
וועקי שרייבט מיט א זיכערקייט
על פי הלכה איז 51% א רוב, און זיי זענען די בעלי בתים.
צייכען מיר צו א מקור צו דיין הלכה.
|
|
|
|
| נשלח ב-27/7/2005 00:32 |
|
| |
אין עפעס א אלטן ספר, דוכט זיך מיטן נאמען "חמשה חומשי תורה", שטייט:
אחרי רבים להטות
|
|
|
|
| נשלח ב-27/7/2005 00:34 |
|
| |
ווער עס האט אמאל געלערנט ספרי רביה"ק מסאטמאר זי"ע ווייסט אז מען זאגט נישט קיין אחרי רבים להטות אויף אלע סארט עלעמענטן!
|
|
|
|
| נשלח ב-27/7/2005 00:35 |
|
| |
פשששש
א גאון הגאונים.
אחרי רבים להטות,וואס מער מענטשען אין די קהילה ווילען אזוי גייט עס זיין.
|
|
|
|
| נשלח ב-27/7/2005 00:41 |
|
| |
זאליweaky
די וועסט נישט געווינען מיט די טפשים, אחרי רבים להטות מיינט קלאר, ווער עס האט ווייניגער דער האט געווינען, מענדל שווימער/יעקב יואל באנדא יוכיח. און די שענסטע זאך איז, זיי מישן אלץ אריין דער רבין זי"ע, יא. דער רבי האט געוואלט אז די מיעוט זאל זיך משתלט זיין על הציבור, א חברה קראנקע זכרים.
|
|
|
|
| נשלח ב-27/7/2005 00:45 |
|
| |
וועלכער רבי רעדסטו?
איך רעדט נישט פון אהרן טייטלבוים...
|
|
|
|
| נשלח ב-27/7/2005 00:50 |
|
| |
יענקעלע
ווילסט מאכען ליצנות WE ARE GAME
אבער לייג נישט צו די באמבאסטישע ווערטער על פי הלכה,
|
|
|
|
| נשלח ב-27/7/2005 01:07 |
|
| |
אוודאי איז א דין תורה דאס בעסטע, איך האב נאר פארגעשלאגען א וועג צו שלום מיט א פשרה וואס האט א לאגיק לע"ד.
א) דיין 51% פראצענט איז נישט לפי הלכה (און איך האב דאס געהערט פון א גרויסען טוען (זיין נאמען פליעט ארום דא אסאך) מ'דארף האבען 'רוב מנין ורוב בנין' דהיינו סיי מנין אנשים און סיי די נדבנים וואס האבען געבויעט די בנינים און אויך זיי מחזק געוועהן.
דהיינו 10 מלמדים האבען א דעה יא! אבער זיי קענען נישט קומען אין זאגען אז דער בנין וואס זופניק האט מנדב געוועהן אין מחזיק געוועהן זאל גיין אנדערש ווי ער וויל (למשל אויב ער וואלט היינט געלעבט) זיין דעה מוז איבער וועגען אפילו א רוב, עס איז זייער קאמפליציערט און נישט סתם 51%!
א חוץ פון דעם, דער הלכה גיבט אללע כוחות פאר די 'טובי הקהל' כמבואר במס' מגילה פרק בני העיר ושו"ע' און נישט פאר 'אנשי העיר', מ'דארף האבען טובי העיר במעמד אנשי העיר ... וכו' וכו', דארט ווי דער חצר פירט זיך ע"פ חוקי 'קהל', (סאטמאר)
דארט ווי עס פירט זיך לויט דעם דיקטאט פון א 'רבי' וואס פון דעם רעדט דער הלכה בכלל נישט און עס איז נישט פארהאנן אפילו א וועג ווי אזוי דער הכלה זאל ווייזען א וועג נאר אז מ'גייט צו 'זבל"א' ועיין לקמן...
ב) דער טענה פון זבל"א בין איך דערגעגען מכמה סיבות
1) היינטיגע שטרי ברורין געבען צופיהל כח פאר אזא בי"ד וואס דער כח האבען קדמונים נישט געהאט אין מ'קען נישט קיינעם צווינגען צו דעם: מ'שרייבט אונטער אז זיי האבען א רעכט צו פסק'ענען שלא על פי דין שלא על פי הלכה, צו מאכען פשרות, זיי מוזען נישט זאגען 'מהיכן דנתנו'
(דער נקודה, איז ממש א סקאנדאל! דער רבנות אין ארץ ישראל דרוקט כסדר זייערע OPIONIONS אין אללע דיינים פון דער גאנצער וועלט נוצען זייערע פסקים בענני אישות חושן משפט, איך האב אפילו א גרויסע טייל דא אויף מיין COMPUTER)
מ'קען לערנען הלכות פון תשובות און פסקים פון 1000 יאהר פסקי רבותינו ראשונים און אחרונים, אבער קען דען איינער ווייזען תשובות אין פסקים פון בי"ת התאחדות הרבנים פון די לעצטע 50 יאהר אין אמעריקע?
ג) איך האב לעצטעס געזעהן א תשובה פון ראדאמישלא רב ער איז דאך געוועהן א לייב אין הוראה, א רשכבה"ג! ער שרייבט אז מ'קען נישט צווינגען א רב אין שטאט אז ער זאל נישט קענען נעמען זיין אייגענער בי"ד של הקהילה וח"ו צו זאגען אז זיי זענען משוחד, ער שרייבט אז ער געדענקט אז דער דרכי תשובה איז געשטאנען ביי א ד"ת ביי דעם בי"ד של מונקאטש.
עס קען זיין אנדערע סיבות פאר וואס ר' יח"מ איז נישט ראוי דא צו זיין דער דיין אבער דער טענה איז נישט קיין טענה לע"ד.
ב) אויב מ'גייט יא צו א בי"ד זבל"א זאג איך נביאות (אפשר בין איך טאקע פון די וואס 'משחרב ביהמ"ק... "  ) אז דער פשרה וועט אויס זעהן ווי איך האב פארגעשלאגען...
SO Y NOT DO IT BEFORE SPENDING ALL YOUR MONEY FOR טוענים?
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-27/7/2005 02:09 |
|
| |
איך וויל אנמערקען איין נקודה
איך פארשטיי אז די זאלונים טענהן אז זיי מיזען נישט ע"פ הלכה גיין צי א אנדערע בי"ד אדער זבל"א
האבען דעמאלסט די אהרונים געזאגט אדרבה לאזען מיר גיין צי א בי"ד דן זיין נאר אויף די נושא צי עס איז אויסגעהאלטין אדער נישט
אין אפילו דאס האבען זיי נישט געוואלט איינשטעלען
נא זאגט איר אליין
זענען זיי נישט מסרבים לדין ?
|
|
|
|
|