ויהי היום, האבן 2 פון ר' לייבוש ליפא'ס קינדער, לאמיר זיי רופען, חיים משה און געציל, זיך איבערגעקליגט אויף די אנדערע קינדער, און ס'איז זיי געלונגן אז אין טאטענ'ס קאפ איז אריין - אדער זאגן זיי נאר אזוי - אז נאר זיי צוויי זענען איהם געטריי, די אנדערע קינדער זענען נישט אזוי געטריי, און דער טאטע ווארפט זיי ארויס פון די ביזנעס, פון איין טאג אויפ'ן צווייטן, און אסר'ט זיי דריסת הרגל ביי איהם אין הויז.
זעענדיג אז די צוויי ברודער האבן זיי גוטע צוגעפיקסט, און נישט האבענדיג קיין אנדערע אויסוואהל, ווילן זיי גיין צו דין תורה,(אדער בלית ברירה אז די ברודער האבן צו גוטע קאנעקשאנס מיט אלע רבנים - צו ערכאות) און נעמן אן עיקול, אפצושטעלן די 2 באנדיטן פון אוועק גנבנ'ען אלעס פון זיי .
אבער די צוויי ברודער הייבן באלד אויף א ויצעקו פון געוואלד כיבוד אב מען רופט דעם טאטן צו דין תורה אדער ערכאות רחמנא לצלן, יזדעזע הארץ ומלואה, די געפילן זענען ווי אפגעשטארבן און די חושים זענעם פארטעמפ פון די גרויסע עזות, און אלץ קנס הערט דער טאטע אויף גיין צן זייערע שמחות, ער לאזט זיי נישט אריין איו שטוב, צוליב זייער געוואלדיגע חוצפה.........
ווער עס פארשטייט נישט דעם משל/נמשל, זאל לייענען וואס דער הרב אינגערמאן שרייבט. ווייל ביידע מאכן די זעלבע קאמען סענס.
נשלח ב-27/7/2005 21:09
אינגערמאן
גאנץ נאטראל אראפגעלייגט די שוידערלעכע פאסירונג אבער עיקר שכחת
וויאזוי וואלט הרב בערגמאן געוואלט אז טאמער איינע פין די נישט געטרייע קינדער וועלען קימען צי עיהם אויף די עלטערע יארען (איידעל גערעדט) נישט איבערגעקליגט, נאר מיט פרעכע שקרים אין פאלטשע מעשהלך אין אנרייצען אויף די געטרייע קינדער מיט די הילף פין זיין מענעדזער וואס איז דער ארכיטעקט פין דעם פלאן, אין מיינט נאר זיין אייגענע אין זיינע חברים אינטערעסע, וואס אגב זענען אלעמאל געווען הרב בערגמאנס גרעסטע שונאים נאר זיין מצב קען עס ליידער מער נישט אנטשיידען אין לאזט עס לויפען ווייל ער ווייסט אפילו נישט וואס גייט פאר אינטער זיין נאז נאר ער מיינט אז זיינע געוועזענע געטרייע קינדער זענען שוין מער נישט אינטערסירט אין עיהם אין ווייסט נישט אז זיין מענעדזער לאזט נישט צי די געטרייע קינדער אז מען זאל עיהם אויפקלערען וואס דא גייט פאהר
איך קען אנגיין אין אנגיין נאר איך וויל בעיקר זיך שטעלען אויף איין נקודה
וואלט הרב בערגמאן געוואלט אז מען זאל ריפען צי דין תורה דעם מענעדזער מיט זיינע אנדערע געלט אין כבוד פרעסערס אין אויב זיי דרייען זיך ארויס פין גיין צי ד"ת אפילו גיין אין קארט? אדער די האלטסט אז ניין
ער וואלט געוואלט ענדערשט זאל זיין שטיל אין לאזען זיינע שונאים איבער נעמען זיין ביזנעס אין די געטרייע קינדער וועלען זיך שוין א עצה געבען למשל מיט פאד סטעמפס אין סעקשען עיט?
א קארצע הערה דער מענעדזער מיט דעם בן השנואה לאזט אפילו נישט זאגען אפאר קאפיטלעך תהילים
נשלח ב-27/7/2005 21:18
זשוליאני08
נשלח ב-27/7/2005 21:18
כורמיזא, כ'מעג נישט אמאל פרובירן דאס אויך... און ביזט טאקע דער איינציגטסע וואס האט דערהערט אז דער נמשל איז לטובת די אהרונים?
עפשטיין, יישר כח! הונדערט פראצענט גערעכט!
אהרוני, גאנץ גוט, אבער כ'מיין אז דו האסט געלייענט צו שנעל,
13 הופער, גיט געשריבן, אין די ליניע פונעם אשכול.
זשוליאני, ביזט ממשיך מיט דיינע זינלאזע נארישע תגובות, ביזט אפשר דיסלעקסיק, לייען נאכאמאל מיין ערשטע תגובה מיט אביסל מער געדולד. און געטמי'ס לייגן אויך נישט צו מער קאמען סענס צו די תגובה
תוקן על ידי - אינגערמאן - 27/07/2005 21:27:31
נשלח ב-27/7/2005 21:56
ער איז א .... ער כאפט עס נישט
פאר די חכמים וואס האבן נישט פארשטאנען מיין ערשטע תגובה אין דעם אשכול, איך האב געשריבן א נייטראלע תגובה אבער דאך מער נוטה צו דעם צד אז 2 ברודער האבן זיך משתלט געווען אויפ'ן טאטן און אויף די משפחה.
נשלח ב-27/7/2005 23:12
אינגערמאן
פיין אין וואויל אבער מסירות נפש דארף מען האבען פאר כיבוד אב ואם אין טין כל טצדקי דאס אפצושטעלן.