| נשלח ב-28/7/2005 01:37 |
|
| |
ראסיזם: מקור אין יהדות?
אן ארטיקל וואס לויפט אין "דער מעלות" חודש תמוז, באהאנדעלט די היסטאריע פון ראסיזם.
דער שרייבער, בכלל נישט קיין געצוימטע מוח, גלייכט ספעציעל אריינצופלעכטן זיינע ידיעות איבער ראסיזם וואס זענען פארגעקומען אין לויף פון די יארן קעגן אידן; מער ספעציפיש: אנטיסעמיטיזם.
זייענדיג זעלבסט א איד, פארשטייט דער שרייבער גאר גוט וואס דאס מיינט צו ווערן באטראכט אלס צווייטראנקיג, פאר די איינע סיבה פון זיין אייגענארטיג אדער פארן נישט זיין א ווייסער אייראפעער. יעדער איד שפירט פון צייט צו צייט ווי ער ווערט פריצייטיג אפגעשאצט –אדער אונטערגעשאצט- בלויז צוליב זיין רעליגע. אזוי אויך קומט א צייט פאר יעדען אריינהייבן א פארציע זידלעריי פארן זיין א ***** זשוי.
דעריבער איז דער שרייבער גוט באוואוסטזיניג איבער די ענליכקייטן פון ראסיזם ביז אנטעסעמיטיזם אין סובסטאנץ און האט זיך געשפירט זייער באקוועם צו באהאנדלן ביידע אין איין ארטיקל. בקיצור: די רעדע איז טאקע אפריקען-אמעריקענס אבער דער יסוד פונעם פראבלעם איז גלייכצייטיג א היימישער אויך.
דער ארטיקל ענדיגט זיך: "אין קומענדיגער נומער: נאצישער ראסיזם."
מיט אפאר שעה פריער, האב איך געבלעטערט "דער מעלות" פון א צוויי חדשים פריערט; חודש אייר. דארט אין אן ארטיקל אונטערן נאמען "חסדים טובים", א סיפור איבער א שווארצע פרוי וואס לכתחילה האט זי געמאכט א רושם פון א "פריינדליכע גויטע" אבער שפעטער זי זיך ארויסגעשטעלט צו זיין א פיק-פאקעט'ער, ליינט זיך א פאראגראף אזוי:
...פון וויליאמסבורג פארט דער באס אריין צווישן די שווארצע געגנטן, און ביי יעדער סטאנציע שטייגן אויף מער און מער שחורים. זיי נעמען איבער די זיצן פון די איינצלנע ווייסע וועלכע גייען אראפ פון באס און ביז וואס ווען שפירט זיך אסתר ווי א שעפעלע צווישן זיבעציג וועלף...
...מיט דער צייט האט זי זיך צוגעוואוינט צו די טונקעלע פנים'ער...
וואספארא איינדרוק, לאזט אויף אייך אזוינע ווערטער? כ'וועל אייך זאגן וואס עס האט געמאכט אויף מיר.
מיר האט עס געזאגט אז שווארצע זענען "באגי מענס", פון שווארצע ברויך מען מורא האבן, ווייסע צווישן שווארצע זיינען כשה אחד בין שבעים זאבים. און דער שרייבער זאלזט נישט קיין צווייפל וועלכע קאליר איז די שעפעלע און וועלכעס די וועלף!
אייגענטליך, איז עס איז נישט דאס ערשטע מאל וואס עס גריצלט מיר ליינענדיג אין אונזערע אידישע אויסגאבעס ראסיזם. אבער ווען מ'וואלט דאס זעלבע געשריבען אויף אידן וואלט דער יעניגער זיכער געווארן אפגעסטעמפעלט אלס אן אנטיסעמיט. און מיט רעכט.
אין אונזערע קרייזן פארמאגט די ווארט "שווארצע" צוויי באדייטן.
1) א שרעקוועדיגע כאראקטער. ווען א שרייבער וויל אויפבויען דראמע אין א מעשה, שרייבט זיך די בעסטע אזוי: ...פלוצלינג דערהערט זיך א גערויש פון צווישן די ביימער, א קאלטער שווייס נעמט אים אריבער, ער דערזעהט זיך שטיין פנים אל פנים מיט א הויכע "שווארצער" מאן מיט ווייסע שפיזיגע אויגן... עס האט גאר אן אנדערע באדייט, הא?
2) א נידריגע שמוציגע כאראקטער. עס איז זייער אנגענומען צו באטיטלן אן אומציווילעזירט, לאו-קלעס, געמיינער אלס א שווארצער. וויפיל מאל, נאכן אנדרייען א באלאגאן אין חדר, פלעגן מיינע מלמדים שרייען: עטץ פירטס ענק אויף ערגער וואו די שחורים! אדער אפשר איז דאס קענטליך: גיי פיק אויף א שחור פאר 5 דאלער א שעה, ער וועט דיר אויפקלינען דעם מעס.
איך האב זיך אלעמאל געווינדערט צו דאס קומט פון א אידישע שיטה אז שווארצע דארף מען דערנידערן אדער גאר צוליב דעם וואס די מערב קולטור פון טאלערענץ איז נישט אריינגעפלאכטן געווארן אין אונזער ערציאונג, ממילא זענען מיר געבליבן דארטן וואו די וועלט איז געווען ביז פאר פערציג יאר צוריק.
אדער קען גאר זיין אז די סיבה צו דעם איז פשוט, ווייל מיר, אידן אין אמעריקע, זיינען מיינסטענס אויפגעצויגן געווארן אין די ברוקלינער געגענט. א געגענט מיט א שפע פון טונקעלע. סאו ווען א שכן האט גע'גנב'עט א בייק, איז עס געווען דער שווארצער שכן; האט ער אויסגעשאסן א פענסטער, איז עס געווען דער שווארצער שכן; ווען מ'האט גערעדט פון א גנב פארברעכער האט מען נאר געקענט טראכטן פון א שווארצער ווייל עמיצער אנדערש צו באשולדיגן איז נישט געווען, און דאס האט געברענגט דעם על כלל כלו יצא.
דער באדעם ליין איז אז דאס איז פארט ראסיזם.
ראסיזם צו אנטיסעמעטיזם, אזוי ווי דער שרייבער פון "מעלות" האב פארשטיינען, דער שורש פון דער פראבלעם איז ביי ביידע דער זעלבער. עמיצער וואס ב'עולה'ט א שווארצער צוליב זיין הויט-קאליר, וועט, פריער אדער שפעטער, גאנץ באשטימט מיסבאהאנדלן א איד צוליב זיין רעליגע. דאס גייט פאראלעל. קיצור הדברים: דער איד אוואו להבדיל דער שווארצער זענען ביידער אנדערש פון די אנגענומענע ווייסע. אויב איז "אנדערש" א סיבה אויף צו ווערן דערנידערט, איז דער איד אן אייניגע מחותן.
אויב דער ארגומענט אז מ'טאר נישט באקריוועדען א צווייטן איז נישט גענוג אויף צו פרעדיגן טאלערענץ, פארוואס אבער, זאלן מיר נישט פארשטיין אז עס איז מיר אידן וואס שטייען צו דערלייגן פון א סאסייעטי וואס טאלערירט אומטלערענץ. אינדערצייט וואס מיר ערווארטן פון אנדערע צו באקעמפן אנטיסעמיטזם, זאלן מיר טוהן אונזער חלק אין באקעמפען ראסיזם.
עס וויל זיך האפן, דער מעלות זאל ענדיגן איר פארזעצונג אינעם קומענדיגן נומער: "אין קומענדיגן נומער: אידישע ראסיזם."
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/7/2005 01:42 |
|
| |
סתם א דערמאנונג.
אתה בחרתנו מכל העמים .... ורוממתנו מכל הלשונות
|
|
|
|
| נשלח ב-28/7/2005 01:45 |
|
| |
דאן איז דער ווייסער מיטן שווארצער גלייך, נישט אזוי?
|
|
|
|
| נשלח ב-28/7/2005 01:51 |
|
| |
"אתה בחרתנו" איז ענדערש א התחייבות ווי א גרונד פאר ביטול כלפי אנדערע.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/7/2005 02:03 |
|
| |
דו האלטסט טאקע אז דו ביזט אויף איין לעוועל מיטן שווארצן ???
קיינער רופט נישט דא צו ערלויבן אז מען זאל טשעפען די שווארצע ח"ו, אבער עס איז קלאר אן קיין שום ספק אז א איד איז הונדערט מאל העכער נישט נאר פון א שווארצן, נאר אפילו פון א ווייסן.
און דאס איז דער ערגסטער איד, אקעגן דעם בעסטן גוי !
תוקן על ידי - זאליweaky - 28/07/2005 2:03:56
|
|
|
|
| נשלח ב-28/7/2005 02:43 |
|
| |
עס איז טאקע וויכטיג אכטונג צו געבן וואס מען שרייבט, בפרט "מעלות" וואס מן הסתם זעט דאס יעדער שחור.
אבער דאס דארף בכלל נישט קיין הסברים. אויב ביסטו שוין אמאל "בטעות" אראפ געשטיגן פון באן אין איסט ניו יארק אדער אין "באוערי" (אין די גוטע צייטן).. וואלסטו לכאורה נישט געשריבן אזא תמ'עוואטע ארטיקל.
די תורה האט אונז געבאטן צו רעספעקטירן דאס מענטשהייט אין אלע פארמען אין אלע קאלירן.
מיר דארפן אכטונג געבן נישט צו מאכן קיין חילול ה' אדער אויפרעגן אמאל א אינו יהודי. אבער ליידער דער מציאות זאגט זיינס, אז עס איז גאר א גרויסער הבדל צווישן די און די... ודי למבין.
נ.ב. איינמאל 'פעסן אדער 'אויסקראסן' א שחור מיט די קאר, איז מער התגרות ווי אן אומשולדיגער ארטיקל אין די מעלות.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/7/2005 02:45 |
|
| |
בדרך אגב, ליין דעם סוף פון די מעשה, וועסטו פונקטליך פארשטיין פארוואס מ'האט געדארפט ציטערן.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/7/2005 02:52 |
|
| |
עס איז א מציאות אז די מערהייט פין די פארברעכער זענענן נישט קיין ווייסע נאר....
מילא דאס איז די סיבה ווען מען וויל שרייבן פין א שרעקעדיגען פארברעכער ניצט פאר א משל א.......
|
|
|
|
| נשלח ב-28/7/2005 03:58 |
|
| |
זאלי,
ס'זעהט מיר אויס, אז די האסט נישט געליינט דער לעצטע תגובה וואס average האט דיר געשריבען.
די שאלה איז איין זאך, פארוואס איז דער ווייסע גוי ווייניגער (אדער בכלל נישט...) פאר'נמאס'ט ביי דיר ווי דער שווארצע?
לדעתי, איז דער תשובה דערויף אז דער סיבה פארוואס דער שווארצע איז ביי דיר פאר'נמאס'ט, האט גארנישט מיט דיין זיין א חלק פון דעם עם הנבחר.
פארקערט, ווען די אנערקענסט ווען דיין התחייבות, זייענדיק פון דעם עם הנבחר, וואלסטו פארשטאנען נישט צו פיינט האבען קיין שום בריה אויף די וועלט.
איך וואלט געזאגט, אז דער וואס פארשטייען באמת א חילוק ציווישען דעם שווארצע און ווייסע גוי, זענען אויך ראסיסטיש קעגען "אחב"י" וואס קוקען אויס אנדערש ווי זיי, למשל, די ספרדים אין א"י, אדער אזוי גערופענע "פרענקען". ודו"ק.
בהוקרה,
דזשיד
|
|
|
|
| נשלח ב-28/7/2005 04:38 |
|
| |
גוט געשריבען.
עס איז דא אין עם הנבחר אויך שווארצע, אין באבובער בית המדרש אין בארא פארק זע איך אמאל א שווארצע שומר תורה ומצות מיט אלע שמונה בגדים.
ווי קומט דא אריין דער אתה בחרתני?
|
|
|
|
| נשלח ב-28/7/2005 05:04 |
|
| |
די סיבה פארוואס די שווארצע זענען פארמיאוס'ט ביי אידן, איז גאר נישט אנדערש ווי דאס פארוואס זיי זענען פאר'מיאוס' ביי כמעט יעדן נארמאלן גוי.
שוין אפגערעדט פון דעם, וואס מיר ווייסן אז חם איז פארמשפט געווארן צו זיין א קנעכט (ניין, נישט גלייכבארעכטיגט), און עס איז אפילו אנגענומען אז דער שינאווער רב און אנדערע האבן געשאלטן לינקאלן פאר זיין באפרייען די שווארצע, און אנדערע צדיקים האבן געזאגט אז דאס איז די קללה וואס באגלייט די קענעדי פאמיליע.
אבער בעצם איז א שווארצער א ווילדער טיפ, שוואך ציוויליזירט, און אומערצויגן.
קוק וואס ער אליין האט געשריבן:
אדער קען גאר זיין אז די סיבה צו דעם איז פשוט, ווייל מיר, אידן אין אמעריקע, זיינען מיינסטענס אויפגעצויגן געווארן אין די ברוקלינער געגענט. א געגענט מיט א שפע פון טונקעלע. סאו ווען א שכן האט גע'גנב'עט א בייק, איז עס געווען דער שווארצער שכן; האט ער אויסגעשאסן א פענסטער, איז עס געווען דער שווארצער שכן; ווען מ'האט גערעדט פון א גנב פארברעכער האט מען נאר געקענט טראכטן פון א שווארצער ווייל עמיצער אנדערש צו באשולדיגן איז נישט געווען, און דאס האט געברענגט דעם על כלל כלו יצא.
צו איז טאקע ווירקליך נישט געווען קיין אנדערע גויים צו באשולדיגן ???
עס זענען יא געווען !
אבער דאס איז געווען דער פשוט'ער פאקט, אז דער שווארצער האט אלעמאל געגנבעט און געשלאגן מער ווי דער ווייסער.
און פאר די סיבה האבן רוב ווייסע גויים פיינט שווארצע (און טאקע דערפאר גלייכט רוב אמעריקע יא קאלין פאועל, אדער קאנדאליזא רייס).
במילא ווען זיין קשיא וואלט געווען פארוואס איז דא בעצם אין אמעריקע ראסיזם אקעגן שווארצע, איז דאס דער פשוט'ער תירוץ.
אבער א טייל פון זיינע פונקטן זענען געגאנגען אין א אנדערן ריכטונג - אין מיינע אויגן על כל פנים.
דאס וואס א איד האלט זיך בעצם העכער ווי א גוי.
און דערויף האב איך געענטפערט.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/7/2005 05:09 |
|
| |
דער מהר"ל האט אמאל געהאט א ויכוח פון דרייסיג טעג מיט דריי הונדערט גלחים.
די הויפט שאלה וואס איז אים געשטעלט געווארן איז געווען די דאזיגע שאלה.
מיט וועלכע רעכט האלט זיך דער איד העכער ווי דער גוי ?
און דער מהר"ל ברוב קדושתו האט געענטפערט דעם פאלגנדן תירוץ.
אין יעדן לאנד איז פאראן א מיליטער.
אינעם מיליטער זענען פאראן פארשידענע אפטיילונגען.
צב"ש אין אמעריקע, זענען די מערסטע געשעצטע מענטשן די נעווי סיעלס.
פארוואס ???
ווייל ווי גרעסער און שווערער עס איז יענעמ'ס פליכט, אלס מער קוקט מען ארויף דעם וואס ערפילט די דאזיגע אויפגאבע.
די זעלבע זאך איז מיטן איד, וואס ער טוט די שווערסטע אויפגאבע אין דער סדר פון די בריאה, וואס איז אייגנטליך כאילו די אידן זענען דעם באשעפער'ס קאמאנדא'ס.
און דערפאר זענען זיי די מערסטע געשעצט, און עס קומט זיך זיי מיט רעכט.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-28/7/2005 05:39 |
|
| |
הויך געלערנטע רבי ר' זאלי,
בנוגע די אנטיסעמיטסזם און ראסיסטישע שנאה וואס שפיגעלט נאך עד היום הזה ארויס פון רוב אייראפישער גוים כלפי די אידען (און בפרט דער וואס ווייזען ארויס בחיצוניות אז זיי זענען אידען...--כמוני וכמותך...), געבען זיי בערך די זעלביגער הסברים ווי דיר כלפי די שווארצע.
בהוקרה,
דזשיד
|
|
|
|
| נשלח ב-28/7/2005 07:35 |
|
| |
עוורעדזש יפה דברת
הונדערט פראצענט גערעכט אז עס איז פאראן אזא זאך ווי אתה בחרתנו. אסאך גוים האלטן אויך אז אידן זענען דער אויסדערוועלט פאלק (טשאזען פיפעל)
דער פאקט איז אבער אז מיר זענען אין גלות און מיר דארפן זיך אויפירן ווי מיר זענען אין גלות.
עס איז ממש שאקירנד וויאזוי מלמדים און עלטערן רעדן צו קינדער איבער גוים, "טמא'נע גוים" אדער "עקלדיגע שווארצע". געוואלד! ווען מען זאל אזוי רעדן צו די גוים אין די פאבליק סקולס איבער אידן וואלט שוין געווען ריזיגע שרייעדיגע העדליינס אין די היימישע צייטונגען.
איך וועל מער מאריך זיין אין אן אנדערע געלעגנהייט.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/7/2005 07:41 |
|
| |
זאליוועקי, ממש גאונות
האסט אויסגעטראפן פארוואס רוב אמעריקע האט פיינט די שווארצע.
און פארוואס רוב אמעריקע האט פיינט די אידן דאס האסטו שוין אויסגעטראפן?
דו ווייסט וויפיל גוים עס האלטן די חסידים פאר באנדיטן, גנבים און רויבערס?
אויב איז דאס וואס "רוב מענטשן" האלטן א שטארקע באווייז, דאן זענען מיר חסידים גאר נידעריגע ברואים.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/7/2005 21:09 |
|
| |
איך מיין אז דער סטיריאוטיפ ווערט ווייניגער אין ווייניגער היינט ביי חסידים.
וועקי איז נאך מאחרוני הנפילים וואס מיינט אז ווער עס איז נישט פונקט ווי מיר איז א מצוה פיינט צו האבען.
|
|
|
|
|