ווער עס האט א הצעה ווי אזוי צו מאכן שלום זאל עס דא פאוסטן
נשלח ב-29/7/2005 02:49
THE RUV OF 48TH ST SHOULD GIVE UP
נשלח ב-29/7/2005 02:50
THIS IS NOT A PROCESS
נשלח ב-29/7/2005 02:51
OK THE REBBE OF 45TH ST SHOULD GIVE UP
נשלח ב-29/7/2005 02:52
IS THAT WHAT YOU WANT ??/
נשלח ב-29/7/2005 03:12
רבותים
ס'איז פשוט נישטא מיט וועמען צו גיין צום טיש
נו ווער איז שולדיג
נשלח ב-29/7/2005 03:13
A.A.L
נשלח ב-29/7/2005 03:34
רחובמימון
האסט געענדיגט מיט דיינע פורומס אין האסט שוין נישט געהאט וועם אויסצימעקען קומסטו דא יעצט אנפאנגען דיינע איבערקערענישן.
לאמיר דיך מסביר זיין איין זאך אז די עולם עפרישיעיט נישט אזא מענטש ווי די אין מ.ג. היידפארק איז געעפנט געווארן פאר פרידאם אוף ספיטש מענטשען אין קהל באבוב ווילן שרייבן זייער מיינונג אין נישט אז אנדערע זאלן ציפיצן זייער ווערטער אין מיינונגען.
Hey youre more then welcome in באבוב בתפארתה
נשלח ב-29/7/2005 04:00
וואס ווילסטו פון רחוב מימון? ער האט געפענט א אשכול פרעגענדיק צו איינער האט א לייטישע הצעה צו ענדיגען דער מחלוקת, אז די האסט רופ דיך אהן גערען אז די האסט נישט שרייב אין א אנדערע אשכול און קריך ארויס פון דיין זינלאזיגער שנאה און דאס איז עס.
נשלח ב-29/7/2005 04:25
איך פארשטיי נישט דיין שאלה, רמ"ד האלט אז ער איז אן יורש, רב"צ האלט אז עם קומט אללעס, איז זיצט אן בית דין אין גייט באשליסען, איך גלייב אז ביידע וועלן אויספאלגן די פסק בית דין, נישט קיין נפק"מ וואס צו וועט זיין, ברצון ובלא רצון, ווייל דער קאורט איז אין טאפ פינם דין תורה, איז ממילא בעניין בילדינגס, נאמען באבוב, וועט דאך בי"ד באשליסן, און פארדעם פעלט נישט אויס קיין עייצעס, ווייל בי"ד איז די בעסט, נאר עייצעס פעלט אויס, און דיין שאלה דארף צו זיין "וויאזוי הערט מען אויף אין 48 צו ביירעדן יעדן איינעם?" , ווייל אין 45 האט טאקע כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א און כ"ק אבד"ק באבוב שליט"א שוין אפאהר מאהל געבעטן אז מ'זאל נישט רעדן קיין לשון הרע וכו' והדברים ידועים, און ממילא פין 45 קענסטו שוין גאהרנישט פארלאנגען,ף די שאלה איז נאר וויאזוי פארהאקט מען די פיסקעס פין די מנובלים אין 48 זיי זאלן שוין שווייגן און אויפהערן אינטערצוהיצן זייערע עולם אקעגן אונזערע רבי'ן שליט"א, וויאזוי פארהאקט מען די פיסק פין יעקב ישמעאל מייזליש, וויאזוי פארהאקט די מויל פין 'גערמאן' נחום מאיר אז ס'זאל אויפהערן צו שיסן ניבול פה מיט דברי הסתה פאר יינגע בחורימ'לעך, דאס איז די קשיא, ווייל נאר זיי מיט די סארט שלענג, מיט זייערע "גרויסע" חזן בראשם, וואס זיין שווייגן ווייזט אז 'זה רצונו', גיי פרעג זיי "וויאזוי שטעלט מען אפ די פייער" נישט אונז!!!!
די פארשטייסט די חוצפה?
ענק העצן די יינגעלייט ביי מלוה מלכה'ס אז מ'זאל נישט קומען צו אונזערע שמחות, ענק העצן די בחורים ביי חבורות אז אונז זענען די שטן, ענק טעראראזירן יעדן וואס טרעט אריין ביי אונז אמאהל צו מאהל, און ענק קומען נאך מיט די תמימות' דיגער פנים פרעגן "טאטע, דארף מען מעשר'ן זאלץ"??
ממש מ'זעהט אויף דיין רעדן אז די האסט זיך גיט אפגעלערנט פין דיין חזן וויאזוי צו "להעמיד פנים" צו זיין , ענק שלאגן, העצן, און פרעגן נאך "וויאזוי קען מען דא מאכן שלום?....."
get out of here
תוקן על ידי - the_mouse - 29/07/2005 4:41:48
נשלח ב-29/7/2005 04:40
די ענטפערסט נישט אזוי ווי זרע יעקב נאר ווי זרע עשו די זוכסט נאר פילוג נישט אחדות
מיין פראגע איז געווען וויאזוי מאכט מען שלום ס'זאל מער נישט זיין די מצב פון דין תורה אא"ו וואס די האסט אזוי ליב
נשלח ב-29/7/2005 04:54
די דרעק פין א רחוב מימון איך דארף נישט מסביר זיין וואס די ווייסט יא גאנץ גיט, זאלן אלע וויסן אז די מיט נאך אפאהר רשעים האבן גאנצע צוויי חדשים געשריבן אויף הייד פארק וויפיל און וואס זיי האבן געוואלט אין ווען איינער האט מוחה געווען אדער געשריבן בעד 45 האט מען אויסגעמעקט ווי אן רוח , אין יעצט שרייט ער "טאטע וויאזוי מעשרט מען די זאלץ"? די שטיק צבוע וואס די ביסט, די ווילסט דען שלום? די ווייסט פשוט צופיל אינערליכע אינפארמאציע, און ממילא ווייסטו אז די מצב מיט ענק אין בי"ד איז אויף געהאקטע צרות, און דאס ברענגט דיר צו דיינע טייערע שאלות,
און איך שעם מיך נישט פאר קיינעם און זיכער נישט פאר דער חזן וואס האט אינזערע רבין ארויסגעווארפן פין באבובער בימ"ד מיט פאליס, אהן קיין היתר בי"ד, אהן גאהרנישט, פאר אזעלכע נבלים איז די שענסטע זאך וואס מ'קען צו זיי זאגן איז "דין תורה" דין תורה!!!!!!!!!
יא יא יא יא יא יא נאר דין תורה וויל מען, אין אויב ענק אין 48 געפעלט דאס נישט, קענען ענק טוישן גלויבן,
אינז חסידי רמ"ד ווילן מיר נאר דין תורה!!!, נישט קיין הסברים, נישט גאהרנישט נאר דין תורה!!! אין אז צוגעפעלט ענק נישט קענען ענק פלאצן! ווייל ענקערע לויערס מיט ענקערע חזן האבן שוין אינטערגעחתמט סיי אין קאורט און סיי און בי"ד, אין זיי וועלן מיזן פאלגן ברצון ושלא ברצון, נאר דין תורה יא באנדע שלעגערס!
נשלח ב-29/7/2005 09:12
ר' מייזל
ווער האט געשריגען בי"ד , ווער איז געגאנגען ערכעות , שפיל נישט צדיק אין פעלץ , אין קיק דיר אין שפיגעל ווען די פרעגסט ווער זאגט מעשרין את המלח ,
אין דין תורה גייען מיר גארנישט פארלירען, די אינערליכע שמוץ וואס עטס רעדטס וועגען האבען ענק אסאך מער מורא ,
אין די ווייסט דאס זעהר גיט ,אין אויב די ווייסט נישט, איז דאס איינע פון די סיבות מען האט דיר נישט אויסגעקליבען פון דיין זייט נאר מען האט גענימען צוויי מענטשען וואס געדענקען אביסעל די "אינערליכע שמוץ" , אז זיי זאלען עס עטוואס קענען פארווישען ווען זיי קומען אויף , אין זיך קענען פריער ציגרייטען אויב עס קומט אויף די "אינערליכע שמוץ" וואס צו ענטפערען , אין וויניגער מאל דארפען ארויסגיין אינדערמיט זיך איבער צי שמועסען מיטן טוען ,ווייל בערגער האט ענק שוין אפאר מאל אנגעשריגען פארוואס עטס קענט ענק נישט בעסער ציגרייטען אין נישט דארפען אזוי פיל מאל ארויס גיין זיך שואל עצה צו זיין ,
ראטה איז געקומען מיט א גאנצע פייל פון בנינים פון אברהם אהרן טענ'עןדיג אז עס איז געווען געשריבען אויף באבובער ישיבה נאמען אין היינט זענען זיי אויף אברהם אהרן לעזער'ס נאמען, אין ער האט געמיינט אז ער גייט שיסען א טאטער , אין כ'האב הנאה אז אאל האט זיך אפילו נישט געדארפט פארענטפערן , ווייל ר א"ב ראזנברגר האט עם אויסגעכאפט וועלענדיג פארשטיין פארוואס ראטה האט נאר געברענגט די דידס וואס צייגען אז עס איז געווען פארשריבען אויף באבוב נאמען און נאכדעם אויף אברהם אהרן'ס נאמען , אין ער ברענגט נישט דער דאקומענט פון די טרענספער פון א קאנגרעגעישאן צי א פריוויטער נאמען וואס איז אינטער געשריבען פין אטורני דזענעראל וואס דער אמיריקאנער געזעץ פאדערט עס כידוע, אין אויף דעם האט ער געפרעגט אברהם אהרן צי ער האט די צעטלעך (אגב סאיז אלעס פאבליק רעקארד) האט אברהם אהרן גענטפערט אז יא אין זיי זענען אלע אינטערגעשריבען דורך המהרנ"ץ
וואס האט מען מורא צו האבען פון אזעלכע באמבע טענות
אדער ווען ראטה האט געטענהט אז די רעביצען'ס הויז באלאנגט צי ירושה פרטית פונעם מהר"ש אין דערווייל איז דא א בריוו פון מהרש ווי ער שרייבט עס איבער צום רעביצען נאך אין אנפאנג די למ"ד יארן- "משום אינערליכע שמיץ" כלשונכם
וואס האט מען מורא צו האבען פון אזעלכע באמבע טענות
אדער ווען ראטה האט געמאכט א דיוק פונעם דיין'ס הכתרה אז דער דיין האט אויך געהאלטן אז רב הצעיר מיינט גארנישט עס איז נאר א טיטול, והא ראי'- ער האט נישט געזאגט אז מאיז מכתיר ווייל ער איז געווען רב הצעיר ער האט נאר געזאגט אז מטוט דער רצון מהרש ע"כ ...ושפתים יושק אויף זיין חכמה המביא לידי גיכוך ,
פארוואס דען האט מען געמאכט רב הצעיר אויב נישט אויף ממלא צו זיין רצון המהרש - וואס איז געלעגען אויפען מהרנצ א חיוב כדי לקיים דברי אביו , וואס ער אליין איז געווען דאנקבאר פאר לייבוש לנדא הערנדיג אז דער ברידער איז מסכים עס מקבל צי זיין .
חוץ מזה וואס איז מען מפלפל אינעם דיין'ס ווערטער - וואס איז משמע אז ער האט געהאלטן, בפירוש - דער טיטול רב הצעיר , דער דיין על אף דער שווער האט געזאגט אויף עם אז ער וואלט געווען גערעכנט ווי א דערהויבענער יונגערמאן אפילו בימי דער סאנזער רב ,דאך איז ער נישט א סאנזער רב אליין אז עס זאל דארפען געדוירען איבער צוואנציג אדורך צו לערנען זיינע תשובות אין פארשטיין וואס ער האט געמיינט , אלזא ער איז דא אין טאמער מען וויל עם נישט מטריח זיין אריבערציקומען ,קען מען עם שיין בכבוד אנרופען , אין פרעגען וואס ער האלט עס מיינט דער טיטול רב הצעיר
אין דאס וואס די רעדסט וועגען נישט גיין צו שמחות ביסטו א פשוטע מעלה גרה , אין עס איז נישט א ווינדער אז די פרובירסט ארויס צי שטעקען דיינע כשר'ע חזיר פיסלעך - מסביר צי זיין ווי וואויל עטס זענט אז ביי ענק גייט מען יא צו שמחות ,
אן קיין פלפולים וויל איך פרעגען א יא ניין קשיא איז איטשי פירער מסכים אז זיין זון זאל לערנען אין 45 אדער נישט מסכים - מיין תירוץ איז ניין , איך האף עז עטס וועט זיין אויפריכטיג אין אויך אזוי ענפערען
למעשה ווי לערנט ער בהסכמת רמ"ד ור"י -אין 45 , -א אפענע פגיעה אין כיבוד אב
דארף איך זאגען מיין ברמ"צ בחור גיי דארט אויף שמחות , אין לערן דיך נישט אפ , אדער בעסער עם זאגען גיי נישט והרחק מן הכיעור
מיין זין פון כתה ז' האט מיר געפרעגט ,(אדאנק די גיטע פאר יאר חינוך וואס דער לעצטע רעזשים האט אריינגעלייגט) טאטע, זאג מיר דער אמת זיי זענען טאקע געגאנגען אין קארט , איך האב דאך געלערנט אין ישיבה פרשת המשפטים די רש"י
לפניהם - פון פאר זיי
ולא - אין נישט
לפני עכו"ם - פאר די גויישע געריכט , איז ווי אזוי זענען זיי געגאנגען
וואס דארף איך זאגען מיין זין אז א יונגעל פין זיין קלאס'עס טאטע איז אין 45 אין גייט ברמ"צ האבען אין מאכען דארט א קידוש זאל איך עם זאגען גיי אהין ווייל דארט איז מען מייקר אלילים
אפילו די וועסט טענ'ען אז סאיז בהיתר נישט פאלגען א טאטע , בסדר , איך וויל מיינע קינדער זאל ביי אזא פאל עובר זיין די תורה אין יא פאלגען זיין טאטע דערווייל הייס איך עם נישט מחלל שבת צי זיין (אין עס דאכט זיך מיר אז איטשי פירער האט אויך נישט געהייסען זיינע קידער מחלל שבת צו זיין)
ממילא שטעל זיך נישט אהער ווי א נעבעך אז מען לאזט נישט גיין צו ענק
די אליין שרייסט אז עטס האט חשובע יונגעלייט וואס האבען זיך אוועקגעריסען פון באבוב , בסדר, איך וויל נישט נאך זאלען זיך אוועק רייסען אין אז מען דארף דעם גנב נעמט מען עם אראפ פון די תלי' ניצט מען ענקע מעטאדע די לעצטע פאר יאר פון אריינרעדן אין בחורים אז זיי זאלען זיך עקלען דארט צו גיין
במדבר פרק טז
וידבר ד' אל משה לאמר:
(כד) דבר אל העדה לאמר העלו מסביב למשכן קרח דתן ואבירם:
(כה) ויקם משה וילך אל דתן ואבירם וילכו אחריו זקני ישראל:
(כו) וידבר אל העדה לאמר סורו נא מעל אהלי האנשים הרשעים האלה ואל תגעו בכל אשר להם פן תספו בכל חטאתם:
(כז) ויעלו מעל משכן קרח דתן ואבירם מסביב ודתן ואבירם יצאו נצבים פתח אהליהם ונשיהם ובניהם וטפם:
משה רבינו איז געקימען זאגען אז מזאל נישט גיין צי עדת קרח אין אלע זקנים זענען מיט געגאנגען
וואס האבען דתן ואבירם געטין ארויס געשטעלט די ווייבער אין קינדער אין געשפילט רחמנות - מ'דארף גיין אויף שמחות וכו'
אלא מאי עטס האלט אז אונז זענען די בעלי מחלוקת - בסדר , הייסט אן ענקערע קינדער זאלען נישט קימען צי אונז , ושלום על ישראל מען וועט נישט זעהן יעדער טאג ווי ענקער מענטשען פרובירן צי פארכאפען נאך איינעם אין נאך איינעם
איך האלט אויך עס איז בעסער סזאל נישט זיין מחלוקת , אבער פאר דער פרייז דארף איך נישט פארלירען מיינע קינדער , די אלע טאטעס וואס האבען זיך נישט אדרעסירט צום פראבלעם ליידען יעצט פון זייערע קינדער
למשל איטשי פירער איז א באבובער פראדוקט וואס האט געלערנט ביי זיינע רבי'ס דער ענין פון שלום , אבער ער האט זיך טועה געווען אין זיך נישט געכאפט אז ווען מ'האט פארסמט זיינע קינדער אין זיי מסביר געווען אז דער רב הצעיר איז ערגער פון בין לאדען , האט ער דעמאלס געדארפט רעדען אין שטוב יעדער וואך אין מסביר זיין זיינע קינדער - אז נעבעך , אונזער רב איז ארום גענימען מיט אנשי רשע בעלי מחלוקת וואס ווילען הרגענען אונזער גאנצער פראכט , אין שיינקייט , (אזוי ווי אייזיק דייטש האט געשריגען ווען מען האט עם געבעטן געלט פאר תורה און תפלה האט ער געזאגט איך געב איך גארנישט ביז אין באבוב וועט גיין בליט אזוי ווי אין סטמר עכ"ל) איך געדענק נאך אינזער רב אסאך פריער , איך האב זיך דארט געדרייט אלץ קינד , ווייל זיידי פירער איז דארט א שטוב מענטש , אין זיי ניצען אויס זיין מצב אז ער איז שוואך צו אנזייען מחלוקת אין זיין נאמען וכו' וכו'
אבער איטשי במחילת כבודו האט מורא געהאט צי רעדען "פאליטיק" האט ער אין דעם פרט נישט מחנך געווען זיין זין האט עם חא"א מחנך געווען , היינט זיצט ער אין ווינט אז זיין זון זיצט צוזאמען מיט דתן ואבירם
זיכער איז צייט צו ענדיגען אלעס, ווי אויך דער דין תורה עס שטערט די חינוך פון אינזערע קינדער געניג איז געניג אבער דארט זיך דרייען וויל איך נישט
משה רבינו האט אויך געקענט זאגען לאז זיי העצען ווייטער דאך האט ער פארשטאנען מ'דארף זיי פטור צי ווערען , הבדלו מתוך העדה
געדענק פאר די גייסט ענטפערען- אז איך בין גרייט צו הערן אז די האלסט אנדערש , - הגם סאיז נישט אמת- אבער לדעתינו אז אלעס איז אזוי ווי אויבען דערמאנט ליגט א חיוב הרה"ג ר'נחום מאיר גערמאן שליט"א אזוי צו רעדען ער טוט תשובת המשקל ער פילט ביי זיך אז טאמער וואלט ער מער גערעדט די לעצטע אלע יארן וואלט ער מער אויפגעטין , דארף מען דאס צו טון אין וואס שנעלער דער בעסער , לאמיר נישט פארגעסען אז הרה"ג ר' נחום מאיר איז א געטראפענער וואס האט א בן סורר אין שטוב וואס גייט ארם רעדען אויף באבוב בכלל אין אויף זיין טאטע בפרט וואס תסמר לב השומע
אין ר' ניסן לעזער פין זקני חסידי באבוב ,וואס האט זיך דעלעבט ,נאך א קריג מיט אזוי פיל מסירת נפש פאר אידישקייט , אז זיין חתנו כבנו זאל ריפען זיין דיין , אין רבינס איידימער , אין זיין מתיבתא אינקארפרעיטעד לערכעות עכום , קען מען פארשטיין פארוואס ער גייט נישט אויף די שמחה אין 45 סליחה כי הארכתי
תוקן על ידי - הרמןרינהלד - 29/07/2005 9:43:28
נשלח ב-29/7/2005 09:44
דו מיינסט אז די וועסט דא פארדרייען דעם עולם א קאפ און מען וועט נישט וויסען פון אא"ל גניבות?
איך ווייס נישט ווי אלט די ביסט אבער וואס אין באבוב געדענקט נישט דעם פשרה מיטן פעטמארק בילדינג.
איך זיך נישט קיין שמוץ אבער עס איז קלאר אז דער שרייבער איז אא"ל אדער איינער פון זיינע שווענץ, ווייל רוב 48 קען נישט סובל זיין דעם גבר אלים.
נשלח ב-29/7/2005 11:32
די ביסט נישט אין באבוב א שטיקל צייט שוין ווייסטו נישט אז יעדער געטרויט עם היינט אין ער איז איינע פון די העלדען פין די מעשה וואס האט אנגעהויבן דער לא עת לחשות ווען נישט פאר עם ליידען מיר נאך אלע היינט
היינט זעהט איך שוין איין אז די אלע יארן וואס מ'האט עם בארעדט איז געווען פין קנאה אז ער איז נאנט ביים רב אין אז דער רב האט עם ליב געהאט אהבת נפש דאס וואס ער האט געטון אין פעט מארק איז בהסכמת המהרנ"ץ ואם לא וואלט ער נישט אינטערגעשריבען אויף די אפליקעישאן צום אטורני דזענעראל פארשטאנען !
אין חוץ דעם דאס איז נישט די פאונט אז ער האט געניצט באבוב נאמען רייך צי ווערן יענקי גערמאן טוט אויך אזוי אין משה קליין טוט אוך אזוי וכו' ר' אב רוזנברג האט דאס געזאגט אין בי"ד אז יעדער מענטש טיט זאכען ווי ער ניצט די מוסד'ס נאמען אין געט די מוסד א טובת הנאה נאר דא אין באבוב האט ער נישט געדארפט געבען קיינעם חוץ המהרנ"צ אין עם האט ער געגעבען והא ראי' ער האט אינטערגעשריבען
אין חוץ דעם היינט טראכט איך צירוק ווער האט געבויט באבוב יעדר בנין איז ער געווען אריינגעמישט מיטן בויען אפשר האט ער געהאט טובת הנאה איך זאג נישט אז נישט אבער למעשה האט ער עס געברענגט לידי קיום
א' קעמפ שלוה האט אברהם אהרן געקויפט
ב' די מתיבתא בילדינג האט ער געקויפט
ג'די גרויסע באבובער ביהמ"ד האט ער געקויפט
ד' כרם שלמה קעמפ האט ער געקויפט
ה' בני ברק האט ער געמאכט די מקוה
ו' כרם שלמה ישיבה האט ער געפנט אין אין געדינגען אלע צייטוויליגע בנינים דעמאלס האט ער געטון דער חורבן פון ברענגען ברוך חנא
ז'אין ירושלים הויפט מאכער אויף די קניית חגי שטיבל
ח' ועל כלנה לאמיר נישט פארגעסן ער הויט געקויפ דער מהרנ"צ די הויז
ער האט אויף געמכט צבי ארי' ישיבה אללי לי
אין צבי ארי' הויז איז אויף אאל נאמען עס איז אלעס פובליק רעקארד