|
|
| נשלח ב-29/7/2005 15:15 |
|
| |
טאמער איז עס כיז היינט געווען אן געלעכטער איז שוין היינט א דבר אמת ויציב, טאקע א.א.ל. אליינס אדער זיין נאנסטע מענטש {נישט דער חזן} שטייען און שרייבן דא, האהאהאהא אוי א נעבעך אויף עם, די צדיקל, האסט געשריבן 1000 אנדערע זאכן אויף א.א.ל. אבער דעם פוינט האסטו אוועקגעדרייט, און חוץ פינדעם אז דער הינט בילד איז א סימן אז דער שטיין איז געלונגען, יא יא, ריינהאלד, אז אין בי"ד וואלט געווען אזוי גיט לטובתכם, וואלט דיין הארץ דיר נישט געדריקט אויף צו שרייבן לאנגע מגילות פין ליידיגע ווערטער,
אז דער הינט בילד איז א סימן אז דער שטיין איז געלונגען
אז דער הינט בילד איז א סימן אז דער שטיין איז געלונגען
אז דער הינט בילד איז א סימן אז דער שטיין איז געלונגען
|
|
|
|
|
| נשלח ב-29/7/2005 15:52 |
|
| |
איך נעם זיך ניט אן פאר אאל מער ווי פאר אצווייטער אין אינזער זייט די פארגעסט אדער ווייסטו נישט אז אין דער ד"ת האט עטץ פאנימען מער ווי זיבען שעה נאר אויף אאל אין אויף דעם איז געווען מיין תגובה ווען מוועט רעדען פין מעדיקעל רעקארד וועל יך ענטפערען אויף דעם באלד גייסטו זאגען אז איך בין קרובים מיט דער שווארצער נקבה נורס וואס האט באדינט יעדער נאכט מהרנ"צ די לעצטע יאר אינדערהיים וואס מען האט געזען יעדען טאג ארויסגיין בערך פאר זיבן אזייגער ווייל איך האב געשריבען תגובות וועגען מעדיקל רעקארד'ס
אויך האב איך שוין געשריבען וועגען דעם אז אין באבוב איז היינט אאל דער הויפטמאן אזוי ווי צבי ארי' וואס עטץ אלע האט פיינט געהאט זייענדיג אין זיין ממשלה אין כרם אדער אין מתיבתא איז ביי ענק ער האט אונז דעליווערט צוויי קעמפס
רעד מיט יעדער איינער אין באבוב האט הנאה היינט פין אאל אין יעדער איז עם מוחל אויף אלטע עבירות
אלא מאי די נישט כ'קען פארשטיין פארוואס , ער האט ענק ארויסגעשטיפט פון אינזער פלאץ
געדענק דאס איז געווען די צענטראלע issue ביי דער דין תורה איך האב אויך אדרעסירט די ענין פון רב הצעיר ווי אויך דער רעביצענס הויז
אויב די האלסט איך בין פון אאל שווענץ אדרבה בעט עם ער זאל מיר בארגען אפאר דולר איך מיטשע מיך זייער מיט מיין מארגעטש אין איך האלט על סף פון פארקלאוזער
זעהר שוואך ציגעשטעלט ס'האט שוין א פנים ווי ענקער קונטרס אויף דיני ירושה וואס מאיז דארט מדמה מילתא למילתא אן קיין שום טעם
ווי אויך פארגעסענדיג אז אונזער מעשה איז אנדערש ווייל סאיז דא א רב הצעיר די וועסט טענען אז איך בין נישט גערעכט לאמיר זעהן וואס ב"ד פארשטייט אז עס מיינט רב הצעיר
דאס אז מענטפערט ענקערע אטאקעס מיינט נאכנישט אז דער הינט בילט עס מיינט אז איך האב גיט צירוק גענטפערט אז די איינציגע זאך וואס עטס האט געקענט ציריק שרייבען איז א געסינג געים ווער איך בין וואס איך שרייב ענק אינטער עטץ וועט קיינמאל נישט וויסען ווייל איך דריי זיך צווישען ענק אין עטץ מיינט אז איך בין נייטראל
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-29/7/2005 18:07 |
|
| |
אין פסוק שטייט ואם תלכו עמי קרי וגו' ויספתי עליכם מכה וגו'. פשט דערפון איז אז אויב קומען צרות אויף א מענטש, וכ"ש אויף א ציבור, און מען בארעכענט זיך נישט צוליב וואס דאס איז געקומען, אויב מאכט מען נישט קיין חשבון הנפש על מה עשה ה' ככה און מען זאגט אז עס איז געוועהן א מקרה (ואם תלכו עמי קרי) ווערט ח"ו מקוים דעם אף אני אלך עמכם בחמת קרי. דער אויבישטער שיקט אראפ נאך גרעסערע צרות און געבט גרעסערע קלעפ רח"ל.
מת אחד מן החבורה ידאגו כל החבורה. עס איז ליידער געשעהן אזא מורא'דיגע טראגעדיע - א יוד אויפען וועג צום זוהן'ס בר מצוה ה"י. א מאמע וואס איז נאך אין א שווערע מצב. א שנה ראשונה יונגערמאן וואס וועט זיך שוין נישט קענען דארכרעדן מיטען טאטן. א בר מצוה בחור'ל וואס מוז וועט שוין נישט הערן דעם ברוך שפטרני. שוין דעם ערשטן טאג נאכן בר מצוה דארף ער דאווענען פארן עמוד און זאגען קדיש. א פיצל קינד וואס וועט קיינמאל נישט קענען דעם טאטען. און דא אין פורום גייט מען ווייטער אהן מיט אלע נערישע קריגערייען. קיינער פאלט אפי' נישט איין אז דא מיינט מען עפעס. איז דען דא א גרעסערע אכזריות פון דעם? מען האט נישט קיין רחמנות אויף זיך, אויף די קינדער, אויף די חברים און אויף די גאנצע חבורה.
עס איז דא א טייטש פונעם מיטעלע רב זי"ע אויפן פסוק אין משלי (כ"ז י"ב) ואם תכתוש את האויל במכתש בתוך הריפות בעלי לא תסור מעליו אולתו וגו'.
ד.מ. טאמער וועט מען צושטויסען א נער אין א שטייסל צוזאמען מיט די תבואה וועט זיך נישט אפטוהן פון איהם זיין טפשות.
פרעגט דער קדו"צ פארוואס עפעס דארף מען איהם צושטויסען צוזאמען מיט די תבואה, וואס וואלט געוועהן שלעכט ווען עס שטייט ואם תכתוש את האויל במכתש לא תסור מעליו אולתו? וואס פעלט אויס דעם בתוך הריפות בעלי?
ענטפערט ער אז ווען מען צושטויסט א נער סתם אזוי וואלט ער זיך אפשר יא עפעס אפגעלערנט. דא איז אבער דער פראבלעם אז עס צוזאמען מיט די תבואה, רעדט זיך דער נער איין אז מען מיינט גארנישט איהם, מען מיינט די תבואה - ער איז נישט מער ווי בטעות אריינגעפאלען. ער טראכט ביי זיך 'איך בין אינגאנצען אומשולדיג, מען מיינט גארנישט מיר'. דאס איז דער טעות פונעם אויל. בתוך הריפות בעלי. מען מיינט אינגאנצען א צווייטען.
אחים יקרים, מען צושטויסט אונז מיט שווערע קלעפ. לא'מיר נישט זיין ווי דער נער וואס רעדט זיך איין אז דאס מיינט נישט איהם. ענדערש לא'מיר זיך פון דעם אפלערנען וועט עס כאטש זיין א טובת נשמה פאר ר' פסח'ן ע"ה. למען ה', לא'מיר אויפהערן צו באשמוצען און באליידיגען איינער די צווייטע. זאל דער פורום נאר זיין אויף צו פאמפען די אייגענע חסידות און נישט אויף צו קלאפען דעם צווייטענ'ס.
איך בין זיך דא פונה צו חסידי באבוב בפרט, הערטס אויף צו שרייבען שמוץ אויף רב"צ. לאטס אפ מיט די אלע נעמען און באשמוצען וכדו'. מען קען רואיגערהייט פאמפען אונזער חסידות אהן צו שרייבען שמוץ אויף זיי. און אפי' אויב זיי וועלן שרייבען שמוץ אויף אונז און באטיטלען רבינו שליט"א בכל מיני שמות הנרדפים, לא'מיר זיך איינהאלטען פון צוריק רופען נעמען.
אין דעם זכות זאל מען זוכה זיין צום יבולע המות לנצח ומחה ה' דמעה מעל כל פנים.
חסידבאבוב
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-29/7/2005 18:11 |
|
| |
איבער וואס דארף מען זיך קריגען? לגבי די רבי'ס זאל יעדער גיין ווי ער וויל. לגבי די בנינים וועט דאך סייווי זיין ווי אין בי"ד ווערט געפסק'נט. לגבי דער נאמען באבוב וועט אויף זיין א קלארע פסק בי"ד. טא צו וואס דארף מען זיך קריגען? פארוואס איז נישט גענוג זיך אליין צו הייבען, פארוואס מוז מען אויך יענעם דערנידערען? דו האלסט פון א רבי, שרייב ווי גרויס ער איז. פארוואס מוזטו שרייבען ווי קליין דער צווייטער איז? וואס נעמט ער דען צו פון דיר? קענסט נישט זיין קיין חסיד פון א רבי וואס האט נישט גאנץ באבוב (פון אמאל) אונטער זיך?
לעב און לאז יענעם לעבען.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/7/2005 19:37 |
|
| |
אז מען האט פיינט אא"ל מיינט נאך נישט אז דער רב איז נישט רבי.
ער איז א האלבערשטאם איז ער רבי.
לגבי שלום איז דא אפאר סעיפים נאך דעם קען מען מאכען שלום.
1] זיי זאלען זיך נישט רופען באבוב
2] צושפארען קול באבוב
3] מאכען זייער בית המדרש לכל הפחות צען בלאק'ס פון באבוב
4] צוריקגעבען שלומה של מלכות פאר באבוב
5]נישט זאגען שיעור כללי [וואס איז נאר לנגח אז ער קען בעסער לערנער]
6]נישט מאכען קיין ישיבה אין קיין מתיבתא
7] נישט דרוקען קיין באבובער מאטריאל
8]צוריקשיקען די בחורים וואס זייער עלטערען זענען נישט אויף 45
9]נישט פירען טיש ביי באבובער יארצייטען
10]נישט העצן זייער עולם וואס איז געבליבען ביי אונז צו מאכען ליצנות פון רב.
מן הדין וואלט ער בכלל נישט געדארפט זיין קיין רבי, אבער למען השלום קען מען דאס מוותר זיין.
|
|
|
|
|