|
|
| נשלח ב-29/7/2005 17:17 |
|
| |
ר' אהרן יודא גראס? אזוי האב איך פארשטאנען פון די מייק קאר.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/7/2005 17:25 |
|
| |
Baruch Dyen Haemes
|
|
|
|
| נשלח ב-29/7/2005 17:48 |
|
| |
ברוך דיין האמת.
איר פאטער איז הר"ר אהרן יודא גראס.
איר מאן איז הר"ר אליעזר צבי פריעדמאן, בן הר"ר משה פריעדמאן (מאנרא'ער).
ויה"ר שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/7/2005 17:52 |
|
| |
ווייסט איינער וואס די דרילינג באשטייט פון? יונגלעך? מיידלעך? (נישט אז דאס וועט טוישן דעם מצב, סתם).
|
|
|
|
| נשלח ב-29/7/2005 18:26 |
|
| |
לפחות איין יונגעל.
איך מיין אז דער ברית איז נאך נישט געװען.
איר בליט איז לא עלינו פאר סם׳ט געװארן און דאס האט גורם געװען 3 הארץ אטאקעס. די לעצטע פאטאל.
מי שאמר לעולמו די יאמר לצרותנו די!
|
|
|
|
| נשלח ב-29/7/2005 19:20 |
|
| |
צוויי מיידלעך (IDENTICAL) אין איין אינגעלע.
אן אמת'ע בראך. ווי קען מען דאס אריבערטראגן.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/7/2005 19:44 |
|
| |
עס זענען געווען הארצרייסענדע לויות אין וויליאמסבורג און קרית יואל.
לאמיר האפן אז עס זאל שוין זיין דאס לעטע קרבן!
|
|
|
|
| נשלח ב-29/7/2005 23:31 |
|
| |
וואו איז דער פארוקטער מענדלאוויטש, שלמה פעדער'ס איידים?
ער ווייסט ווער ס'איז שולדיג אין יעדע צרה.
אלזא, מר. מענדלאוויטש, וואס זאגט מען דארט אויבן אין הימל? ווער איז שולדיג אז ר' משה מאנראער'ס טאכטער איז אוועק?
תוקן על ידי - ארגינעלער - 29/07/2005 23:36:41
|
|
|
|
| נשלח ב-31/7/2005 17:33 |
|
| |
מ'האט איר געדארפט ארייננעמען אין האספיטאל. הצלה האט געמאכט א טעות. מען טאר זיך נישט פארלאזן אויף א דאקטאר אויף'ן טעלעפאן.
דאס האט שוין פאסירט אפט מיט פרויען נאכ'ן האבן א קינד. זיי זענען דעמאלס אין א מצב סכנה, ובפרט נאך האבן דריי קינדער.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-31/7/2005 17:56 |
|
| |
איז די ברית טאקע נאכנישט געווען?
אויב ניין, ווען וועט דאס זיין?
|
|
|
|
| נשלח ב-1/8/2005 00:52 |
|
| |
איך מיין אז מיר אויף היידפארק מוזען מאכען שטיקל שטילשטאנד לעילוי נשמת די קרבנות.
כאטש אויף א טאג צוויי
|
|
|
|
| נשלח ב-2/8/2005 05:35 |
|
| |
ווי זיצט די משפחה שבעה??
|
|
|
|
| נשלח ב-2/8/2005 06:47 |
|
| |
84 ross street צווייטע שטאק
|
|
|
|
| נשלח ב-3/8/2005 00:31 |
|
| |
שוכמאכער שרייבט הצלה האט געמאכט א טעות
ווען עטס זאלטס וויסן וויפיל הצלה דארף זיך ארום רייסן מיט מענטשן זיי זאלן זיך לאזן פירן אין שפיטאל, וואלט עטס אנדערש גערעדט.
עס האט מיר א הצלה מאן געזאגט, וויפיל ער גייט אדורך ביז ער קען משכנע זיין א מענטש אריין צו פארן. ער ווייסט נישט וואס די פראבלעם פון דעם פאציענט איז. מען דארף נעמען טעסטס און עקסרעיס אין שפיטאל צו דערגיין וואס די מחלה איז. מענטשן מוטשענען און מוטשענען אז מען זאל זיי נישט אריין טראגן, ביז הצלה האט נישט קיין ברירה און רופט אן דעם דאקטאר פון דעם פאציענט, און יענער אומ'אחריות'דיגער דאקטאר זאגט אויפ'ן טעלעפאן אז דער פאציענט קען בלייבן אינדערהיים. וואס דאן קען הצלה לעגאל איבערלאזן דעם פאציענט.
שפעטער ווען עפעס געשעט זאגט מען נישט אז דער דאקטאר איז שולדיג, מען זאגט הצלה האט געמאכט א טעות.
|
|
|
|
| נשלח ב-3/8/2005 01:39 |
|
| |
משיח השם, דו ביסט נישט גערעכט! פרעג נאר די אין הצלה וואס ווייסן עכט.
סתם דער פאציענטס דאקטאר קען "נישט" הייסן בלייבן אינדערהיים. אויב יא, קען מען דערנאך נעמען הצלה אין קארט, און נישט דעם דאקטאר.
דער איינציגסטער וואס קען הייסן בלייבן אינדערהיים, איז דער "מעדיקעל קאנטראל" פון די הצלה, אונטער וועמענס לייסענס יעדע מעמבער ארבייט. אדער א פאראמעדיק וואס איז דארט.
א סאך און זייער א סאך מעמבערס האבן זיך שוין אפגעבריט פון איבערלאזן א פאציענט אינדערהיים. יא, זיי האבן געמוטשעט זיי ווילן נישט גיין אין שפיטאל, אבער אביסל שפעטער איז דער פאציענט געשטארבן.
פרעג נאר ביי די פירער, זיי האבן צענדליגער געריכט לאו סוטס פון אזאלכע מעשיות. און נישט אומזיסט קען מען היינט נישט לאזן א פאציענט אינדערהיים אין פלעטבוש, אן א קאארדינעיטאר.
אין וויליאמסבורג איז דאס די גרעסטע עוולה פון הצלה. זיי האבן שוין אזוי געהארגעט מער ווי איין מענטש. דארט טוט יעדער מעמבער ממש וואס מען וויל! אבער איך גיי נישט דא אויסגיסן זייער שמוציגע לאנדרי ברבים.
|
|
|
|
|