ווען רבי סענדער איז געפארן קיין ארץ ישראל צוזאמען מיט זלמן לייב, ווען עס איז שוין געווען א רעדע אז ער גייט דארט ווערן רב, האט ער גערעדט ביים קבלת פנים.
האט ער אנגעהויבן "ברשות דעם און יענעם, ברשות דעם סיגעטער רב ר' זלמן לייב, ברשות ר' חיים הערש מייזליש" וכו'.
ווען מען האט אים שפעטער געפרעגט פשט דערפון, האט ער געזאגט, "איך וועל נישט האבן קיין חלק אין צוברעכן סאטמאר!"
תוקן על ידי - זאליweaky - 29/07/2005 3:40:38
נשלח ב-29/7/2005 03:46
ר' סענדר ע"ה פלעגט האבן א גרויסן קאמף מיט אהרן וועלכער האט כסדר געוואלט רעדן ביי מסיבות און כינוסים, פון וואס ר' סענדער ע"ה האט זיך פשוט געשעמט.
איך האב אליין געהערט פון ר' סענדר דער גרויסער איש האשכולות ובר שכל ווי ער רעדט זיך אפ: כ'האב געזאגט דעם קרית יואל'ער רב, איר זענט א רב און נישט קיין פראפאגאנדע מיניסטער. אייערע דרשות דארפן אנדערש אויסזען. לאזט איבער די פראפאגאנדע פאר מיר.
אלעס איז פיין אין גיט וואס די זאגסט בשם ר' סענדר ע"ה עס קען זיין אז דער רב איז געווען א יונגערמאן אין איז פשוט געווען א ת"ח אין נישט קיין פראפעגאנדע מיניסטער אבער עס וועט נישט פארענפערען דעם ווייטער קוק וואס ר' סענדר ע"ה האט געזאגט פאר עטליכע יודען נאכדעם וואס זלמן לייב/משה האבן צוגעכאפט דער איד פין אים על לא דבר , דער אינגערמאנטשיק וויל אלעס וואס רביה"ק זי"ע האט אויפגעשטעלט חרוב מאכן !!!
נשלח ב-29/7/2005 18:37
רבי סענדער האט קיינמאל נישט געוואלט טאן אהרן טייטלבוימס שמוציגע ארבעט.
דאס האט ער געלאזט פארן "חכם" בערל פריעדמאן...
נשלח ב-29/7/2005 18:45
שטעלט'ס ענק פאר אז מ'שטייט אויף איין צופרי און מ'הערט אז די צוויי ברודער האבן שלום געמאכט איך בין זיכער אז די אהרונים וועלן זאגן דער אלטער קאלעכט מ'דארף אים ארויספירן און מאכען ר' מענדעל'ע רב הצעיר און די זלונים וועלן זיך נעמן שעלטן ר' ז"ל און זאגן כ'האב געוואוסט אז מיט דע סיגוט'ע חברה קען מען נישט גיין צום טיש
DO NOT TAKE IT PERSONAL IT'S ONLY A JOKE