"ץ סאטמאר מאנטרעאל:פייערדיגע דברי מחאה
דעם פאריגן שבת פרשת מטות ביים פרק לערנען אין די דארטיגע קאנטרי אין פריפאנטעין, האט הגאון הצדיק המפורסם רבי משה מנחם טירנויער שליט"א דומ"ץ סאטמאר מאנטרעאל געלאזט הערן פייערדיגע דברי מחאה קעגן דעם עלבון התורה ווען א זון רופט זיין טאטן אין ערכאות של עכו"ם וואס דער חילול שם שמים אי זאיום ונורא.
דער מאנטרעאלער דיין שליט"א האט נאכגעזאגט א ווארט פון רביה"ק זי"ע אז ווען עס קומט צו כבוד שמים טאר מען זיך נישט צוריקהאלטן פון זאגן אפילו עס קען אים זעלבסט ברענגען שאדן.
דער מאנטרעאלער דיין שליט"א האט קלאר געזאגט אז ער ווייסט אז די ווערטער גייען אים קאסטן אבער ער פילט אז אויב ער וועט עס נישט זאגן וועט ער קיינמאל נישט האבן קיין מנוחה דערפון.
ער האט ארויסגעברענגט וויאזוי עס גייט שוין אן עטליכע יאר די הליכה לערכאות, אבער יעצט אזי עס דערגאנגען אז מען רופט דעם רבן של ישראל אין קאורט אריין, און דערצו דורך אן אייגענעם זון!
ער האט געזאגט אז ער ליינט נישט קיין צייטונגען אבער ער האט געזען די קלאגע וואס מען האט אריינגעגעבן אין ערכאות, וואס שומו שמים וויאזוי א זון קען קלאגן אן אייגענעם טאטן.
די ווערטער פון מאנטרעאלער דיין שליט"א אזי געזאטג געווארן מיט בכיות נוראות וואס האט אויפגעטרייסעלט די אלע צוהערער.
איך ברענג דא נאר די ראשי פרקים, און ווער עס האט מער דיטעילס זאל עס פאוסטן דא.
 |
|
|