|
|
| נשלח ב-3/8/2005 22:19 |
|
| |
סיז נישט נארמאל ווי עקספליסיט ער איז, און ספעלט אלעס ארויס ברחל בתך.
סיז א בזיון און פרעכהייט צו שרייבן אזוי פאר רבנים.
כ'קען נישט דעם ראזענבערג, כ'בין נייגעריק מה טובו. וואס איז ער? א רב א דיין, א שטילער מענטש, צו א מער פארפירער? צו סתם א מנובל?
איך מיין אקוראט אויף דעם האבן חז"ל געזאגט הרחק מן הכיעור, די רבנים זענען גענוג פארשטענדליך צו פארשטיין די מצב, אן זיי אלעס אזוי מסביר זיין.
וואס האלט דער עולם?
|
|
|
|
| נשלח ב-3/8/2005 22:25 |
|
| |
לרבים השואלים:
ר' נחום ראזנבערג איז א מיסטעריע פיגור!
איר קענט שמועסן מיט אים עטליכע טעג אין איין ציה, ער וועט אייך האלטן געשפאנט מיט כסדר'דיגע אנטדעקונגען אין עולם הכשרות והמקואות והיהדות.
ווען איר וועט אוועקגיין, און פרובירן זאגן פאר איינעם: האסט געהערט וואס איך האב געהערט? כך וכך פראבלעמען איז דא אין כך וכך מקואות, אויף כך וכך געגנטער אין די וועלט, געוואלד!!!!
וועט דיר יענער פרעגן: פון וועמען האסטו דאס געהערט?
וועסטו נאטורליך זאגן: פון ר' נחום ראזנבערג!
יענער וועט געבן א פלאץ אויס אין געלעכטער אן אייך מסביר זיין דעם פשט דערפון, און איר וועט שנעל לויפן צו אן אינטערנעט ארויפלייגן אויף היידפארק א אשכול: ווער איז נחום ראזענבערג...
|
|
|
|
| נשלח ב-3/8/2005 22:48 |
|
| |
דעתי, אז אזא בריוו געהערט נישט דא אויף "חדשות אנש".
עכ"פ, ווילאנג דער פותח האשכול לייגט נישט צו "xxx", אדער עכ"פ א n/r וק"ל.
לגבי וואס דער נחום ראזענבערג שרייבט, צו ס'איז אויסגעהאלטען אזוי צו שרייבען, מיין איך אז אויב ס'איז אמת, האט ער אלע רעכטען. (און יא, ס'איז דא רבנים וואס וועלען זיכען נישט צו פארשטיין זאכען וואס זענען נאר געשריבען ברמז.)
צו ס'איז אמת צו נישט, האב איך נישט קיין אנונג, הגם אז ס'איז גאנץ שווער צו נעמען ראזענבערג אויפען ווארט, איז דאך די הכחשות צו דעם, אויך אפגעדריקט געווארען אסאך פריער פון דער בירור המציאות.
תכלית גערעדט, אויב איז דאס אמת (אפילו אויף א קליינער פראצענט...), איז אסאך ערגער דער נושא פון וואס ער שרייבט, ווי וואס ער האט למעשה געשריבען.
אויב נישט איז דאך נישט דא וואס צו רעדען, נו ווער ווייסט?
בהוקרה,
דזשיד
|
|
|
|
| נשלח ב-3/8/2005 23:48 |
|
| |
נחום ראזענבערג האט נישט קיין שום פראבלעם איבער צוזאגען דע גאנצע בריוו אויף פלעין יודיש און ראדני סט אדער און ק"י ביהמ"ד הויך ווען ס'שטייען ארום בחורים פון 13 ביז 21
און איך בין אליינס עדות דערצו
|
|
|
|
|
| נשלח ב-4/8/2005 02:40 |
|
| |
נישט לאנג צוריק האט ער געשריבן ענליכע בריוון צום סקווירא רבי'ן שליט"א, מיט הויכע חוצפה און טיפע נידעריגע מנוולות און השמצות אויף קדושת בית שיראל פון די גאנצע קהלה.
און אביסל פאר דעם אויף הרב ביק, און כ'געדענק שוין נישט אויף וועם נאך.
און אינצווישן אויך אויף אנדערע רבי'ס און רבנים שליט"א.
יעדעס יאהר האט ער א נייע קהלה, וואס אויב מען פאלגט נישט זיינע קאפריזן, גייט ער ארויס אין א שמוץ קאמפיין קעגן זיי.
ער איז משוגענער וועם מ'דארף איינשפארן אין משוגעים הויז און אוועק ווארפן די שליסל
|
|
|
|
| נשלח ב-4/8/2005 02:52 |
|
| |
אזא איינער ווי נחום איז א פראדוקט פון קנאות, אז מען לערענט אויס אז יעדער מענטש האט א רעכט צו קאמאנדעווען לויט וואס ער פארשטייט קומט ארויס אזעלעכע פראדוקטן.
|
|
|
|
| נשלח ב-4/8/2005 09:27 |
|
| |
אינגערמאן, "און אוועק ווארפן די שליסל", אוח אוח, קבל 
|
|
|
|
| נשלח ב-5/8/2005 23:36 |
|
| |
גראדע איז זיין טענה שוין דארך געארבעט געווארן אויפן טיש פון כמה וכמה מקוואות דא אין אמעריקע. וואס האבן טאקע צום סוף מחליט געווען אז קיין צווייטע עצה איז נישט דא נאר פארמאכן די שוויץ.
אפשר וואלט די בריוו נישט געדארפט ארויסגיין אויף די גאס. אבער א פוינט איז עס.
ליידער דארפן מיר פעיסען די פעקט אז די חרדישע עולם איז שטארק געשלאגן מיט די מחלה.
|
|
|
|
| נשלח ב-7/8/2005 06:36 |
|
| |
יענקיס.
דו ביזט זייער א קליינער פראצענט אין דעם חרדי'שן ערליכן ציבור.
פארקויף ווייטער דיינע לאקשן אין דיין אויסגעשפילטן פארום, און קום נישט דא פארציילן קיין שקרים אויפן חרדי'שן ציבור.
דא איז נישט בחדרי חרדים.
|
|
|
|
| נשלח ב-7/8/2005 19:06 |
|
| |
וועקי
איך זע אז די ביסט געווען דארט.
עס קומען אין יענע שוויץ אסאך פרייע רוסישע מיט פרענקען אין שוויץ
וואס ראזענבערג האט געטון איז נישט נארמאל, אבער קריטיק אויף דעם פלאץ איז נישט קריטיק אויף די פרומע.
|
|
|
|
| נשלח ב-7/8/2005 19:43 |
|
| |
כולנו בני איש אחד. ס'איז נישט קיין בושה זיך דארך צו שמיסן דעם אמת.
|
|
|
|
| נשלח ב-7/8/2005 19:48 |
|
| |
דער כאלעריע איז שולדיג וואס מ'האט פארמאכט סאטמארע און מונקאטשער שוויץ אין וויליאמסבורג?
איך זוך שוין לאנג איינער צ'אמצושעלטען פאר דעם.
|
|
|
|
| נשלח ב-7/8/2005 20:57 |
|
| |
אין ווילאמסבורג און בארא פארק איז נישט דא היינט קיין שוויץ אפען.
אין מונרוי איז די גרויסע שוויץ אויך פארמאכט. די עולם וואס גייט אויס זיך צו שוויצן ער"ש איז געצווינגען צו גיין צום בני יואלע מקוה אויף סאטמער - העיס.
פון די אנדערע זייט מאכן די שוויצן אין מענהאטען גראב געלט פון די היימישע עולם.
|
|
|
|
| נשלח ב-7/8/2005 21:02 |
|
| |
מ'האט שוין פארמאכט 53 אויך?
|
|
|
|
| נשלח ב-7/8/2005 21:24 |
|
| |
די בארא פארקער מקווה אויף פוירטי פיפט איז די שוויץ פארמאכט?
|
|
|
|
|