מה ענין ת. המיטה אצל הר סיני, צו איך בין א זאלי אדער אן אהרוני אדער גאר א ציוניסט צו א מעכליסט.
ס'איז דא צווישן ענק אזעלכע וואס קענען נישט ארויסקוקן פון די פארבלענדעטע אויגן פון זיין צד.
דער פאקט איז, ראז ס'איז נאך קיינמאל נישט געווען ביי דעם מצב וואס ס'איז יעצט, טראץ וואס ס'פלעגט אלת זיין שטעך ווערטער אריינגעשמירט צווישן די ארטיקלן, בריוון וואס חזוקן אפ, און אפענער בריוון, האט מען דאך געשריבן מער אין א בחינה פון מגלה טפח ומכסה טפחיים, און די קינדער און בני בית האבן נישט געכאפט יעדעס פאליטיק ווארט וואס ליגט באהאלטן דערין, נאר די וואס ליגן אין דעם און האלטן דאס מיט.
די לעצעטע צוויי וואכן, האט מען אויסגעטוהן די זיידענע הענטשוך, און די הויזן, און ס'האט זיך אנגעהויבן א געהערידעג חיים שאולזאהן שפראך, און יא דער איד האט איבערגעשטיגן מיט'ן אוועק געבן שרייענדיג קאלירדיגע העדליינס צו אטאקירן דעם צווייטן צד, וואס דער בלאט האט נאכנישט געטוהן, נאר זיך צו הייבן, אבער נישט צו אטאקירן יענעם (פארריכט מיך אויב כ'האב א טעות).
און יעדעס חדר אינגל, און נאיווער אשת חיל, וואס גיט נאר איין בליק, זעהט באלד דאס גאנצער גרויליגקייט מיט'ן אמת'ער פרצוף.
דאס איז נישט "איין" שריט ווייטער ווי ביז היינט, דאס איז פארגעריקט טויזענט שריט.
דאס איז א חורבן פאר'ן חינוך
און איך בין נישט געקומען פארטיידיגן דער בלאט אויך נישט, ס'איז ריכטיג אז דער בלאט הארנ אנגעהויבן ביי די מערכה, כאטש ס'איז געווען מער צווישן די שורות, ווי אפענערהייט.
מיין רוף איז צו "אלע" צייטונגן, שטיפט אונז נישט אריין די פאליטיק אין פנים אריין, עס זענען דא אידן וואס ווילן נישט אריינברענגן די פאליטיק אין הויז, אוו זיי לאזן נישט רעדן פאליטיק אינדערהיים. פארוואס זאלן זיי זיי געצווינגען דערצו.
און איך טו ווידערהאלן, אז איך ווייס א פאקט, פון צענדליגער ערליכע אינגעלייט וואס האבן נישט געקויפט קיין איד-בלאט די וואך, אדער נאר די צייטונג, אדער גארנישט, און זיי וועלן דאס אנהאלטן, און ס'וועט וואקסן די וואס טוען דאס.
ווייל ס'איז נאך דא נארמאלע מענטשן אויף די וועלט וואס טראכטן אנדערש ווי טייל פון די נארישע הייד-פארק שרייבער דא, וואס מיינען אז מיט אפאר בייסיגע געטייפטע ווערטער אין א אשכול געווינען זיי א מערכה. און זיי וועלן אויף איין פאל נישט מודה זיין, ווען זיי זענען נישט גערעכט.
יעצט, שיסט מיך צוריק אז איר ווילט!
אהרוני, זאלי, כ'ווייס שוין אליין נישט וואס כ'בין לשיטתכם - אפשר בין איך גאר א.מ.ג. מארשיווע, ווער ווייסט
תוקן על ידי - אינגערמאן - 01/08/2005 21:03:09
 |
|
|