|
|
| נשלח ב-3/8/2005 16:41 |
|
| |
יישר כח פאר'ן לייגן די אינטרעסאנטע סעמפלינג.
עס איז מיר אבער שווער צו פארשטיין דעם סעמפלינג.
אפשר קענסטו עס מיר מסביר זיין, עטליכע זאכן.
ראשית:
פארוואס איז די Inter- marriage Rate ביי ארטאדאקסן 3 פראצענט? עס קען אזוינס נישט זיין.
שנית:
פארוואס איז די First Generation נאמבער אייניג ביי אלע קאטעגאריעס.
וויאזוי קען עס זיין 100 ביי אלע.
עס שטימט נישט דער חשבון.
הרב 13 HOOPER אפשר קענסטו עס צילייגן אז יעדער זאל פארשטיין.
תודה רבה
פשטידא
|
|
|
|
| נשלח ב-3/8/2005 17:00 |
|
| |
INTER-MARRIAGE מיינט דרויסנדיגע חתונות, דהיינו מיט פרעמדע נישט אידן ל"ע.
|
|
|
|
| נשלח ב-3/8/2005 17:22 |
|
| |
The strongest counter-assimilation effect is exerted by Orthodox day schools; the less time-intensive forms of Jewish education have almost no effect on intermarriage. Since most Orthodox families now send their children to Orthodox day school (usually for at least 12 years), the graduates of today's Orthodox day schools will probably be the forebears of most of the Jews who will exist in this country in the future.
|
|
|
|
| נשלח ב-3/8/2005 18:05 |
|
| |
פשטידא, װאס זיי רופן פוירסט דזשענערעשן אין דעם טשארט איז דער אנהייב פונקט, דאס הייסט אז אויב מען נעמט 100 ארטאדאקסן אין 100 רעפארמער אין 100 קאנסארװטיון װעלן דאס זיין די אויסגאנג. װאס דער טשארט רופט 2nd דזשענערעשן דאס מיינט דער ערשטער דור.
װען זיי זאגן 100 מיינט דאס 50 פארפאלק (50 מענער און 50 פרויען)
די דריי פארצענט אינטער-מערידש ביי ארטאדאקסן איז לכאורה א טעות אפשר האבן זיי געמיינט 03%.
|
|
|
|
| נשלח ב-3/8/2005 18:12 |
|
| |
זענט איר אלע נאיוו, זיי רעדן פון ארטאדאקסן, און ארטאדאקסן איז דא אולטרא ארטאדאקס, ארטאדאקס און מאדערן ארטאדאקס, בין איך דער איינציגער וואס פארשטייט אזוי, אדער וואס???
|
|
|
|
| נשלח ב-3/8/2005 18:16 |
|
| |
גערעכט זיי רעדן אפילו נישט פון אולטרא אארטהאדאקס,
איך פארשטיי אבער נישט די 6.4 קינדער אין עוורעדזש. וואס עפעס רעכנט מען האלבע קינדער....??
|
|
|
|
| נשלח ב-3/8/2005 18:29 |
|
| |
װארהייט, קוק נאך אמאל. עס איז דא א עקסטערע column פאר מאדערן ארטאדאקס.
|
|
|
|
| נשלח ב-3/8/2005 18:38 |
|
| |
געשמאקער, אז 10 מענטשן האבן 64 קינדער איז דאס אן עװרידש פון 6.4 קינדער פער מענטש, פארשטייסטו?
|
|
|
|
| נשלח ב-3/8/2005 18:42 |
|
| |
רבותי
לבי אומר לי, אז זיי ווייסן נישט וואס זיי רעדן.
מ'קען זאגן מיט זיכערקייט אז ביי ארטאדאקסן איז ב"ה נישטא קיין פערטל פראצענט פן קיין אסימילאצע רח"ל.
מיר דארפן האפען און מתפלל זיין אז עס זאל ווייטער אויך נישט זיין.
|
|
|
|
| נשלח ב-3/8/2005 22:00 |
|
| |
פשטידא!!
איך האב הערשט יעצט געליינט דיין תגובה
וועגען די #100 האט פדן ארם גיט גענטפערט
וועגען די 3% אסימעלאציע ביי ארטאדאקס די זעלבע ווי ביי מאדערען ארטאדאקס
כאטש איך האב געברענגט דעם אריגינאל לינק מאכט עס מיך נישט א עקספערט נאר איך וועל זאגען מיינע סברה'ס
1. ווען זיי האבען גענימען א סארוועי אויף א באשטימטע צאל מענטשען האבען זיי נישט געפינען אפילו איין אסימילירטער ביי ארטאדאקסען האבען זיי געלייגט ארטאדאקס ציזאם מיט מאדערען ארטאדאקס
2. נאך וואס א ארטאדאקס האט זיך אסימעלירט קען ער נישט אין וויל נישט זיך איידענטיפיצירען אז ער איז א ארטאדאקס ענדערשט וועט ער זאגען אז ער איז א מאדערען ארטאדאקס האבען זיי אליינס געמאכט זייער השערה אין ארויפגעלייגט א הויעכע פערצענט אויף ארטאדאקס (ווייל די חברה האבען אינז זייער ליב)
אין צי GISHMOKER וועגען די האלבע קינד, כבודך במקומה מונח, איך מיז דיר זאגען אז די ביסט אביסיל נאעיוו אין צי פאליטיק ביסטי מער פארגעשריטען
בא יעדע סארוועי זענען די רעזאלטס נישט פינקטליך נאר א AVERAGE
|
|
|
|
| נשלח ב-4/8/2005 02:33 |
|
| |
אוי 13 הופער סט. אוי אוי!!
איך האב נאר געמאכט א ווערטל
אגב, שרייב איך נישט אין פאליטיק כמעט. ממילא שטימט עס נאך בעסער ... איך פארשטיי צו דעם פונקט ווי צו פאליטיק.
|
|
|
|
| נשלח ב-4/8/2005 02:54 |
|
| |
OK איך בעט דיך איבער
אין איך געב דיר דא נאך א אינטערסאנטער לינק
ווי די קענסט אויפזיכען דיין יוחס אין אויך זיכען פרטים פין דער שטעטעל פון ווי דיינע עלטערען/ זיידעס שטאמען נעמען ווער עס האט דארט געוואינט ווער איז געווען דארט רב / שוחט
http://www.jewishgen.org/
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.
|