בית פורומים באבוב

נייע באבובער תלמוד תורה אין בארא פארק

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-4/8/2005 15:00 לינק ישיר 
נייע באבובער תלמוד תורה אין בארא פארק

בשמחה והודי' מיט א פרייד אין א געהויבענע שמחה איז אהנגענומען געווארן די גיטע בשורה אז אונזער קהילה האט געברענגט לידי גמר נאך א לאנגע מו"מ א הערליכע גרויסע פארטיגע בילדינג וואס איז גרייט אז מ'זאל שוין קענען אריין גיין אין עפענען אן ישיבה פאר קינדער אהן קיין שום צוגרייטונגען, ממש גרייט, 11 קלאסן מיט א זעהר גרויסן און פראכטפולן חדר אוכל, אזוי אויכעט קומט עס גרייט מיט א צימער פאר די מלמדים אין אפיסעס פאר די מנהלים, לעבן די בנין צוזאמען מיטן מקח קומט אויכעט מיט א גרויסן ליידיגן "לאט" {שטח ריק} וואס דארטן וועלן זיך די קינדער קענען שפילן, די בנין מיטן "לאט" דערנעבן האט געקאסט ארום די דריי מיליאהן דאללער וואס איז געצאהלט געווארן פין די קהילות אקאונט, די שמחה ביי חסידישע אידן אין בארא פארק בכלל אין פאר אנ"ש בפרט איז זייער גרויס זעהנדיג ווי דער קהילה בליהט שטארק אין מען דארף מרחיב זיין די גבולי קדושה, אין צוזאמען מיט די גשמיות'דיגע הודעה אויפן קנין הבנין איז אויכעט מיט געקומען נאך אן גיטן בשורה אויפן רוחניות'דיגן חלק אז ב"ה צוזאמען מיט קינדער זענען אויכעט מיטגעקומען זעהר אן חשובער "צוות" פין מנהלים אין מלמדים משמנה ומסלתה וואס איז נאר דא אין באבוב, ממש אהן קיין ווערטער, זעהנדיג אז די גאנצע הנהלה אין מלמדים שטייען אויס צו זיין ממש פין די לעילא ולעילא וואס איז נאר שייך, לויט ווי איך בין אינפארמירט וועלן זיין די מנהלים פין די נייע באבובער חדר הרב ברוך דוד בראננער ני"ו אין הרב אברהם ברוין ני"ו אין הרב מיילעך מיללער ני"ו אין די רשימה פין די מלמדים אפי' אז מ'ווייסט שוין מעהר ווייניגער קען איך נישט שרייבן ביזדערווייל {וועגן פאליטישע אומשטענדן} אין בע"ה פאר שבת האפט מען שוין צו האבן אן פערטיגן פולן רשימה,
אין לויט ווי מיינע קראנטע מקורות געבן איבער, זענען די ראשי הקהילה פארנימען צו פארהאנדלען נאך א בנין פארן ישיבה פאר די קינדער, ווייל ווי ס'זעהט שוין אויס אז די איבערפלוס וועט זיין זייער גרויס אין ס'וועט נישט זיין פלאץ פאר גענוג כיתות און ממילא פארהאנדעלט מען שוין פאר נאך אן בנין כדי צו פארגרינגערן אויף די פרעשע אין אז מ'זאל נישט דארפן אפזאגן קיין עלטערן מפני דוחק המקום.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/8/2005 15:48 לינק ישיר 

יעצט גייען אלע 48'ניקערס שרייען פין ווי האט מען ענק געלט?
און די ריינע תשובה איז אז געלט גיבט דער אייבערשטער אין ווער צו געט חסידים געט געלט אויכעט, איך הער טאקע אויכעט אז מ'פלאנט טאקע צו צוקויפן אדער לכל הפחות צו דינגען נאך אן בילדינג פארן ת"ת



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/8/2005 16:30 לינק ישיר 

יעקל ציטראנענבוים געפלויגען פון 48 אהאהא



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/8/2005 16:34 לינק ישיר 

מיט וועלעכע עירליין??????



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/8/2005 16:45 לינק ישיר 

מצורף קובץ

.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/8/2005 16:46 לינק ישיר 

מצורף קובץ

.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/8/2005 16:46 לינק ישיר 

מצורף קובץ

.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/8/2005 18:11 לינק ישיר 


ב"ה יעדער איז זיך מסדר

השי"ת יעזור אז עס זאל אנקימען בניקל



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/8/2005 18:37 לינק ישיר 

זה היום קויני לו נגילה ונשמחה בישועתו



גרויס פרייד הערשט יעצט בקרב חסידי באבוב , מיט די בשורה טובה - אז מען גייט שוין אינגאנצען פטור ווערען פין די כת הפורשים , אין צי מזל עפענען זיי זיך שוין א נייע תלמוד תורה ,
נאר דער וואס ווייסט ווי שווער די געמידער זענען געווען מיטן פאקט אז זיי זענען נאך דא ביי אינז אין די מוסדות אין עסען אומזינסטע ברויט , נאר אזא איינער קען באמת באגרייפען די געוואלדיגע שמחה מיט די נייעס (אזא בחינה פון כל שאינו מתאבל על ירושלים אינה זוכה ורואה בשמחתה) ,וואס כידוע איז געלעגען א גרויס פחד פין דעם פאקט אז בערגער לאזט זיי נישט אינגאנצען זיך אינטערגעבען אין דערוויל הייסט ער זיי זיצען בפנים אין חרוב מאכען.
ווי אויך איז דאס אפגעטייטשט ווי א הודאת בע"ד , אז דער דין תורה פירט זיך נישט לטובת זיי אין זיי גייען ארויס גיין מיט חרפות , אין אלע טענות וואס מ'רעדט אזוי אריין אין זיי וועט מען דארפן טוישען ,

(דרך אגב , איך האף אז די ליינער נעמען אין אכט אז אלע טענות פון די גרויסע שטארקע דין תורה וואס זיי האבען געהאט זענען אלע צירינען געווארן אין מען הערט שוין גארנישט דערפין , ווי איז גל עיני מיט זיינע הסברים וואס ער האלט אז מ'וועט פסקענען , מרעדט שוין אנדערע טענער "וואס מ'וועט קריגען וועלין מיר זיין ציפרידען" וכדומה)

מודים אנחנו על העבר אויף די גרויסע חסדים פון רבונו של עולם אז מ'האלט שוין דא , אין מבקשים אנחנו על העתיד- עד הנה עזרנו רחמיך , כן ירבו חסדיך מ'זאל שוין אינגאנצען פטור ווערען פון דער ספחת פון די כת הפורשים , על כל פרט ופרט . ס'זאל זיך שוין ענדיגען די די"ת אויך,אז מזאל שוין קענען אינגאנצען פארגעסען אינזערע צרות וואס אינז האבען מיטגעמאכט אין די אלע שווערע יאר מיט די אלע רדיפות על כל פסיעה ופסיעה.
אין בעיקר אז מזאל ווייטער קענען ארבעטן אויפצישטעלען אלע הריסות פון די חרבנות די לעצטע פאר יאר אין ס'זאלען נישט זיצען מענטשען פין אינעווייניג אין עס שטערען , אדער קאלט מאכען די ארבעט , אדער ווייטער ארבעטן צי פארסמען אינזערע קינדער





תוקן על ידי - הרמןרינהלד - 04/08/2005 18:39:20



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/8/2005 19:03 לינק ישיר 

now that the ungers are leaving means that the din torah is not going good for them because until a few weeks ago they said that they are not laeving because berger told them that they have to stay if they want something but now that they are anyway losing they night as well already open theie own moisdes

DIDON NUTZACH



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/8/2005 19:54 לינק ישיר 

גן-ילדים נפתח ב-45 בתענית-אסתר,עכשיו היגיע הזמן לפתוח ת"ת.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/8/2005 19:59 לינק ישיר 

הרמן,

אפשר קענסטו מיר קלאר מאבען אפאר קליינע נקודות.

1. אז עטץ זענט אזוי צופרידען פטור צו ווערען "די כת הפורשים", און אינץ זענען מיר דאך אויך זייער צופרידען, און נאך דערצו איז דאך יעצט קלאר, לשיטתך, אז דער דין תורה איז שוין געווינען (פאר 48 און פארלוירען פאר 45), נו, קען שוין יעצט זיין שלום על ישראל? מעג שוין מיין שוואגער קומען צו מיין שמחה? אדער נאך אלץ נישט?

2. אז עטץ זענט אזוי צופרידען פטור צו ווערען "די כת הפורשים", פארוואס האלט מען צוריק 100 אנדערע יודען מיט אייזערנע קייטען? ווילט עטץ דען נישט פטור ווערען אלע פורשים?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/8/2005 21:03 לינק ישיר 

ביי אונז אין 45 וועט זיין א'יה'ש מסלתה ומשמנה פון באבוב אין איהר אלע אויוף 48 וועט פלאצען פון קנאה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/8/2005 21:17 לינק ישיר 

הרמן,

שקר? מ'האלט נישט קיינעם צוריק? ביו איך אפשר בטעות אריין אין א סאטמארער פורום? אינץ רעדען מיר וועגען די זעלבע פלאץ? באבוב? 15 ביי 48? אין ברוקלין?

ווען נישט וואס ס'איז די דריי וואכען וואלט איך געזאגט אז ס'איז מביא לידי גיחוך.

מ'האט דאך אפגעזאגט מענטשען פון זייערע דזאבס פון 20 יאר - דאס הייסט נישט ביי דיר אייזערנר קייטען?

איך וועל נישט אויסרעכענען קיין נעמען און אפילו נישט קיין ר"ת דא ברבים. אבער איך וועל דיר שיקען אישית א רשימה פון 7 ר"ת מסריסי המלך, היושבים ראשונה במלכות, וואס צווישען זיי האבען זיי א מנין פון קינדער אדער איידעמער וואס חלש'ן צו גיין קיין 45. און די זיי מברר צו אפילו איינער פון זיי איז שקר.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/8/2005 21:34 לינק ישיר 

זיי אין 48 מעגען מאכין אלע שייגעץ שטיק נאר אינז טארען נישט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/8/2005 23:26 לינק ישיר 

האלבערשטאם,

יא יא, איך קען אויך פארשטיין, אבער ר' י"ל דער כותב, האט געזאגט זיין איידעם אז אויב ער טרעט דארט אריין וויל ער אים מער נישט קענען. דאס איז נארמאל? און אנדערע וואס זייערע זון און איידעמער האבען נישט געפרעגט, האבען זיך טאקע צוקריגט מיט זיי. דאס איז נארמאל?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > באבוב > נייע באבובער תלמוד תורה אין בארא פארק
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 ... 5 6 7 לדף הבא סך הכל 7 דפים.

bholext