| נשלח ב-4/8/2005 18:41 |
|
| |
גרויסע נסים מיט א קינד אין קאנטרי
אין עפעס א קאנטרי איז פארגעקומען א מעשה נורא (געהערט פון א הצלה מאן אין די קעטסקילס), ווען א ערל'טע האט באמערקט ווי דאס קליינע בייבי האט אן וויינען.
די ערל'טע איז צוגעגאנגען צו די בייבי, און באמערקט ווי א גיפטיגע שלאנג וויל רח"ל בייסן דאס קינד. (די מוטער איז געווען פארנומען אין א סוירקעל שמוסענדיג) די ערל'טע האט שנעל פארטריבן די שלאנג.
מ'האט געריפן די הצלה, וועלכע זענען געקומען צו פליען, זיכערמאן אז די בייבי איז נישט אין קיין געפאר רח"ל. ב"ה אז דאס קינד איז נישט געווארן געשעדיגט.
|
|
|
|
| נשלח ב-4/8/2005 18:42 |
|
| |
וועלכע קאנטרי?
|
|
|
|
| נשלח ב-4/8/2005 18:51 |
|
| |
אין אזעלכע זמנים, וואס מ'הערט אזעלכע שוידערליכע פאסירונגען, וואס טרייסלען אויף יעדן מענטש, דארף מען דאנקען דעם בוכ"ע אויף דעם נס.
פשטידא
וועלכע קאנטרי איז עס געווען?
|
|
|
|
| נשלח ב-4/8/2005 19:01 |
|
| |
און אפי' ווען ס'איז נארמאלע זמנים אן קיין טראגעדיעס, דארף מען אויך דאנקען דעם פון אויבן.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-4/8/2005 19:12 |
|
| |
אידן, טראכט נאר אריין די טייטש פון די תפלה.
"מודים אנחנו לך שאתה הוא ה' אלוקינו ואלוקי אבותינו לעולם ועד. צורנו, צור חיינו, מגן ישענו, אתה הוא
לדור ודור, נודה לך ונספר תהילתך על חיינו המסורים בידך, ועל נשמותינו הפקודות לך, ועל ניסיך שבכל יום
עימנו, ועל נפלאותיך וטובותיך שבכל עת ערב ובקר וצהרים. הטוב כי לא כלו רחמיך, והמרחם כי לא תמו חסדיך, כי
מעולם קיוינו לך."
|
|
|
|
| נשלח ב-4/8/2005 19:45 |
|
| |
איך האב געפרעגט דעם הצלה מאן, אבער ער האט נישט געוואלט זאגן. ער האט אבער געזאגט אז די מעשה איז הינדערט פראצענט אמת.
ביטער איז, ווען מ'ווייסט דעם נאמען פונעם קינד און פון די קאנטרי. נישט אזוי?
ב"ה פאר דעם.
|
|
|
|
| נשלח ב-4/8/2005 20:05 |
|
| |
עס איז טאקע שרעקליך װען מען הערט שלאנג נאך דערצו מיט א קינד אבער פין װי נעמסטו אז עס איז געװען א "גיפטיגע" שלאנג?
פון אלע מין שלענג װאס לעבן אין די קעטסקיל געגענט איז נאר דא איין מין װאס איז גיפטיג, עס הייסט קאפערהעד copperhead, און דאס איז זייער זעלטען אז מען זאל זיי אנטרעפן װײל עס זענען נישט דא קיין סאך פון זיי דארט.
ותצילנו מחיות רעות בדרך!
|
|
|
|
| נשלח ב-4/8/2005 23:32 |
|
| |
ישר כח פאר די וואס ברענגען גוטע בשורות,
היינטיגע צייטן דארף מען חזוק מער ווי מוסר.

|
|
|
|
| נשלח ב-4/8/2005 23:49 |
|
| |
לאמיר נתעורר ווערן פון גוטע בשורות, וועט נישט אויספעלן קיין אנדערע מיטלן
|
|
|
|
|