אבער פאר די פאר געציילטע וואס געדענקען נאך יא דעם ברוינעם ביך מיט אט די נאמען וועלכע האט א שאקעל געטאן דעם צפון חלק ברוקלין און צובאָשעוועט די אפשטאמיגע מארץ הגר און אויסגעשיט אלע זייערע שמיץ און אויפגעדעקט אלע אפפאל און אנדעקט זייערע טערעריסטישע מיטלען מיט וואס זיי צווינגען ארויף זייערע מיינוגען אויף אנדערע פון ירושלים ביז ברוקלין
אט די ביכעל איז נאך היינט זייער אקטועל בעת די לאפעצען פון ביידע זייטען וועלכע ווילען מושל זיין אויף צפון ברוקלין האבען זיך צולאזט אויף א פרעכיגען פארנעם אויף אונזער פורום און דערנידערט אונזער געזעלשאפט צו אן ארט וואס איז אזוי נידריג ווי זיי אליינס
על כן וואלט כדי געווען ווער פון אייך עס קאָן ארויף שטעלען עטליכע אויסצוגען אדער אפשר עטליכע זייטען פון אט די ביך אז מיר אלע דאנענט זאלען וויסען מיט וועלכיגע פארשוינען מיר האנדלען
מי לה' אלי! איך רוף צי אייך אלע באזעצענע מיטגלידער פון אונזער פורום לאמיר בענעזאם אויסרופן קול מלחמה במחנה אנקעגן די אומווערדיגע עלעמענטן וועלכע האבען געהיידשעקט אונזער פורום
נשלח ב-5/8/2005 05:46
א געלונגענער איינפאל.
אויסווישן שמוץ מיט נאך גרעסערע שמוץ.
מיר האבן שוין גענוג טיילן פון כלל ישראל פארלוירן צו די דאזיגע ביכער.
קודם זע איך אז די האסט דער בוך אויך נישט געזען ערשטענס ווייל עס האט נישט קיין ברוינער דעקל.
צווייטענס די מאכסט חוזק פון די יוצאי הגר בשעת די נוצט אלע לשונות וואס זענען שגור על לשונם פון די יוצאי הגר.
פארדריי א צווייטן דעם קאפ אז די ביסט נישט קיין יוצא הגר.
אויב נישט דרייסטו דיך אין א קרעמעל וואס האט נאך נישט געזען א נפש חוץ פון א יוצא הגר.
נשלח ב-5/8/2005 10:00
ב"ה אז די אמאליגע גיפט איז נישט אין גאנצען אויסגעוועפעפט, אז ס'נאך דא מענטשען וואס האבען א האס צו אלץ וואס שמעקט פון סאטמאר. ס'א סמימן אז מיר זיינען נאך נישט אינגאנצען פארקראכען. אל דיר אויסגיין די אויגען
נשלח ב-5/8/2005 16:34
wassa
זיין שנאה צו אלעס סאטמאר שטאמט פון וואו דו שעפסט די שנאה צו ליובאוויטשת, די חילוק איז נאר אז ער האט מסתמא געליטען פון זיי, משא"כ דו וואס דו טוסט עס סתם בלי שום טעם
נשלח ב-5/8/2005 16:44
צבי
אז ער האט געליטען פון עפעס, און ליידט נאך היינט איז קלאר. גענוי וואס קען איך דיר נישט זאגען, איך בין נישט קיין פסיכולוג.
מיין שנאה צו לובאוויטש שטאמט פון דעם וואס JJ איז פארקראכען פון דרך הרש"ב און פון וואס דער אזג. מלך המשיח לעולם ועד איז געווען א פארברענטע ציוניסט, צווישען זיינע אנדערע פעלער. פון דארטען שעפט ער זיין האס צו סאטמאר?
נשלח ב-5/8/2005 16:57
מסתמא שטאמט זיין שנאה צו JT פון סענדס סטריט וכדומה
נשלח ב-5/8/2005 17:06
מיינסט צו זאגען נישט פון די זעלבע פלאץ וואו איך נעם מיין שנאה צו לובאוויטש?
נשלח ב-5/8/2005 18:18
צבי פאר דיין ערשטן הערה. קבל את האמת ממי שאמרו.
פארפאלן, די וואס קענען נישט פארשטיין די שנאה וואס אלע נישט-סטמאר-געשטימטע האבן כלפי סטמאר, זאלן מוחל זיין אין אויפמישן די היסטורי' ביכער. אדער, אין ערגסטן פאל, זיך אומקיקן אויף וואס עס גייט היינט פאר.
נשלח ב-5/8/2005 18:25
איך פארשטיי שוין איינמאל די שנאה.
דער אמת טוט וויי !!!
וד"ל
נשלח ב-5/8/2005 18:33
איך קוק מיך אזוי אום דא...
נאך אלץ בעסער צו זאגן אין פנים אריין "איך האב דיך פיינט", ווי צו האלטן אין בויך.