| נשלח ב-9/8/2005 00:20 |
|
| |
עס איז מיר א מאדנער חידוש די גאנצע רייבעריי און שמוץ קאמפיין אקעגן דעם בארימטן עסקן ר' יעקב מייער.
עס איז ווייט און ברייט באוואוסט, אז ווען אימער 24 שעה אין מעת לעת, על כל צרה שלא תבא, שטייט ר' יעקב גרייט פאר יעדן צו העלפן צו כבוד הנפטר.
אומצאליגע מאל איז אים געלונגען אראפ צו שלעפן דעם מעדיקל עקזעמינער ביינאכט צו זיין אפיס, אין זונטאגס אדער אין זייערע חגאות, כדי צו ראטעווען די נפטרים פון בזיון.
אויך בשעת מיסטעריעזע טויטפאלן, וואס די געזעץ פארלאנגט אן אויסדרוקליכע פאלמעסינג, וואס ביי אידן איז פארבאטן אלס בזיון המתים. איז ער משתדל אומדערמידלעך פאר די נפטרים.
דערנאך קומט צו די חלק פון "סופפארט" וואס ער גיט פאר משפחות נאך אן אומגליק ל"ע.
איך האלט נישט מיט די אינערליכע מערכות צווישן די פארשידענע עסקנים, וואס ווי פארשטענדליך האט יעדע שטעקן צוויי עקן, און יעדע מעשה צוויי צדדים. אבער מ'קען נישט דיס-קרעדיטן זיינע פעולות אלע יארן וואס ער האט געטוהן אויסשליסליך "שלא על מנת לקבל פרס.."
|
|
|
|
| נשלח ב-9/8/2005 01:27 |
|
| |
יעדע פריוואטע אונטערנעמונג צו באגראבן א מענטש בפרט אן עסקן ציבורי מוז ווערט פארדאמט!
מארגן וועט מען דאס טוהן קעגן א צווייטן, און איבער מארגן קעגן דיר.
דאס איז טעראריזים פון די ערשטע קלאס! וואס נוצט די היינטיגע טכניק צו הרג'נען א מענטש
אויב איז דא א רייבעריי זאלן זיי דאס אויסגלייכן מיט זייער באורד, וועד הנהלה, אדער רבנים.
דאס איז נישט דער וועג!!! דאס איז קערעקטער אסעסינעישאן!
נ.ב. איך בין נישט יאנקי מאיער, אדער א קרוב צו עם, איך קען ניטאמאל פערזענליך עם אדער די אנדערע וואס זענעם פארמישט, נאר פון די בילדער אמאל אין די צייטונגן
|
|
|
|
| נשלח ב-9/8/2005 01:29 |
|
| |
איך ווייס באמת נישט וואס דער פראבלעם איז מיט אים.
איך קען אים נישט.
אבער איך האב געפרעגט אפאר עסקנים נאך דעם אשכול אין קיינער האט נישטג עהאט קיין גוט ווארט אויף אים.
איך האב מורה אז ער האט געטרעטן אויף צו סאך געהינער פון מענטשען.
|
|
|
|
| נשלח ב-9/8/2005 01:46 |
|
| |
עס האט זיך אנגעהויבן מיט קאמפעטישאן ביי ביקור חולים אין שפיטעלער.
נאכדעם איז עס אריבער צו קאמפעטישאן ביי חסד של אמת מיט מתים.
|
|
|
|
| נשלח ב-9/8/2005 02:04 |
|
| |
לויט ווי מען הערט אויפען קליפ הערט ער זיך ווי א גבר אלים. אפשר גייט ער דאריך שווערע צייטען מען דארף דן זיין א איד לכף זכות, אין קען זיין אז עס קומט זיך עם נישט אז מען זאל עם מעביר זיין,און משפיל זיין לעיני כל ישראל.
אבער אזוי צו רעדען צו א אנדערע איד וואס טוט חסד של אמת אין איז גרייט על כל צרה שלא תבוא, און ווי מען קען הערען ווי אייזיק.ל. בעט זיך צו עם וואס ווילטו פון מיין לעבען.
מיט דעם דארף מען זיך שוין מטפל זיין ווי עס פאדערט זיך!
זאלשויןזייןשלום
|
|
|
|
| נשלח ב-9/8/2005 02:26 |
|
| |
אינגערמאן כבין מסכים מיט דיר 100 פראצענט, כקען אויך נישט יענקי מייער פערזענליך אבער ער איז א באקאנטער עסקן און פירט אן מיט אסאך וואוילטעטיגע אונטערנעמונגען, כווייס נישט צו ער מאכט פון דעם געלט אפילו אויב יא פארגין כאים מיטן גאנצן הארץ, דאכט זיך אז יעדער עסקן פארן ציבור ווערט באשולדיגט אז מנעמט געלט וכדומה, אז יעדער וועט זיך שרעקן פון אלעס וואס מענטשן וועלן זאגן אדער שמועסן וועט קיין עסקנים נישט זיין
כווייס נישט פונקטליך וואס איז פארגעקומען ביי די מעשה פונעם קליפ אבער ביי א חלק פון די עסקנים איז כבוד א וויכטיגע זאך (אזויווי די טשערי לייטס ביי געוויסע הצלה מעמבערס) און כפארגין זיי דאס אויך, סמאכט זיך אסאך מאל אז זיי ווילן זיין אינגאנצן אין טשארדזש ביי א עקסידענט און סאיז בבחינת אין מלכות נוגעת בחברתה, כזאג נישט ער איז דא גערעכט, אבער סאיז כמעט נישטא קיין עסקן וואס מיינט אלעס 100% לשם שמים
כהאלט די מנהלים זאלן נישט צולאזן דעם קליפ סאיז א גרויס אחריות צו לאזן באשמוצן א איד בפרט אין די יעצטיגע טעג
|
|
|
|
| נשלח ב-9/8/2005 03:25 |
|
| |
מיינע 2 צענט, אמת אז יענקי מייער איז גאר א באליבטע עסקן ביי די כלליות'דיגע עולם, אבער אין דער קליפ זעהט אויס ווי ער באנוצט זיך מיט גאנץ שרעקליכע מעטאדען אויף דער וואס שטייען איהם אין וועג.
אודאי וועל איך אויף איהם מלמד זכות זיין, "ער האט עס נישט געמיינט", "ער האט געהאט א שווערע טאג", "וואס יענער האט געוואלט טוהן וואלט געוועהן ממש א אומגליק" וכו' וכו'.
"אבער", דאס איז אלץ נישט קיין תירוץ. און אויב מיר אידעלעך וועלען טאלערירען שתלטנות פון גרויסע "קנאקערס", און זיך דרייען די צווייטע באק אזויווי די יאשקעלעך, וועט דאס זיין א גרויסע אומגליק אויף אונזער "כלל הציבור".
א שטאטישער באאמטער וואס באגייט אזא פעלער, ווערט גלייך ארויס גע'זרק'עט, על אף אלע זיינע גרויסע טעטיגקייטען, און על אף וואס ער קרוינט זיך נישט זעלבסט צום פאסטען, נאר עס גייט אויף עפעס א דעמאקראטישע סיסטעם.
און מה נשתנה א "היימישע" "בעל חסד" און א זעלבסט געקרוינטע "מלך איבער אלע קנאקערס" וואס מיר פארמאגען היינט.
און אחרי ככלות הכל, האב איך דער נושא נישט אדורך געטוהן צו זעהן ע"פ הלכה וואס מ'מעג יא אדער נישט, פונקט אזוי ווי דער רבנים וואס די פסק אין דער נושא וועט צו זיי אנקומען, פארשטייען מן הסתם גאנץ קנאפ, די מציאות'דיגע פראבלעם פון צולאזען יחידים געוועלטיגען איינער איבער די אנדערע מיט קלעפ און אנדער סארטען אלימות.
בהוקרה,
דזשיד
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-9/8/2005 03:30 |
|
| |
jid
די ברענגסט עס ארויס גוט
|
|
|
|
| נשלח ב-9/8/2005 06:05 |
|
| |
איך האב געגראבן אין געגראבן אין צאמגענימן א שלל מיט אינפארמאציע אין איך וועל עס ציביסלעך דא ארויף שטעלן
|
|
|
|
|