בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

ועשית הישר והטוב: אסיפה מארגן אוונט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-7/8/2005 18:44 לינק ישיר 
ועשית הישר והטוב: אסיפה מארגן אוונט


מארגן, מאנטאג, אום 7:30 אוונט קומט פאר די צווייטע יערליכע אסיפה "ועשית הישר והטוב." פאריאר זענען זיך צינויףגעקומען איבער 1200 מענער צו הערן את המעשה אשר יעשון פון רבנים אין פין גרויסע לויערס. די אנוועזענדע אין אויך די וואס האבן דערנאך געהערט די טעיפס האבן גרויס הנאה געהאט פין די אינפארמאציע אין עצה טובה וואס איז דורך געשמיסט געווארן ביים אסיפה.

היי יאר וועלן נאך אמאל אויפטרעטן די צוויי וועלט בארימטע לויערס: בענדשזעמין בראפמאן, פין די גרעסטע קרימינאלע דעפענס לויערס, אין דשורדשז מייזנער, פין די גרעסטע סיביל לויערס. אויך וועט די חסידישע הרב אהרן טווערסקי, דער 'דין' אין פראפעסור אין הופסטרא יוניבירסיטי אויפשטייגן. אין צוגאב וועלן אויך אנדערע רבנים איבער געבן די הלכה שטאנדפונקט פין פארשידענע נושאים וואס זענען שטארק נוגע פאר די טעגליכע לעבן פין ביזנעס לייט אין אויך פין ארבעטס לייט.

עס איז שטארק געראטן פאר אלע זיך משתתף צו זיין ביי דעם אסיפה. עס קומט פאר אין וויזניץ אור החיים זאל אין בארא פארק.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/8/2005 20:25 לינק ישיר 

ביזט זיכער אז ס'איז מאנטאג?

איך דענק ס'איז דינסטאג.

זיי עס מברר.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/8/2005 22:28 לינק ישיר 

אנטשולדיגט! אנטשולדיגט! יא יא עס איז דינסטאג.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/8/2005 23:00 לינק ישיר 

עס איז באקאנט פאר יעדעם איינעם אז דאס איז זייער וויכטיג היינט ווען עס מערען זיך ליידער קעסעס פון אידען וואס זענען דארעך געפאלען צו באונס צו שלא ברצון,
און עס אז געקומען דער צייט מען זאל טון דערוועגן מעשים.

איך האב אפאר קשיות

1 איז דאס געאייגענט פאר א יחיד אדער נאר פארען ביזנעסמאן ?

2 קען דאס אויך צו הילף קומען אזא איינעם וואס איז שוין אין פעקל ל"ע ?

3 איז דער היימישער עולם נישט גנוג באהאווענט מיטען געזעץ ?

Dos it get results 4 איז דאס באמת א תועלת פארע ציבור



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/8/2005 20:31 לינק ישיר 

דאס איז געאייגענט פאר יעדער יחיד נישט נאר פאר א סוחר, יעדער קען אריינפאלט אין פעקל פון נישט קענען דעם סיסטעם.

ניין איך וואלט נישט געזאגט אז דאס איז געמאכט פאר איינער וואס איז שוין אין פעקל, יענער דארף זיך נעמען א לאיער.

פרעגס צו עס האט תוצאות, איך גלייב אז אונזער עולם זענען נישטק יין בהמות אין אז זיי ווייסען די מציאות גיבן זי זיך מער אכטונג.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/8/2005 21:05 לינק ישיר 

די רעדעס וועלען זיין אויף "גוי'איש", רח"ל?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/8/2005 01:33 לינק ישיר 

tzvibp28 רוב לויערס קענען נישט אידיש אבער איך מיין אז פאריאר איז עס געווען געמישט אביסעל אידיש און אביסעל ענגליש



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/8/2005 01:37 לינק ישיר 

דער רב פון אוטוסוויל תפיסה ראביי לארקין גייט אויך רעדן

א ראביי וואס ציטערט פאר זיין דאלאר

און ציטערט צו העלפן אידן


ער קען העלפן ער דארף נאר וועלן

מען רעכנט זיך זייער מיט זיין מיינונג אין תפיסה

ביי ר' א. י. פ. לעצטנס האט מען געארבייט שטארק ער זאל קענען זצן שבעה אינדערהיים

בשעת מען האט געפרעגט דעם ראביי האט ער געזאגט
אז מען מוז נישט

און ווי ער דרוקט זיך אויס "איטס נאט נעסעסערי"

אזוי אויך ביי חלה פאר שבת

און אביסל מער גרעיפ דזשוס


ווער סקען פראבירן צו טוהן אין דעם נושא אויפן איידעלן אופן חלילה נישט שרייען

נאר פרעגן איהם צו ער העלפט ארויס אידן


ער דארף באקומען דעם מעסעדזש אז

"אז מען האט א זכיה צו העלפן אידן"


די רעדע איז סיי אין די תפיסה

און סיי אין קעמפ דערנעבן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/8/2005 02:14 לינק ישיר 

איך בין דאס מאשר 100 פראצענט איך פלעג אסאך אהינפארען. ער האט שוין חזקה זיך נישט צו שטארק אנצושטענגען פאר אידען מיט די טענה אז ער קען נישט צו פיל העלפען אבער די עסקנים וואלטען געדארפט טרעפען וועגען ווי אזוי ממנה צו זיין מער א סימפאטישע ראביי,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/8/2005 02:51 לינק ישיר 

איך ווייס נישט צו מען דארף א אנדערן אפשר קען ער אויך בעסער ווערן


מען דארף רעדן צו זיינע קינדער זיי האבן א גרויס השפעה אויף איהם

אויך שעמט ער זיך פון זיי

אבער דאס איז קלאר ספעלט עסקנים

ביי סטעיט פריסינערס איז דא גענוג עסקנים

סקומט צו פעדעראל האט מען מורא צו טוהן

עס איז נישט דא וואס מורא האבן מען דארף טוהן

ואשרי חלקם



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/8/2005 03:01 לינק ישיר 

מצורף קובץ

1



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/8/2005 09:32 לינק ישיר 

מצורף קובץ

ארום צוויי טויזענט יודן זענען געזיצען ארום פיר שעה ציגענאגעלט צי זייער בענקלעך אין אויסגעהערט די דרשות



A pached a shrek!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/8/2005 09:33 לינק ישיר 

מצורף קובץ

ג

A pached a shrek!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/8/2005 18:46 לינק ישיר 

עפעס איז ביי מיר חשוד די גאנצע אסיפה,

וואס איז זייער מאטיוו?

עפעס האב איך א געפיל, אז זיי שטערט דער "היימישער" רוח החיים, זיי זוכען אנצוווארפען א שרעק און אריינברענגען א דרך ארץ צו די דינא דמלכותא אויף אלע פרטים.

עס איז דא דער טיפ מענטש וואס שרייט דינא דמלכותא אויף צופיל זאכען, איז צריך בדיקה אחריו, טאמער שרייט ער נישט דינא דקוב"ה פונקט אזוי פיל ווי דינא דמלכותא, האט עס געווענליך מיט א שנאה צו אידישקייט.

דער רב לאסקין ווייס איך שוין פין לאנג אז ער העלפט גאר ווייניג, און אז ביי דער גלח פין אויטיסוויל קען מען מער באקומען ווי ביי אים. (עס איז געווען א מעשה שהי' - איינער האט געדארפט עפעס פין אים, און ער האט מסרב געווען כדרכו (דינא דמלכותא?), איז ער געגאנגען צום גלח, און דער גלח האט אים צוליב געטוהן!).



עפעס שמעקט נישט גוט דא.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/8/2005 21:08 לינק ישיר 

בארא פארקער

אויף דיין יעצטיגע תגובה ווייזט אז די האסט זייער א גרויסער איי קיו

רבותי, גייטס אין אלע חדרים, סאטמאר, בעלזא, קלויזענבורג, פאפא, וויזשניץ, סקווירא, וכולי, און קוקט וויפיל מלמדים רעדן אין דעם ענין פון דיני ממונות, איך וועל נישט אריינגיין אין דיני ממונות בין אדם לחבירו, אבער געלט פון די גאווארמענט, שווינדלערייען, עס כאפט טאקע א 'פחד א שרעק' - כדברי ציקאכט - וואו די ריכטונג, ווי מיר גייען

מענשטן ווייסן נאר, אז די רעגירונג האט טויזענטער מענשטן וואס זענען דא צו טיילן געלט, אבער עס איז אויך דא נאך טויזענטער מענטשן צו כאפן די זעלבע וואס נעמען אט די געלטער, ווער רעדט שוין פון פריוואטע גניבות, קיין חילוק פון אידן אדער גוים - איך וויל נישט רעדן דא פון די הלכה חלק גזל עכום טעות עכום- רבותי, עס האלט ליידער א מצב, וואס עס איז שוין נישט קיין בזיון, אז א טאטע אדער א קרוב גייט אין תפיסה,

אמת, איך האלט אויך, אז היימישע אידן בפרט חסידישע אידן, וועלן נישט באקומען קיין 'ברעיק' פון די פראסעקיוטער, און איך האלט אויך אז אנטעסעמיטיזם איז א פאקטאר, אבער דאס איז אין דעם ענין פון ווי גרויס די שטראף איז, אויב גנב'עט מען נישט, כאפט מען נישט, און אויב גנב'עט מען יא, שטייט אין חז"ל סוף גנב לתלי'

ווי קען מען זיי אזוי גלייכגילטיג, אזוי סעלף סענטערט, צו שרייבן און גלייבן, אז עס איז שוין אינגאנצן נישטא אידן, וואס זענען דא ארויסצוהעלפן אין 'פריווענטן' ארעסטן, אן אונס פריווענשאן איז א פונט היילונג איז דא א ווארט, און עס איז ליידער אמת, אויך ביים דעם ענין

רבותי, צו איר זענט יא געווען ביי א דרשה צו נישט, עס איז צייט אויפצוהערן מיט די אלע געשעפטן, אמת א גרינגע דאלער איז זייער צוציענד, אבער עס איז אויך זייער שעדליך




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/8/2005 05:27 לינק ישיר 

אבער נישט דער ראביי לאסקין זאל אונז זאגן וועגן חילול השם

פרעגטס די איבער 2 מנינים אידן וואס זיצן אין אוטיסוויל אין קעמפ וואס דער לאסקין איז ביזי מיט חילול השם

און אלץ וועט ער זאגן נאר די מינימום



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > ועשית הישר והטוב: אסיפה מארגן אוונט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext