בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

ווי איז דער היינטצייטיגער רעוואלוציאנער?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-9/8/2005 19:20 לינק ישיר 

יישר כח כורמיזא, פאר'ן ברענגען אן אריגינעלן קאפי פונעם מעשה ביכל.
ווען מר. וויין זאל דאס אזוי באשרייבן ווי די מעשה ביכל וואלט געווען פפין. במציאות שרייבט ער עס אין גאר א פארקערטן ריכטונג.
אעפ"כ קומט דיר קרעדיט, כורמיזא, פאר'ן דן זין א איד לכף זכות. דאס איז א שווערע און וויכטיגע עבודה. חזק ואמץ.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/8/2005 23:41 לינק ישיר 

ווער עס איז באקאנט אין חסיד'ישע ספרים ווייסט, אז אלע ווי איינער (כ'רעד נישט פון ליקוטי שיחות...) שרייבן אז מציל זיין א נפש מישראל, איז נישט קיין היתר עובר צו זיין קיין עבירות.

איך ווייס אויך אז דער רבי ר' בונם איז געגאנגען שפילן 'שאך' מיט א סוחר און אזוי אים מציל געווען, ועוד כהנה וכהנה.

מעגליך אפילו אויך קארטן, לא ראינו אינו ראי'.

אבער גיין אויף א פלאץ וואו מען קען זען ראייות אסורות ???

רחמנא ליצלן מהאי דעתא !

(איך האב בכוונה מדגיש געווען "טעאטער").



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/8/2005 02:28 לינק ישיר 

זאלי,

דו געדענקסט נאך ווי עס האט אויסגעקוקט די טעאטערס פון אמאל?

ווען חז"ל רעדן פון בתי טיאטראות מיינט עס אינגאנצן נישט צוליב ראיות אסורות!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/8/2005 08:18 לינק ישיר 

זאלי, און איך האב בכוונה מדגיש געווען: וגם הלך במקומות הגרועים...

עס זעט אויס אז דו האסט נישט געליינט די מעשה פון עשר אורות, ווייל דארט שטייט קלאר אז ער האט געשפילט קאָרטען, און דו וואלסט נישט געשריבען לא ראינו אינו ראיה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/3/2006 21:25 לינק ישיר 

דא האב איך געטראפן ווי ר' גרשון יעקבזאהן ז"ל זאגט ענליכע זאכן ווי מיר האבן דאן געשריבן.







וואו געפינט מען היינט אַ מרדכי?

גרשון יעקבסאָן
 

מגילת אסתר איז נישט בלויז אַ היסטאָרישער דאָקומענט, אַן אָביעקטיווע שילדערונג פון די דראַמאַטישע געשעענישען אין מלכות אחשורוש, נאָר עס איז אַ וועג-ווייזער פאַר אידן און ספּעציעל פאַר אידישע פירער ווי מען דאַרף זיך פירן אין גלות, ווי מיר דאַרפן האַנדלן מיט אַנטיסעמיטן און בכלל וועגען די באַציאונגען פון פאַרטרעטערס פון אידען מיט שטאַטסלייט און הערשער פון לענדער און אימפּעריעס.


מרדכי הצדיק, דער מנהיג פון אידן אין פּערסיע האָט איבערגעלעבט אַ קריטישען פּעריאָד פון אַ גזירה, וואָס האָט געדראָט מיט דער פיזישער פאַרניכטונג פון אַלע אידישע שבטים, גרופּעס און שיכטן וואָס האָבען דאַן געלעבט אין די 127 מדינות און אינזעלן פון אחשורוש'ס קעניגרייך. אחשורוש האָט געגעבן המנ'ען דאָס וואָפן צו קענען פאַרניכטען די אידן. המן איז באַטראַכט געוואָרען ווי אַ ''מעסיקער'' מיניסטער, וואָס האָט געהאַט אין זינען די עקאָנאָמישע אינטערעסן פון אחשורוש'ס אימפּעריע און האָט אַרויסגעוויזן אַן ''אַנטיפּאַטיע'' צו די אידישע קהילות און צו דעם אידישן פירער, מרדכי.


אויך דאַן האָט מען אָנגעבאָטן מרדכי'ן איינצוגיין אויף פּשרות און געפינען אַ וועג ווי דורכצוקומען מיט דעם ''פּאַטריאָט'' המן. אָבער ''מרדכי לא יכרע ולא ישתחוה'', מרדכי האָט זיך נישט געבויגן און נישט געקניט. ער האָט זיך געהאַלטן שטאָלץ און אונטער קיינע באַדינגונגען זיך נישט געלאָזט איינרעדן, אַז ער זאָל מאַכען אַ קאָמפּראָמיס.


מרדכי איז נישט געקומען צו אחשורוש'ן און אים געזאָגט, אַז ער איז ''אַנטוישט'' וואָס אחשורוש האָט געגעבען המנ'ען אַ פרייע האַנט צו טאָן מיט די אידן ווי זיין האַרץ גלוסט. ער האָט אויך נישט געלייענט קיין סטייטמענטס צו דעם קעניג אחשורוש. מרדכי האָט קודם כל פאַראייניקט די אידן, מאָביליזירט די אידישע יוגנט און אָנגעפאַנגען מיט זיי לערנען תורה און אידישקייט. דאַן האָט ער אינטערווענירט, אַז אויך די מלכה אסתר זאָל זיך סאָלידאַריזירען מיט די אידישע מאַסן. ערשט דאַן איז געשען דער נס און די גזירה איז בטל געוואָרען.


דער אידישער פאָלק און די אידישע מדינה געפינען זיך איצט אויך אין אַ שווערע לאַגע. מיר זענען צעזייט און צעשפּרייט און מיר זענען צעריסען און צעשפּליטערט. די אַראַבער האַלטען אין איין פּלאַנירען ווי אונז צו פאַרניכטען און זיי באַקומען אויף דעם אי אַ מאָראַלישן הכשר און אי פיזישע מיטלען צו קענען, חס ושלום, פאַרווירקלעכען זייער בלוטיקע שטרעבונג. דער אידישער פאָלק און ארץ ישראל ליגן אונטער דעם שווערען שטיוול פון אַראַבישן אויל איינפלוס און אונטער דעם דרוק פון די אַזוי-גערופענע ''פריינט'' אונזערע. די אייראָפּעאישע לענדער, די ציוויליזירטע וועלט, וואָס האָט בלויז מיט עטלעכע צענדליק יאָר צוריק צוגעקוקט גלייכגילטיק ווי עס ווערען פאַרניכטעט מיליאָנען אידן, זענען איצט נישט אַנדערש. ציוויליזירטע מדינות פאַרקויפן וואָפן צו די אַראַבער, וואָס וועט שטעלען אין אַ גרויסער סכנה ישראל און אירע מיליאָנען אידן.


און וואָס טוען מיר, וואָס טוען די אידישע מנהיגים אין אַזאַ צייט?


קודם כל רייסן זיי זיך אַרום צווישען זיך. יעדער איינער וואַרפט שמוץ אויף דעם צווייטן און מען שלאָגט זיך אַרום. אין ישראל גופא האָט זיך די פירערשאַפט דערלויבט צו אַ סקאַנאַליעזען מצב. די פּאָליציי שלאָגט פרומע קנאים אין ירושלים, וועלכע פאָדערן מען זאָל אין ירושלים נישט מחלל שבת זיין. די, וואָס פּראָטעסטירען קעגען דעם, באַנוצען זיך מיט מיטלען, וואָס רופען אַרויס פאַראַכטונג ביי די מערסטע אידען. די רבנים זענען שטיל און פאַרנעמען זיך מיט קליינשטעטעלדיקע מחלוקת'לעך און די עסקנים מאַכן דערקלערונגען און מיינען, אַז מיט דעם האָבן זיי באַוויזן אַ העלדן-טאַט און געראַטעוועט דעם אידישען פאָלק.


דער הויפּט פּראָבלעם איז די שטימונג פון פאַרצווייפלונג און אומזיכערקייט וואָס הערשט צווישען אידן. עס איז נישטאָ קיין אַנטשלאָסנקייט צו שטרעבן צו אַ גייסטיקער רעוואָלוציע וואָס זאָל דערמינטערן די פאַרחלש'טע און בלאָנדזשענדע און געבען זיי אַ שטראַל פון האָפענונג, אַז עס דערוואַרט זיי אַ ישועה. דער עולם פילט זיך דערדריקט און פאַרלוירן. איבעראַל הערט מען די שטימען פון פאַרלעגענהייט און צווייפל.


אויסטערלישע טיפּשים פּאַראַדירן מיט האַס און מיט העצעס און דערמוטיקן דעם אַנטיסעמיטיזם מיט דעם, וואָס זיי דעמאָנסטרירן פאַר די גויים ווי אידן פירן מלחמות. עס איז נישטאָ דער מרדכי וואָס זאָל לערנען דאָס פאָלק ווי זיך נישט צו בוקן און נישט קאַפּיטולירן צו די ווילדע אינסטינקטן און גויאישע פאָדערונגען. מיר זענען אונטער דעם אַוואַלאַנש פון אָפענע און באַהאַלטענע גזירות און קיינער טראַכט נישט אפילו ווי צו ראַטעווען דאָס וועלט אידנטום. מען ליגט אונטער דעם אייזערנעם שטיוול פון אויסערליכע און אינערליכע באַדריקער און אַלץ וואָס מיר הערען איז דעם אידישען קרעכץ, ווען מגילת אסתר גיט אונז אַ קלאָרן דרך ווי אַרויסקריכען פון דער היינטצייטיקער דילעמאַ: לך כנוס את כל היהודים...

)* גרשון יעקבסאָן ז''ל האָט געשריבן דעם אַרטיקל לכבוד פּורים 1981.
תוקן על ידי - דיפלאמאט - 16/03/2006 21:49:58



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/3/2006 03:30 לינק ישיר 

א גרויסער ראיה גרשון יעקבשווילי זיין ארוגנעלער נאמען ער איז פון גרוזיע דער אמת קען יעדער זעהן מיט אייגנע אויגען אז דער שטן האט אין די היינטיגע ציימען נארדי פייער פון מחלוקת אפילו דארט ווי סעז נישט דא קיין רב אדער רבי ווי אין כרעסלב ווי ער זעהט אז די זאך בליעט אביסעל שיקט ער די פייער פון מחלוקת דער מי בראש 
ידעבם כן נבט אז נישט נענאנגען מיט א שטרוינעם היטל די גמרא זאגט אז השית האט אים געזאגט באי אני ואתה ובן ישעי ניטיל בגן עדן האט ער נאכאמאל געוולט הערין און גפרגט מי בראש און אז השם האט גזגט בן ישי בראש האט ער גמאכט עגלים ווילסטו אז די הינטיגע עזבי קיר זאלען נישט וועלן זיין בראש
אדפאפ254 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/4/2006 19:11 לינק ישיר 

צוריק קוקענדיג צום אנפאנג פון דעם אשכול האב איך באמערקט אז מ'רעדט דא פון רבי'ס רעוועלוצינערן, וואלט טאקע געווען פאסיג ארויפצולייגן כ"ק אדמו"ר מוואלאבאוט שליט"א



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/4/2006 20:07 לינק ישיר 

איך האלט אז  דער באדייט פון "חסידות" היינט האט נישט קיין שייכות מיטן אמאליגען חסידות,
מען האט אינזין "נאר" געלט און כבוד, און פארשטייט זיך דער "פארטיי" 

א דיין "מוז" פאסקענען ווי זיין "באס" וויל
אויב די האסט אפאר טאלער קענסטו טוהן וואס די ווילסט,
אויב איינער "שטייט אין וועג" וועט מען עם ארויסווארפען,
מען מעסט א רבי לויט וויפיהל "רבנים" קומען צו זיינע ,"שמחות"
מען מאכט "זיכער" אז דער "רבי" זאל בטעות זיך נישט טרעפען מיטן אנדערען
א "ברודער" איז א "פראבלעם"

אין אפילו איינער וואס ארבעט נישט אויף זיינע מידות, קען לכתחילה אויך זיין א "רבי"



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/4/2006 16:53 לינק ישיר 

אין איינע פון די פילע ספרים וואס קומט ארויס אין די מאסן פון הרה"צ ר' שמשון פינקוס זצ"ל האב איך געזען א אינטערעסאנטע מעשה איבער דעם ענין פון זיין א רבי.

אין בני ברק איז געווען א אדמו"ר וואס האט געהאט א ביהמ"ד אן חסידים. איינמאל איז ער אריין צום חזון איש און געפרעגט אז אפשר איז ער נישט ראוי צו זיין א רבי פון חסידים. האט ער אים געענטפערט אויב טוט ער אויף אפי' פאר איין איד דורך דעם וואס ער האט אן די איצטלא דרבנן, לוינט זיך שוין ער זאל זיין א רבי.

אריינטראכטנדיג א מינוט, האט ער געזאגט אז אויב איז ער דער וואס שטייגט דורך דעם וואס ער איז רבי איז עס אויך ווערד.

איך מיין איך גיי ווערן רבי...

וועגן דעם אויבנדערמאנטן ר' שמשון פינקוס זצ"ל פאדערט א באזונדערע באשרייבונג, ער איז דאך אליין געווען א רעוואלוציאנער און אויפגעטוהן גדולות ונצורות פאר אידישקייט מען האט עס נאר אנגעהויבן איינצוזען ערשט נאך זיין טראגישער פטירה. ועוד חזון למועד אי"ה.

וועגן דעם וואלאבאוטער צדיק שליט"א איז מיר אינטערעסאנט פארוואס דער בליק האט צוריקגעצויגן און זיך עפנטליך אנטשולדיגט איבער דעם הערליכן ארטיקל וואס זיי האבן אים באשריבן אינעם אדר אויסגאבע.

דער איד האט געלערנט יארן לאנג אין כולל, דערנאך איז ער אריין אין די ליין פון משמח זיין חתן כלה, און היינט איז ער ברוך ה' שיין מצליח אין זיינע געשעפטן האט ער אנגעהויבן פירן רביסטעווע וואס איר איינע ציל איז צו מאכן פרייליך אידישע קינדער.

אקיצור, ראוואלוציאנערן פעלן נישט, מען דארף זיי נאר אנערקענען און שטיצן און העלפן זיי זאלן אנגיין מיט זייער הייליגער ארבעט.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > ווי איז דער היינטצייטיגער רעוואלוציאנער?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 סך הכל 2 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.