געפייגערט ווי א שייגעץ
סתם הארעפאשניקעס מיט די ווילדע לאפעצען
אויב איר זעט נאך היינט צו טאג אן אויסגעשטערנטן הימל ווייסט וועמען איר האט צו פארדאנקען?
גאט דער גרויסער איז ניט און א מצב פון באנקראט
ולא תתורו אחרי לבבכם - א יינגעלע זאל זיך ניט וועלען, האט געטייטשט דער רבי
געוואלד וואס וויל מען האבען נעבעך פון דיין לעבען
געוואלד אן עברה! אויף וועמען דו האסט רחמנות און אויף וועמען דו ביסט אָנגעדדרודלט שייגעץ איינער
איך האב מיר אנגעטאן א כוח ארויסשלאגען פונעם זינען די גאנצע מעשה מיט די ברודער
איך בין ניט מחויב פאר אים מקריב זיין מיין נשמה, פרעגלען זיך אויפן פייער אין גיהנום
נאָר אייך האט עס ניט געהאלפען, פארקערט וואס מער מען האט אייך געטריבען, מער איז עס אייך אין קאפ אריין
הערט א מעשה זאג איך אייך - פארגלאצנדיק די אויגען ארויף - הערט וואס פאר א גאט מיר האבען, זיין שטראף איז גרויס
ס'זאל אייך דאכטען אזוינס מיט שרעק, פון איין זייט אן אויסגעשטרעקטע איבערגעשניטן העלדזעלע, א גיסן-זיך בלוט, אן אויסעשטרעקטע צונג, פארגלייזטע אויגן, א הארכלען, א מאכן מיט די זייטן, א צאפלען, א ווארפן-זיך, א דריקען מיט די פיס
פון דער אנדעע זייט א שוחט מיט א פרום פנימל, א חלף אין דער האנט און א ברכה-מאכן מיט די ליפעלעך
דאס קינד וויינט, שרייט ער טאטע, וואס איז? געפגרט ווי א בהמה! דער שייגעץ, דאס הויז-געזינד איז פאראומערט, און שטוב הערשט א טרויער
און אין דער הספד, א פארווארפן קעפל, דאס הארץ רייסט ביי אלעמען קוקעניק אויף דער יתומה נעבעך, אלע פארשטייען דעם טייטש וואס דאס באדייט
ווייבער, שכנהס, ווישען די נעז, די אויגען, מאכן פיסקלעך, און די ליפעלעך זייערע רירן זיך, גרייט צום רעדן
איינע פון זיי, א ווילקענענדיקע, וואס שיט אין די רייד ווערטער פון די הייליקע חכמים, פארכאפט זיך פריער און צולאזט זיך אין א ברייטן שמועס
דער וואס לעבט אייביק, ברוך הוא וברוך שמו- הויבט זי אן אויף תהינה-לשון- צוויפשנירנדיק די ליפעלעך און קנייטשנדיק א פרום פנימל, ער איז גערעכט און זיין משפט איז גערעכט, כי מפני הרעה, פאר די זינד, זאגען די חכמים, פגרט א שייגעץ
זאל ער זיין ווי א קרבן פאר אונץ אלע
 |
|
|