בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

געוואלד, ברית חדשה אויף אידיש!!!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-9/8/2005 05:15 לינק ישיר 
געוואלד, ברית חדשה אויף אידיש!!!

א שוידער האט מיר ארומגענומען היינט גייענדיג אויפן גאס ווי איך שפאציר זיך אזוי אויף מיין געוועליכער רוטין, באמערק איך ווי איינער שטייט נעבן א טישל און פארפירט געפערליך. אין מיין נייגער וואס דער האט צו פארקויפן זע איך ווי ער האלט דארט געפערליכע ביכער וואס קענען פאר'סמ'ן איידעלע אידישע מוחות. אבער קיין סאך צייט צו זען זיינע סחורה האט ער מיר נישט געגעבן, נאר באלד אנגעהויבן צו פרעפלען זיינע שטויות, און איך אלס איינער וואס האט אביסל שטודירט דעם ענין, האב זיך נישט געלאזט פון אים, און אים אנגעהויבן צו פרעגן אזעלכע פראגעס וואס ער איז געבליבן מיטן צונג אינדרויסן.

אבער נישט דאס וויל איך ארויסברענגן, און נישט יעדער איז געאייגנט דאס צו טאן און אדרבה עס איז בעסער צו שטיין ווייט פון די חברה, ווייל צומאל האסטו נישט וואס צו ענטפערן און דאס ערגסטע איז צו בלייבן מיט די ציין אינדרויסן, וואס האט מיר געפערליך דערשראקן איז אז זייער טריפה ביכל ברית חדשה איז איבערגעטייטשט געווארן אין א היימישן פליסיגן אידיש, וואס אך און וויי אויב דאס פאלט אריין אין א בחור'לס האנט, ער קען זיך אפ'סמ'ן די יארן זיינע פון וואו ער וועט זיך שווער זען אינדרויסן. נישט אז דארט איז דא אזעלכע געוואלדאוונע זאכן. לגמרי נישט. עס איז דא דארט א אנשטויס פון פארדרייטע ווערטער און פארקריפלטע לשונות, און אלעס... געבויט אויף "אונזער" תורה.

עלטערן ברויכן זיין זייער וואך אויף דעם נייעם פראבלעם און אכט געבן אז א קינד זאל דאס נישט איינשטעקן אין בוזעם (עס איז געדרוקט אין א קליינעם פארמאט) און עס דורכשטודירן.

עס ווייזט אז א געפערליכער שטרויכלונג איז אויפן וועג אהער, אז זיי האבן שוין נישט געטראפן וועם צו פארשמייליגן נאר אונז אידיש רעדנדע. ווער ווייסט וואס נאך ווארט אונז אפ?



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/8/2005 05:31 לינק ישיר 

ליבער פריינד. איך פארשטיי דיין ווייטאג אבער ס'איז באמת נישט דא וואס צו טון אין די נייע אפענע וועלט. די אלטע צייטן זענען פארביי. יעדער וועט אנקומען צו לייענען וואס עס ציט עם. אז די וועסט עם אויפווייזן מיט א בעסערע סברה ווי יענעם שרייבער וועט ער דיך אויסהערן. א בחור איז נישט קיין קעלבעל ער קויפט וואס לייגט זיך אויפ'ן שכל גרינגער.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/8/2005 05:40 לינק ישיר 

איך מיין אז אויב וועט ווערן א ביכער פארפלייצונג פון דעם סארט זאל מען פארשפרייטן ביכער אויפן פארקערטן ריכטונג אזוי ווי עס איז דא צו באקומען אויף ענגליש, עברית און אויף נאך שפראכן.

צום אלעם ערשטן וועט מען אבער מוזן געבן לעקציעס פאר אונזערע מלמדים ווי אזוי זיך צו ספראווען מיט דעם פראבלעם... אין ישיבה האט מיר קיינער נישט געוואוסט צו ענטפערן אויף די פראגעס מיינע, ביז דער פון אויבן האט מיר צוגעשיקט דעם ריכטיגן שליח.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/8/2005 05:46 לינק ישיר 

הרב דיפלאמאט

דו שרייבסט: וואס אך און וויי אויב דאס פאלט אריין אין א בחור'לס האנט, ער קען זיך אפ'סמ'ן די יארן זיינע פון וואו ער וועט זיך שווער זען אינדרויסן. נישט אז דארט איז דא אזעלכע געוואלדאוונע זאכן. לגמרי נישט. עס איז דא דארט א אנשטויס פון פארדרייטע ווערטער און פארקריפלטע לשונות, און אלעס... געבויט אויף "אונזער" תורה

לכאורה קוקן מיר די ווערטער אויס ווי א סתירה. אויב איז נישט דא דארט אזעלכע געוואלדאוונע זאכן, דאן פארוואס איז אך און וויי אויב עס פאלט אריין אין א בחור'ס הענט?

בכלל לויט ווי דו זאגסט אז דו ביסט באהאוונט אין די זאכן, פרעג איך דיר, וואס איז טאקע דער גרויסער מאלער אויב ליינט מען וועגן די קריסטליכע רעליגיע. ווער וועט דען נאכגעשלעפט ווערן דערנאך? זיי האבן דאך נישט וואס צו פארקויפן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/8/2005 05:54 לינק ישיר 

איך וועל אייך געבן איין דוגמה. איך האב זיך אמאל גע'טענה'ט מיט עמיצן וואס ארבעט אין א קירכע, און בתוך הדברים האט ער געזאגט זאכן וואס ווערט געברענגט אין אונזער תנ"ך וואס וויבאלד מיר לערנען דאס נישט היינט, ליידער, האב איך אים נישט געקענט אפווענדן דערמיט. און דאס האט מיר פארדרייט דעם מח, ביז... איך האב געטראפן מיט וועם דאס דורכצושמועסן, און אזוי האב איך אנגעהויבן שטודירן דעם עסק, און היינט קען איך ענטפערן וואס מ'ברויך. אבער נישט יעדער ווייסט אוואו זיך צו ווענדן, און ווען א קינד פרעגט גאנץ א נארמאלע פראגע איז דער ענטפער געווענליך אז מ'טאר נישט פרעגן און נישט טראכטן וועגן די זאכן, דעריבער ווערט דער מח צוביסלעך פארזשאווערט.

אוודאי זענען די קריסטען נישט אינגאנצן משוגע, זיי האבן זיך אויפגעבויט א גאנצע רעליגיע אבער אויב ווייסט מען נישט ווי זיך אפצוגעבן דערמיט, אויב און ווען עס וועט קומען דער טאג וואס מען וועט זיך נעמען אויף אונזערע אידישע ביינער, דאן ווייס איך נישט ווי עס וועט פירן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/8/2005 05:57 לינק ישיר 

וואס הייסט עס האט דיר פארדרייט דעם מח? האסטו דען געקלערט אז עס איז דא עפעס ממשות אין דעם קריסטליכן גלויבן? לויט ווי איך ליין פון דיינע אנדערע תגובות ביסטו נישט אפילו אזוי גלויביג אין חסידישע רבי'ס, נו פארוואס פונקט אין יוזל?

איי דאס אז דו האסט נישט געקענט ענטפערן א קשיא אין תנ"ך, דו אליין זאגסט דאך אז דער עולם טראכט נישט אזויפיל. עס וועט קיינעם נישט שאטן אז מען וועט נישט קענען פארענטפערן א תנ"ך, די אידישקייט וועט ווייטער אנגיין, אזוי ווי עס גייט אן ביז היינט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/8/2005 05:59 לינק ישיר 


נא רבותי, ווי גייט דער ניגון, "משיח משיח משיח, איי יי איי יי ייי ייי....."

שלום עליכם ר' משיח, לאנג טיים נאו סי.

און אוי ווי פאסיג טאקע זאלסט אהנקומען פונקט ווען מ'רעדט דא פון.....






בהוקרה,
דזשיד



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/8/2005 06:40 לינק ישיר 

דיפלאמאט האט א שטיקל נקודה.

ביי אונז לערנט מען נישט קיין תנ"ך, אין ווען איינער ברענגט פאר א ישיבה מאן ישעי' נ"ג אדער זייער אנדערע שטיקלעך אין תנ"ך אין תהילים וואס זיי זענען מסלף בלייבט ער מיטן צינג אינדרויסען.

אוודאי איז נישט דא קיין חשש אויף א שומר תורה ומצות אז ער זאל ווערן פארכאפט צו נוצרות, אבער צו בלייבען מיט די צונג אינדרויסען איז נישט באטעמ'ט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/8/2005 08:55 לינק ישיר 

רובא דרובא מענטשען גלייבען וואס זיי לייענען, בפרט איינער וואס איז איינגעוואוינט צו גלייבען.

ווען א דורכשניטליכער מענטש ליינט ביכער וואס זענען געשריבען אין זיין שפראך, אויב מאכט ער זיך נישט אפ אז ער גלייבט גארנישט, אפילו ער וועט נישט גלייבען אלעס, אבער דאך וועט זיין זאכען וואס ער וועט גלייבען.

לגבי די אוונגליון, אויב גלייבט ער נאר איין זאך פון 10 זאכען קען ער שוין זיין א ריכטיגע פוליתיאיסט, וואס כל זמן עס ווערט אים נישט פארענטפערט איז ער עובר אויף איסורי דאורייתא.

דעריבער איז עס טאקע א גרויסע סכנה און מ'דארף שטארק אכטונג געבען סיי אויף זיך און סיי אויף די קינדער, און מ'דארף אויסלערנען די קינדער נישט צו לייענען קיין מאטריאל וואס מ'ווייסט נישט ווער די מחבר איז אדער ווער עס געט אן הסכמה.

עס איז אויך כדאי אז די קינדער זאלען וויסען אז עס קען זיין א יוד מיט א ברייטע בארד און א פלאכע קאפעליטש און ער איז א פשוטע נוצרי.

און די לייענער פון היידפארק מעגען אויך וויסען אז אפילו אין אונזער פארום וואס איז געשריבען אין א היימיש יידיש קען זיין ארטיקלען וואס איז געשריבען געווארען דארך א קריסטליכע מיסיאנער.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/8/2005 09:11 לינק ישיר 


לעניית דעתי איז אויב איז דאס אמת איז עס א שרעקליכע ווייטאג אז מען האלט שוין דארטן. מען וואלט געדארפט איבעדרייען דעם טישל צי סתם אויסטיילן ציפקע צרות פאר דעם פארקויפער.

מענין לענין באותו ענין, ידוע וואס די צדיקים האבן כסדר געווארנט מען זאל שטיין ווייט פון ספרי חקירה ווי דער מורה נבוכים צי שער האמונה אין חובת הלבבות צוליב די חשש אז די קושיות וועט מען דערהערן און די תירוצים נישט , און דאס איז שוין געזאגט געווארן אויף ספרי קודש כל שכן אויף להבדיל די דאזיגע ביכער.

...רבוש"ע לייז אונז אויס אלס אידן ווי איידער אלס גויים חלילה...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/8/2005 19:04 לינק ישיר 

משיח השם,

ווען דער מח הייבט אן צו פרעגן (גאנץ נארמאלע) קשיות, מיינט דאס נאכנישט אז ער גלייבט אין יוזל'ן.

איך וויל נישט פרעגן דא וואס מיר האט דעמאלט געבאדערט, ווייל איך האב נישט קיין צייט דאס צו פארענטפערן, אבער פריוואט וועל איך דיר ביי א געלעגנהייט שיקן דאס וואס האט מיר שווער געמאכט אין יענע טעג.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/8/2005 19:08 לינק ישיר 

כורמיזא
:addSymbol('');
:addSymbol('');



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/8/2005 21:22 לינק ישיר 

כורמיזא

אין עס פאלט אייך אפילו נישט איין צו לערנען מיט איינער קינדער תנ"ך מיט עקרי היהדות כדי עס זאל זיי גארנישט שווער זיין?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/8/2005 04:04 לינק ישיר 

מען דארף זיין על המשמר אפילו פין יודען
http://atwood.co.il/godol/Rabbi%20Goldberg.pdf



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/8/2005 04:33 לינק ישיר 

א עלטרע יוד פון סאטמער האט מיר אמאל געזאגט אז אמאל אינדערהיים פלעגט מען יא לערנען תנ"ך מיט די קינדער. נאכמער יעדע בעל הבית האט געהאט א שיעור אין "חק" יעדען טאג, נאר נאך די מלחמה האט עס סאטמער רב ז"ל מבטל געווען צוליב סיבות.
איז דאס ריכטיג?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/8/2005 07:58 לינק ישיר 

ניין ס'יז נישט ריכטיג.

אין דערהיים האט מען נישט געלערנט תנ"ך וועגען די משכילים האבען געקאכט אין תנ"ך.

חק יא, אבער די חברה האבען בעיקר מעביר סדרה געווען.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > געוואלד, ברית חדשה אויף אידיש!!!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext