|
|
| נשלח ב-10/8/2005 01:13 |
|
| |
דער מצב היינט אין באבוב
רבותי,
וואס האבען מיר זיך צו נער'ן, וואס האבען מיר זיך צו קרוגען? דער מצב אין באבוב איז היינט אזוי:
ס'איז דא צוויי באבוב'ס.
יא, רב"צ'ס מענטשען וועלען שרייען "אבער אינץ האבען א גרעסערע עולם און אינץ האבען רוב זקנים".
און יא, רמ"ד'ס מענטשען וועלען צוריק שרייען "דאס איז נאר ווייל עטץ האטס געכאפט דעם ביהמ"ד מיט קלעף און מיט פאליציי, און א גרויסער עולם איז פשוט געבליבען ווייל ס'איז באקוועם".
און אפשר זענען זיי ביידע גערעכט. אבער למאי נפקא מינה? - לאמיר זיך נישט נער'ן.
ס'איז דא צוויי באבוב'ס.
ביידע האבען שיינע קהלות און האבען זיך נישט פון וואס צו שעמען.
ביידע האבען תלמידי חכמים יראים ושלמים - און ביידע האבען עם הארצים.
ביידע האבען בחורים מציונים - און ביידע האבען שוואכערע בחורים.
ביידע האבען מעלות - און ביידע האבען חסרונות.
באבוב איז געווען א הערליכע קהלה און ס'וועט בעזהי"ת זיין צויי הערליכע קהלות. מ'קען זוכען ווער ס'איז שולדיג אבער מ'קען נישט צוריק דרייען דער זייגער. וואס איז געווען אז געווען - כך הוא דרכה של עולם - ס'אז געשעהן דאס זעלבע ביי אסאך אנדערע רבי'ס וואס זענען נפטר געווארען - פן די גאר פריערדיגע ביז די גאר לעצטע.
ביי אינץ אין באבוב איז דא צויי רב ז"ל'ס און ביידע האבען איבערגעלאזט יורשים. איינעם געפעלט דאם בעסער און איינעם יענעם.
מ'קען שרייען חי וקים אבער אזוי איז עס.
אויף דעם נאמען און אויף די בנינים זיצט א ב"ד - וואס האבען מיר זיך צו קרוגען?
וואס מ'קען יא טוהן איז:
נישט פיינט האבן איינער דער אנדערע - אפילו נישט די רבי'ס.
נישט זוכען צו שטעכען איינער דער אנדערע.
נישט מאכען לצנות איינער פן דער אנדערע.
נישט אוועק מאכען איינער דער אנדערע.
כלנו בני איש אחד נחנו!
און בזכות זה וועט מען אוודאי זוכה זיין צו זען נחמת ציון ובנין ירושלים בב"א.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-10/8/2005 01:25 |
|
| |
fine gezooked
|
|
|
|
| נשלח ב-10/8/2005 01:27 |
|
| |
ביז עס קומט צו רשעות
|
|
|
|
| נשלח ב-10/8/2005 01:35 |
|
| |
no rihes here
|
|
|
|
| נשלח ב-10/8/2005 08:38 |
|
| |
א"כ איז צייט זאסט טוישען דיין ניק אדער לפחות ניצען דיינע אנדערע רחוב חגי וואלט געוועהן מער פאסיג פאר דער הודעה
|
|
|
|
| נשלח ב-10/8/2005 19:17 |
|
| |
FICHE,
דו זאגסט "ביז עס קומט צו רשעות". פליז זיי מסביר וואס דו מיינסט. איך האב געזאגט אפאר פונקטין, לכאורה דברים פשוטים. ביזטו מסכים מיט מיינע פונקטין? אויב נישט, מיט וועלכע ביזטו נישט מסכים? רעד ווערטער.
|
|
|
|
| נשלח ב-10/8/2005 19:21 |
|
| |
שלמהברוך,
איך זעה אז ס'איז א סטייל אויף הייד פארק אז ווען מ'האט נישט וואס צו זאגען אויף דער נושא דרשנ'ט מען וועגען דעם ניק. האסט עפעס אינטעליגענט צו זאגען אויף דער נושא פון דעם אשכול?
|
|
|
|
| נשלח ב-10/8/2005 20:37 |
|
| |
מענדעל
ביסט משוגע, סי איז דא נאר איין באבוב און אפשר 50 משוגעים וואס זענען ב"ה אוועק,
|
|
|
|
| נשלח ב-10/8/2005 21:13 |
|
| |
בלישם,
ס'איז א שאד די צייט דיר צו ענטפערען.
|
|
|
|
| נשלח ב-10/8/2005 22:24 |
|
| |
מענדל, עס גייט נישט אזוי פשוט, מ'קען נישט קומען אנפאטשען איינער און נאכדעם שרייען 'פ''ו שלאגט מען זיך!' ס'דארף זיין שלום!, אז איינער איז בייז איז פשט אז מ'האט אים געטוהן א עוולה , קען נישט דער צווייטע קומען זאגען ס'גוט שלאג נישט, אודאי איז ביי די שלעגער אלעס גוט'ס און וויל שלום!
אמת אודאי דארף דער געשלאגענע ארבעט'ן אויף זיך זיך צירוק צוהאלטן אבער עס איז גאר א שווערע נסיון, און זיכער נישט די שלעגער'ס ארבעט דאס צו טוהן,
|
|
|
|
| נשלח ב-11/8/2005 00:01 |
|
| |
kolbayar,
איך הער קלאר וואס דו זאגסט. אבער ווער איז דער שלעגער? ביידע צדדים טענה'ן אז דער אנדערע איז דער שלעגער. און ביידע האבען געוויסע ריכטיגע טענות. לאמיר אוועקלייגען די הלכה'דיגע טענות ווייל אויף דעם איז דא א ב"ד. לאמיר נאר רעדען דערווייל פון יושר און מענטשליכקייט.
ס'איז דא א זון פון דער פריערדיגע רב זצ"ל (מהר"ש) און אסאך האלטען אז אים קימט צו זיין רבי.
אבער, ס'איז אויך דא קינדער פון דער לעצטער רב זצ"ל (מהרנ"ץ) און אסאך האלטען אז ס' קימט זיי.
א מענטש קען נעמען א צד אין דעם ענין, אבער אז מ'זעהט אז הינדרעטער יודען האלטען אנדערש מעג מען רעספעקטירען יענעם'ס מיינונג אויך, און איינזעהן אז ס'איז דא צוויי דעות. ביידע זענען קינדער פון רב זצ"ל. מען מיז קענען הערען דער אנדערע צד.
אין באבוב איז שוין ליידער דא צוויי פארטייען גאנץ לאנג - זוכער 10 יאר. לאמיר ארויס לאזען רב"צ אליין פון דעם שמועס ווייל ער איז היינט א מנהיג ישראל, אבער אז אא"ל און ל"ל און אב"ב און אסאך אנדערע האבען געפירט א מערכה קעגען דער מהרנ"ץ אסאך איידער ער איז געווארען רבי קען מען נישט לייקענען.
און אז ס'איז געווען א מערכה קעגען רב"צ די לעצטע פאר יאר קען מען אויך נישט לייקענען.
און דער מציאות היינט איז אז א גרויסע עולם אויף יעדער צד קען נישט מקבל זיין דער מנהיג פון דער אנדערע צד. איז נישט געווען קיין אנדערע ברירה נאר ס' זאל ווערען צויי קהלות. אבער שנאה? מאן דכר שמיה?
אוודאי טיט עס וויי - איך וואלט אויך געוואלט אז מיין צד זאל האבען דער גאנצער עולם און באבוב זאל זיין גאנץ. אבער איך האב איינגעזעהן אז דאס קען נישט זיין.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-11/8/2005 04:35 |
|
| |
מיין דעה איז גאנץ אן פשוטער, צו וואס דארף מען זיך ברעכן קאפ אויף צו פארענטפערן ענקערע שאלה, די ענין איז אז אונז חסידי כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א האבן נישט קיין שום פראבלעם אז מענטשן ווילן רב"צ פאר אן רבי'ן און אונז באדערט נישט אז דער חזן נעמט אויף מענטשן און נעמט קוויטלעך, און דער גרעסטע ראיה איז געווען די וואך שבת ר"ח אב, וואס אלע האבן געזעהן אז די בימ"ד ביי רב"צ איז געווען פארפלייצט פין חסידי כ"ק אדמ"ור רמ"ד שליט"א אין אפילו אינזערעע גרויסן מגי"ש אין ישיבה קטנה וואס איז געגאנגען אין דין תורה כדי צו קענען אריבער גיין לערנען ביי זיין רבי'ן, הלא הוא הרב ב"צ דוב האלבערשדטאם שליט"א, אין טאקע ער איז געזיצן אין מיט געגעסן שבת ביינאכט אין 48 ביי רב"צ די זוהן פינם בעל ההילולא [ואני בתוכם] , נישט נאר דאס,נאר ין איינער פין די פיהלע קונטרסים וואס איז געדריקט געווארן דורך אונזערע ת"ח ואנשי מעשה דאהי און אין דער גאנצע וועלט לכבוד יומא ההילולא, איז געווען געדריקט אן גאנצן מאמר פין די ספרים הקדושים וואס דער תמצית הענין ברענגען זיי ארויס אז איעדן מנהיג אפי' מ'האלט נישט פין זיין דרך דארף מען מכבד זיין, אין ס'איז דאך אין דער גאנצע וועלט באקאנט די פייערדיגע שמועסן וואס ווערן כסדר נאכאנאנד געגעבן דורך כ"ק אדמו"ר ואבדק מבאבוב שליט"א פאר די עולם, בענין השלום, אז מען יעדן מכבד זיין און חלילה פין ברענגן מחלוקת און מ'זאל אוודאי גיין צו שמחות אין די משפחה,אזוי אז פין אונז קען מען שוין גאהרנישט פארלאנגען ווייל אונז טוה מיר מצידנו די מאקסימום וואס מען קען נאר פארלאנגען כדי די פייער זאל זיך אפשטעלן, די פראבלעם איז נאר אז מיט די אנשי רב"צ וואס זיי פארשטייען אז זיי זענען 'באלעבאס' אויף יעדן באבובער חסיד און ממילא ווער צו ביקט זיך נישט צו זייערע מנהיג איז אן 'מחוצף' אין זיי האלטן אז דער נאמען באבוב איז נאר זייערס אין זיי זענען 'באלעבוס' אויף דעם, און אפילו א בית דין קען עס זיי נישט צונעמען, און זיי זאגן אז פאר מען הייבט אהן בכלל צו רעדן דארף קודם כל רמ"ד צוריקשוקן אלע חסידים צו רב"צ אין דארף זיך רופן 'דאמבראווע' און טאר נישט גיין מיט רבי'שע מלבושים און נישט בויען קיין בית מדרש אין בארא פארק, פרעג איך ענק, זענען זיי נארמאלע מענטשען? איז דען דא מיט וועמען צו גיין צום טיש?
די תשובה ליגט אין ארץ ישראל, ביז דער לעצטע שבת האבן זיי אלע גערעדט אזוי ווי חבריהם דא אין אמעריקע און זיך אזוי אויכעט אויפגעפיהרט, נאר נאך די שבת ר"ח אב בראשית אב"דק באבוב שליט"א און זעהנדיג אז פין 250 ראשי משפחות האבן 150 מיטגעהאלטן מיט אבד"ק באבוב {נישט אריינגערעכנט די פיהלע אנוסים וואס אויס מורא פאר טערער זיך צוריקגעהאלטן פין מיט צו האלטן}
איז טאקע דאאין אמעריקע לייקענען זיי אפ די גרויסע הצלחה אינזערע, אבער זיי אין אר"י ווייסן זייער גיט ווי זיי האלטן און
און עד כדי כך אז אין 2 נערישע טעג האבן זיי אויף איינמאהל פארגעסן אז די געגאנבעטע חסידים זענען 'זייערס' און אז דער נאמען 'באבוב' איז 'זייערס' אין טאקע נישט קיין אנדערע נאר זייערע ראש הקהל אין ארץ ישראל דער באקאנטע נגיד, הוא ולא אחר , יא ער ר' יהושע העלליר, האט נעכטן ביידערנאכט אין קרית באבוב אין די גרויסע בימ"ד אינמיטן די סעודה ההילולא מיט ר' יעקב ישמעאל מימנו אין מלאך המות משמאלו אהן מורא אהן ציטער מיט א קלאהרן קליגער דעת אויסגעשריגען אז "באבוב האט זיך צוטיילט צו שני מחנות אין דאס איז שוין אן פאקט אין ממילא דארף מען זעהן צו זיין בשלום ווייל מיט דעם אלעם קומען מיר דאך פין דעם זעלבן יורש" !!!!!!!
נאר אז ס'פאלט אן באמבע איז דא מיט צו רעדן ביי זיי!
 |
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.
|