| נשלח ב-10/8/2005 21:50 |
|
| |
פריוואטע צרות און סודות - פארבאטן
טייערע חברים,
איך וויל איבערגעבן בשם מיינע קאלעגעס די מנהלי הפורום א פאליסי וואס איז אלס געווען אין "חדשות אנש", נאר אזוי ווי לעצטענס האבן אסאך גולשים פארלעצט דעם תקנה, דארף מען עס נאכאמאל קלאר מאכן.
סיז א דבר פשוט אז צרות און שמוץ פון פריוואטע יחידים, וואס האט גארנישט מיט פאליטיק, די משפחה שעמט זיך דערמיט און פרובירן עס צו פארהוילן פון די גאס, איז פארבאטן צו אויסשמירן אויפן פורום.
נישט קיין חילוק צו סיז באשריבן אין גויאישע צייטונגען, צו דער פארשוין איז א פובליק פיגור, אויב די מעשה האט גארנישט מיט פאליטיק אין ס'פארשעמט די משפחה איז עס פארבאטן
אפגערעדט אויב סיז טאקע א שטיקל סוד, און סיז א פריוואטער מענטש איז דאך טאקע א רשעות און רציחה.
איך אלס א גולש בין נישט נייגעריק צו ליינען פריוואטע סודות אין צרות פון אידישע משפחות.
ביטע פארשטיין די ערענסקייט און זיך האלטן דערצו.
מיט דאנק
אייער געטרייער מקוה_איד, בשם כל המנהלים
|
|
|
|
| נשלח ב-18/8/2005 13:57 |
|
| |
מקוה איד
שכויח פארן אומץ 
|
|
|
|
| נשלח ב-30/10/2005 16:42 |
|
| |

|
|
|
|
|