בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

התנתקות לשיטת בעל ויאל משה זצק"ל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-11/8/2005 07:05 לינק ישיר 
התנתקות לשיטת בעל ויאל משה זצק"ל

אזוי ווי עס איז נאך געבליבען גאנצע "דריי" טעג צום התנתקות. וואלט געווען אינטערעסאנט צו הערען די מיינונגען פון אנ"ש איבער די התנתקות.

1 איז מען מחייב אויף צו קלערען די מתנחלים דעם דרך פון ויאל משה (די הארב קייט )

2 אדער דארף מען זיך בכלל נישט אריינמישען איון דעם

3 אדער כל ישראל ערבים זה לזה מען דארף זיי העלפען מיט עפעס א וועג

4 לויט שיטת "ויאל משה", מעגען די מתנחלים זיך קעגען שטעלען די ציונים ווייל אפשר איז דאס נישט דינא דמלכתי דינא, אזוי ווי דער נ. המדינה האט נעכטען געזאגט

5 למעשה לויט שיטת ויואל משה מעג מען ממלה דארט נישט וווינען מפני התגרות באומת אבער וואס וועט זיין אויב מאגען וועלען די ציונים זיך נעמען איבער ירושלים אדער בני ברק איז שייך דינא דמלכתי דינא

וואס זאגט איר וועגען דעם ? לויט אלע שיטת?



זאלשויןזייןשלום



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/8/2005 07:15 לינק ישיר 


אויך מיין איך, אז ס'וואלט געוועהן פאסיג טאקע דא אין דעם אשכול, פאר דער עולם (אין בעיקר מיין איך דער וואס אנערקענען אין די "שיטה" אלץ די איינציגער אמת אין אידישקייט...),

אז זיי זאלען טראץ זייער גרויסע שנאה צו די אידען וואס וואינען אין די שטחים, זיך באטייליגען אין די ווייטאג פון די וואס ווערען ארויסגעטריבען פון דארט, (צו יא גערעכט צו נישט.)





בהוקרה,
דזשיד



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/8/2005 07:23 לינק ישיר 

נאך איין קשה ביטע

על פי הלכה מעג די ממשלה ארויסטרייבען אידען פון זייער ווינונג?

איינער וואס איז געצווינגען ארויס צו טרייבען אידען פון זייער היים(א סאלדאט חייל)האט א דין רודף ?


אין בכלל וויפיל פון אייך זענען בעד הטקסט שלך כאן און וויפיל פון אייך זענען הטקסט שלך כאן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/8/2005 09:59 לינק ישיר 

1,2,3
ס'נישט דא קיין ערבות איבער מינים ואפיקורסים
4
ס'אזוי ווי פרעגען צו מ'מעג זיך אנטקעגענשטעלען די געזעץ פון מדינה און פארקויפען חמץ אין פסח.
אודאי איז נישט דא קיין דינא דמלכותא, זיי דארפען זיך אפפיצען פון דארטען אליין.
5 די ציונים האבען נישט קיין דין פון דינא דמלכותא אין קיין פאל. אין פאל וואס ס'וועט זיין התגרות צו וואוינען אין ירושלים צו בני ברק איז גאנץ קלאר וואס די תורה, און דער רבי וואלט געהאלטען.

דזשיד
מיטטיילען מיט זייער ווייטאג איז אזוי ווי מיטטיילען די ווייטאג פון א משוגענער וואס מ'שלעפט צוקיר פון ברעג דאך פאר ער טאנצט אראפ.
אודאי עם טוט וויי -ווייל ער איז משוגע. אונז דארף ווי טאן וואס ער איז משוגע נישט וואס ער יאמערט און קוויטשעט וואס מ'לאזט עם נישט טאנצען.
כאטש ווען די אראבער רייסען זיך אויף, לאזען זיי איבער די ווייב און קינדער באזארגט מיט א גוטען פענסיע.
די אכזרים זיינען מפקיר זיך, מיט די ווייב און קינדער צו לעבען אונטער א האגעל פון קוילען מיסילס און באמבעס טאג טעגלאך. יעדער מענטש מיט א טראפ רחמנות דארף זיי ארויסשלעפען ביי דער האר, און נישט אין אכט נעמען וואס זיי זיינען צו משוגע אליין צו פארשטיין זייערע סכנה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/8/2005 14:23 לינק ישיר 

איך האב געהערט פון אמנון יצחק אז ער האלט נישט קיין דרשות אריבער די קו ירוק, ווייל עס איז א איסור דאורייתא פון ונשמרתם מאד לנפשותיכם.

איך מיין אז אמנון יצחק איז נישט קיין סאטמארער, און די וואס ווילן וואוינען דארט אלץ שיינע דירות אדער ארץ ישראל השלימה זענען עובר א איסור דאורייתא יעדע איינציגע מינוט. און איך רעד נישט פון די אנדערע איסורים ווי העברת שלש שבועות וואס די גמרא זאגט אז די שטראף דערויף איז "אני מתיר את בשרכם כצבאות וכאילות השדה"



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/8/2005 17:29 לינק ישיר 

עס איז איראניש אז פונקט יעצט אין די דריי װאכן (שלוש שבועת) קומען פאר די שאלות װעגן די שלוש שבועות.

(באזירט אויף די מעשה פון א איד װאס איז אריין צו אייכלער ספרים סטאר שבעה עשר בתמוז און געבטן א ספר אויף די ענינים און הלכות פון די דריי װאכן (שלוש שבועות). האט ער עם ארויסגעברענגט א ויואל משה)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/8/2005 18:01 לינק ישיר 

אלס א מתנגד פון די מתנחלים אין זייערע דרכים, בין איך דאך זיך משתתף אין זייער צער אעפ"י וואס איך האלט נישט אז עס איז בכלל א 'גירוש' ...וכו' וכו'


WASSA

קודם HATS OFF פאר ווערן דערמאנט אין די מדיה היינט.

די שרייבסט: "ס'נישט דא קיין ערבות איבער מינים ואפיקורסים" איז שקר מיסודו!

אין נאך מער סאטמאר רבי זצ"ל שרייבט אין שו"ת דברי יואל (איך וועל שפעטער שרייבעןדעם סימן) אז ווער עס זאגט אזוי צריך בדיקה אחריו.

וכפי זכרוני האט דער העלמעצער רב האט געשיקט א שאלה פאר סאטמאר רב, צו ער מעג אדער איז מחיוב צו מסדר זיין א מקוה אין א 'קאנסערוועטיווער שוהל' וואס עס איז דאך א בית המינים אין די מעמבערס זענען דאך מינים ואפיקורסים.

אין דער תשובה זעהט מען אז אז דער בעל דברי יואל איז מלא כעס אויף דער שאלה בכלל, מיר זענען דאך מושבע ועומד מהר סיני אויף דיני ערבות , אוןאויב עס איז פערהאנן א מעגליכקייט צו מונע זיין א איד אפילו נאר פון איין עבירה בפרט אזא עוון חמור ווי נדה איז מען מחיוב אלס צו טוהן.

דיין תגובה איז נאך א באווייז אז רוב סאטמורים האבען נישט קיין השגה אין די 'שיטה' וכאילו די גאנצע 'שיטה' באשטייט פון שנאה צו ציונים והנגררים. אין אויב מ'האט איינעם פיינט פארוואס דארף מען זיך 'זארגען' פאר אזא איינעם.

אבל לא כן היה דעת תורה של האדמור מהר"י ט"ב זצ"ל



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/8/2005 18:14 לינק ישיר 

Yohcee
you may not want to hear this, but I commend your קלארע קאפ און שארפע צונג
שירבו כמותך
wassa
you give Satmar a bad name



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/8/2005 18:15 לינק ישיר 

יוחי
שקויח פאר דעם HATS OFF
איך ווער א סעלעבריטי אבער האב נישט קיין מורא, איך בין נאך נישט איבערגענומען פון דעם.
איך האב דאס נאך נישט געזעהן פון סאטמאר רב. וואס יא, איך האב געהערט פון עהרליכע אידען אין ירושלים נאכזאגען פון ר' חיים זאנענפעלד אז אויף מחללי שבת איז נישט דא קיין ערבות. איך האב דאס אויך געזעהן אין עטליכע ספרים, איך געדענק נישט פונקט וואו.
אז דו קענסט צייכענען א פונקטליכער מקור פון רבי'ן הייב איך גלייך הענט.
ומי יבוא אחרי המלך..


"Never argue with an idiot. They drag you down to their level and beat you with experience.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/8/2005 18:23 לינק ישיר 

צבי
If you really thought I gave satmar a bad name you would like me

"Never argue with an idiot. They drag you down to their level and beat you with experience.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/8/2005 23:20 לינק ישיר 

פארגעסט נישט אז רוב קו ירוק כולל רוב מערב ברעג געבן זיי דערווייל נישט צוריק.

די שאלה ווי לאנג זיי וועלן קענען ווייטער שפילן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/8/2005 23:49 לינק ישיר 

דער גאנצער ויואל משה איז געשריבן געווארן כדי צו אויפקלערן דייקא די אגודה און מזרחי, ווי דער רבי שרייבט קלאר אין די הקדמה.

און עס איז קלאר אז דער פראבלעם איז נישט נאר דאס פירן א מדינה מיט א רעגירונג און וואלן.

דאס עצם גרינדן און אנהאלטן אן אויטאנאמיע, צו שרון איז יא אדער נישט מסכים, איז מנוגד צו די יסודות פון דת תורה"ק.

און דעריבער, איז דאס אנהאלטן די התנחלויות, און דאס שלאגן זיך דערפאר, ריין כפירה און מינות.

בנוגע זייער ווייטאג.

צוערשט וואלט איך געוואלט וויסן וויפיל זיי האבן געווייטאגט ווען מען האט אפגעשמד'ט מיליאנען אידישע קינדער אין די לעצטע פופציג יאר.

איך וואלט אויך געוואלט וויסן זייער ווייטאג, ווען זיי האבן געזען ווי אידן ווערן געשלאגן און געהרג'עט ביי פראטעסטן, וואס ביי יענע אידן - די פון וועמען זיי בעטן יעצט סימפאטיע - זענען יענע ענינים געווען פיל וויכטיגער ווי ביי די מתנחלים דער א.ג. "גירוש".

און לבסוף, איז מיר אוממעגליך צו באהאלטן מיין פרייד ווען איך זע ווי די ציונים אליין מוזן אנהייבן דעם פראצעס פון צונעמען די מדינה, און מיר האפן אז בקרוב זאל די גאנצע מדינה ווערן צופאלן - אן קיין שאדן פאר קיין שום איד, אויף א אופן ווי די יעצטיגע ריקצוג, צב"ש - ובא לציון גואל.

עס ווערט אבער יא צוריסן מיין הארץ ווען איך זע מיינע בלאנזשענדע ברידער, ווי זייער גאנצער 'תורה' ווערט צושמעטערט פאר זייערע אויגן, און זיי ווייסן נישט וואוהין זיך צו ווענדן.

דער רבש"ע זאל בקרוב דערלייכטן די אויגן פאר אלע אידישע קינדער, וילמדו תועים בינה, און אזוי וועט מען בקרוב הערן דעם שופר של משיח.

תוקן על ידי - זאליweaky - 11/08/2005 23:56:21



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/8/2005 00:25 לינק ישיר 

מצורף קובץ

"דער גאנצער ויואל משה איז געשריבן געווארן כדי צו אויפקלערן דייקא די אגודה און מזרחי, ווי דער רבי שרייבט קלאר אין די הקדמה"

זאלי דו אויך דארף דערמאנען וועגען דער 'שיטה'??

דא איז א קטע פון דער הקדמה פון ויואל משה רייב דיר נאך אמאהל אויס די אויגען צו ער האט עס געשריבען פאר די וואס ער רופט 'משוחד' און 'נגררים'



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/8/2005 00:59 לינק ישיר 

יוחי.

ווי דו ווייסט בין איך דיר א גוטער פריינט, און נעם געווענליך אן דיינע רעקאמענדאציעס.

אלזא, איך האב זיך אויסגעריבן די אויגן איינמאן און נאכאמאל, און דאס פאלגנדע האבן מיינע אויגן מיר איבערגעגעבן.

כי אם לאנשים מועטים המבקשים עוד לידע האמת, ורק השפעת רובא דעלמא עם כל המפלגות הנגררים אחרי הציונים מבלבלים המוחות, ומהם אפשר עוד להציל נפשות יקרות.

אויב דיינע אויגן זעען עפעס אנדערש, דאן זיי מוחל שיק זיי מיר אריבער...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/8/2005 01:08 לינק ישיר 

דרך אגב: די בריוו צום העלמעצער רב איז איבער א מקוה אין אריזאנא ווי דארט האט מען געקענט ראטעווען דורות ישרים ומבורכים, ווייל עס פאלן דארט אריין ערליכע נישט זייער פרומע ארטאדאקסישע אידן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/8/2005 01:53 לינק ישיר 

מצורף קובץ

זאלי יא דו האסט נישט גריבען גוט.

'ומהם' קען מען ראטעווען אבער 'הם' (מזרחי אגודה)נישט! ווייל זיי זענען 'אינם יכולים להודות על האמת

יא דער אגודיסט וועט דיך לערנען ויואל משה


דער תשובה פון סאטמאר רב איז נישט קיין אריזאנא יענע מקוה איז געוועהן אין YONG ISRAEL און אין יענע שוהל איז אלע מאהל געווען א מחיצה און טוסאן איז נישט א 'עיר גדולה'.

איך לייג דא צו א קטע פון יענע תשובה.(סימן נט)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > התנתקות לשיטת בעל ויאל משה זצק"ל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 4 לדף הבא סך הכל 4 דפים.

bholext