בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

התנתקות לשיטת בעל ויאל משה זצק"ל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-15/8/2005 03:46 לינק ישיר 

די העד ליין'ס אין די נייעס יעצט

http://www.cnn.com/2005/WORLD/meast/08/14/gaza.pullout/index.html

זאלשויןזייןשלום



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/8/2005 04:08 לינק ישיר 

וואס האבען די לעצטע פאר תגובות מיטן שיטת "ויואל משה"?

עס איז דא א באזונדערע אשכול פאר סתם התנתקות נייעס.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/8/2005 04:44 לינק ישיר 

טאקע ווייל עס איז די העדליין news און אלע מידיע אפעראטן איז אינטערסאנט וואס די ענטפער פאר די וועלט דארף זיין

זאלשויןזייןשלום



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/8/2005 06:16 לינק ישיר 

יוחי
פשיטא אז א מומר להכעיס איז נאך מחויב אין כל מצות שבתורה, און איך האב קיינמאל נישט געזאגט אנדערש. דאס איז אבער זיין פריוואטע חשבון מיט'ן אייבערשטער, און ער איז נאך אלץ יצא מכלל ישראל. ע"כ די ערשטע קטע.
וועגען דער צווייטען, ס'קען זיין אז ווען די מזרחיסטען בעטען אונז זיי צוצושטעלען א מקוה זיינען מיר טאקע מחויב. ווי ווייט דאס גייט אן לגבי אנדערע דיני ערבות, און ווי ווייט ווערט געזאגט הלעיטהו לרשע וימות אדער נאך זאכען איז מיר נאך נישט קלאר. איך וויל נישט מטריח זיין אויפ'ן עולם, איז אפשר קענסט דו אריינסקאנען ביידע גאנצע תשובות, נישט נאר די קטעים, ווי אויך סימן נט און מיר דאס שיקען אין אישי.

"Never argue with an idiot. They drag you down to their level and beat you with experience.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/8/2005 06:37 לינק ישיר 

היינט איז מיר פריש אויפגעשווימען דער טייטש פון רביה"ק זי"ע, וואס איז זיכער באקאנט פאר די סאטמארער באזוכער אין דעם פארום.

מען זאגט ביי נחם, "לבי לבי על חלליהם, מעי מעי על חלליהם, כי אתה ה' באש הצתה ובאש אתה עתיד לבנותה".

האט דער רבי מסביר געווען, אז געווענליך אין א לאנד ווען א סאלדאט שטארבט אין קריג, איז ווירקליך א רחמנות אויף די ארומיגע פאמיליע מיטגלידער, אבער עס איז אויך פאראן א שטאלץ און פאטריאטישער געפיל אז דער סאלדאט איז געשטארבן פארן פאטערלאנד, וואס דאס איז פון די העכסטע אידעאלן ביי א גוי.

אבער אויף די אלע סאלדאטן וועלכע זענען געשטארבן ביי די אלע מלחמות איבער די אידישע מדינה, איז ווירקליך א שאד, ווייל מיר וועלן עס דאך במילא קריגן ווען משיח וועט קומען בקרוב בימינו.

און דערפאר איז "לבי לבי על חלליהם", וויבאלד "כי אתה ה' באש הצתה ובאש אתה עתיד לבנותה", איז דאך יעדער חלל א שאד.

ודפח"ח.

היינט ביי נחם, זאגנדיג די ווערטער, איז מיר אויפגעקומען דער טייטש, און איך האב זיך דערמאנט פון די התנתקות.

וויפיל טאטעס און מאמעס באוויינען זייערע קינדער וועלכע זענען אומגעקומען אין דעם קריג ביים אייננעמען די שטחים ???

וויפיל משפחות זענען דורך די יארן פאראומגליקליכט געווארן דורך די טעראריסטישע אקציעס (גענוג צו דערמאנען די שוידערליכע טראגעדיע פון משפחת חטואל, הי"ד) ???

איז דאס נישט אלעס געווען [לכל הפחות] א שאד, אומזינסט און איבריג ???

תוקן על ידי - זאליweaky - 15/08/2005 6:45:26



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/8/2005 01:22 לינק ישיר 

הערט און שטאונט וואו שרון סימפאטיזירט מיט פאלעסטינער אז זיי האבען נישט נארמאלע לעבען'ס ער רעדט איבער די פארמערינג פון די אראבער א זיי (אראבערס פון עזה ) האבען נישט געהריג אווי צו ווינען

האט שרון (לבדיל) אנגעהויבן לערנען ויאל משה?

זאלשויןזייןשלום



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/8/2005 01:23 לינק ישיר 

http://msnvideo.msn.co.il/video/default.aspx?g=48335914-4c46-4d45-88a1-a569aa42b403

זאלשויןזייןשלום



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/8/2005 03:21 לינק ישיר 

ס'איז אינטערעסאנט ווי שרון דערמאנט עטליכע מאל אינמיטען זיין רעדע. אז בעזרת השם וועט זיין שלום. בעזרת השם וועט זיין גיט.
איך ווייס נישט צו ער גלייבט אבער אז ער דערמאנט די שם השם איז שוין א שיינע זאך.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/8/2005 03:27 לינק ישיר 

YANKEES
אויף בעגין ימ"ש פלעג מען זאגען ער האט שוין עובר געווען אלע אנדערע איסורים, ס'האט עם נאר אויסגעפעלט דער ולרשע אמר ה' מה לך לספר חוקי, זאגט ער בעז"ה.

"Never argue with an idiot. They drag you down to their level and beat you with experience.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/8/2005 04:31 לינק ישיר 

בעגין איז נישט געוועהן קיין צדיק אבער 'ימ"ש'?

"אנדערע איסורים"?

ווי ס'איז מיר באקאנט האט ער זיך געהיטן פון עסען טריפה'ס אין נישט מחלל שבת זיין בפרהסיה.

ער האט קיינמאהל נישט גערודפט פרומע אפילו נישט קיין קנאים

איך ווייס נישט ווי דו נעמנט דיין היסטוריה

אוי! איך האב פארגעסען!!

ער איז געוועהן א ציוני ...

איז לאמיר זינגען

וכל המינים כרגע יאבדו .. ציוניסט מזרחיסטן אגודיסטן צו פארניכ....

ווער קען ר' נפתלי אינדיק'ס הימנון?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/8/2005 04:46 לינק ישיר 

יוחי
אז ער איז געווען א מסית ומדיח איז נישט גענוג פאר דיר? וויפיהל פרומע בחורים האט ער פארפיהרט?
וכל המחטיא את הרבים אין מספיקין בידו לעשות תשובה.
יא, ס'טאקע א שיינע ניגון. לאממיר זינגען צוזאמען.
ציוניסטען אגודיסטען מזרחיסטען צו פארניכטען ימח שמם וזכרם

"Never argue with an idiot. They drag you down to their level and beat you with experience.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/8/2005 05:19 לינק ישיר 

התנתקות בילדער אין נוה דקלים היינט פון ערוץ שבע

http://a7.org/news.php?id=121328



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/8/2005 05:33 לינק ישיר 

יוחי.

כ'פארשטיי דיר אינגאנצן נישט.

דו ווילסט איך זאל דיר אנפאנגען אויסרעכענען אלעס וואס די אגודי'סטישע רבי'ס האבן זיך אויסגעדריקט אויף די ציונים ???

בעגין איז נישט געגאנגען קעמפן פון אינעווייניג...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/8/2005 05:38 לינק ישיר 

wassa_dif

פון וואו נעמסטו אז מען מעג זאגען ימ"ש אויף יעדען איד וואס גליסט זיך?
האסטו דען געהערט איינמאל דעם הייליגע בעל ויאל משה זצק"ל רופען א איד ימ"ש אפילו אויף א ציוני דאך זאך אז ער האט נישט אזוי געזאגט

נישט אז איך קום דא מצדיק זיין אדער מיליץ יושר זיין אוף ציונים און אויף מינים. נאר דאכט זיך מיר אז דער בעל ויואל משה האט געווייטוגט באמת צער השכינה און די מצב פון כלל ישראל און ער האט אויף גוויזען דעם אמת על דרך התורה .. אויב פרעגסטו מענטשען וואס זענען דארט געווהען און געהאט די זכיה אים צו הערן. איך גלייב נישט אז דאס איז וואס זיי האבען ארויסגנומען(ימ"ש) פון די גאנצע ויאל משה

זאלשויןזייןשלום



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/8/2005 12:43 לינק ישיר 

איך האב נישט געליינט אלע תגובות אין אשכול, אבער איך וויל שרייבן ערשט מיין מיינונג ווי אזוי דארף מען קוקן ארויס אויף אלע געשענישן.
ברור שלדעת התורה הק' ענין הממשלה קודם ביאת המשיח הוא עוון פלילי, ובפרט שכל המטרה היא להעביר את ישראל מעל אמונתם.
היישוב בתחומים שמעבר ל"קו הירוק" הינה התגרות באומות באופן נורא שהמיט עלינו כבר אסונות גדולים ונוראים.
מסירת שטח בארץ ישראל המיושב ע"י יהודים ליאנם יהודים הוא איסור דאורייתא של "לא תחנם" שלפי רוב דעות נוהג גם בזה"ז.
ברוב השטחים המיועדים לפינוי גרים שומרי תומ"צ, וחלקם הגדול אף שומרים שמיטה כדת ללא מכירה.
ומכאן הקונפליקט הגדול ביחסנו לכל המתרחש, כשמחד גיסא זהו חורבן ממשלת המרידה בה', והפסקת המרידה באומות. אך מצד שני זהו גם איסור דאורייתא, וחורבן של אלפי אנשים מאחינו ובשרינו אף אם טועים הם בענייני דעות החמורים.

לכן לדעתי, צריך להיות עצובים וכואבים את כאב היושבים שם, שזה כאב אמיתי על יהודים תמימים שנעשה להם עולה גדולה, ומצד שני לא להביע התנגדות למהלך, אלא ישב בדד וידום.
וכך אכן נוהגים באר"י רוב ההיימישע אידן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > התנתקות לשיטת בעל ויאל משה זצק"ל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 לדף הבא סך הכל 4 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.