איך בין יעצט שאקיערט. איך האב נאכגעגאנגען עפעס א לינק און געטראפען דארטען בילדער פון מיין חבר'ס יונגערע ברודער, שווימען מיט מיידלאך און אין נאך שיינע בילדער.
מילא, איך בין נישט פון די מענטשען וואס לויפען גלייך צו'ם טאטען צו וואס, אבער מיין שאלה איז צו איך מעג עס שיקען צו א פאר חברים, אדער צו איך דארף עס שיקען פאר זיין ברודער צו נישט.
חברה! זייט געווארנט. ס'א קליין וועלט און ס'ווערט אלץ קלענער.
"Never argue with an idiot. They drag you down to their level and beat you with experience.
נשלח ב-11/8/2005 17:32
װאס האסטו געזוכט אויף א סייט פון בילדער װי עס שװימען מיידלאך. גייעדיג דארט האסטו דאך נאכנישט געװיסט אז די גייסט זען דארט א באקאנטער פנים
נשלח ב-11/8/2005 17:48
איך בין געווען אויף א בלאג. איינער האט מגיב געווען, בין איך איהר נאכגעגאנגען צו איהרע סייט. ס'געשטאנען דארטען בילדער פון MY TRIP TO ISRAEL
איך בין אריין און געזעהן א פאר בילדער פון בחורים מיט מיידלאך, נישט אין גאנצען צניעות'דיג אבער נישט עקסטער פראסט. מיטאמאל זעה איך א בילד ווי ער האלט א שיקסע ביי די האנט. האב איך שוין ווייטער געמישט די אלבום ביז איך בין אנגעקומען צו אזא בילד..
"Never argue with an idiot. They drag you down to their level and beat you with experience.
"Never argue with an idiot. They drag you down to their level and beat you with experience.
נשלח ב-11/8/2005 19:42
you are missing the point, איך האב ג'מיינט אויב ס'וואלט געווען וואלסטו געוואלט???
קאפיש?????
נשלח ב-11/8/2005 19:59
you are missing the point
ערשטענס אמאל ווער זאגט אזא איינער קומט מ'זאל בארעכענען מיט עם?
צווייטענס, מיין שאלה איז צו ס'דא א דין לשון הרע ווען ס'שוין נתפרסם געווארען אויפ'ן וועב?
דריטענס, איך קלער עס נישט צו שיקען פאר די גאנצע וועלט. די שאלה איז צו איך מעג עס שיקען צו א פאר חברים וואס קענען עם.
"Never argue with an idiot. They drag you down to their level and beat you with experience.
נשלח ב-11/8/2005 22:00
אין מיין אז עס גייט אריין אין דעם כלל פין "ארור מכה רעהו בסתר"
BTW וואספארע גיטע בלאגס האסטו ליב צי ליינען???
נשלח ב-12/8/2005 02:27
איך האב נישט קיין עכט גוטע בלאגס.
איך האב אויסגעקליבען א פאר נישט ווער ווייסט וואס און געהיטען אין פייוואריטס. אזוי אמאל צוויי א טאג געב איך א בליק אריין.
פארראכטען צוליעב א מיספארשטענדניס
"Never argue with an idiot. They drag you down to their level and beat you with experience.
תוקן על ידי - wassa_dif - 12/08/2005 2:43:02
נשלח ב-12/8/2005 02:31
i won't argue with an idiot, איך וויל דיר נאר מעורר זיין, אז ווי ס'שיינט מיר פון דיין לעצטע תגובה, ווייסטו נישט פשט פון דעם פסוק "ארור מכה רעהו בסתר".....
"Never argue with an idiot. They drag you down to their level and beat you with experience.
נשלח ב-17/8/2005 02:15
דער הייליגער חפץ חיים רעכנט אויס איינס פון די לאווין פון לשון הרע "ארור מכה רעהו בסתר".
צופירן איינעם צו א סייט וואס באשמוצט איינעם באיזה אופן שהוא, איז ריכטיג בגדר לשון הרע און מלבין פני חבירו (אויב קען דער באטרעפנדער אויסגעפינען דערפון).