בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

אסיפת הרבנים מיט מיאר בלומענבערג -מציצה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-30/8/2005 02:19 לינק ישיר 

דאס איז די אנהייב פון די תוצעת און די מעגליכע נאכװײען פון דעם אומפאראנטװארטליכן איבערקערעניש װאס מען האט געמאכט אויף מציצה בפה נאר כדי צו ראטעװען הרב פישער'ס דשאב.
מען האט מעגליך ריזיקירט דעם גאנצען מצוה מציצה בפה װײל איין עלטערע מוהל זאל קענען װײטער זיין א מוהל!!
װעמענס אחריות איז דאס? האט זיך דאס געלוינט?
לאמיר האפן אז דאס זאל נישט װערן קיין גרעסערע אויפרידעריי װי עס איז שוין



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/8/2005 03:04 לינק ישיר 

משפיע, די אידישע היסטאריע איז מחולק מיט דיר, פארקערט עס ווייזט אז די היינטיגע גדולים גייען אין שפאן גענוי ווי די אמאליגע גדולים אין אלע דורות האבן געטוהן בשעת הגזירה.
אויב עפעס מאכט אנטיסעמיטיזם, איז עס די מדינת ישראל מיט די מתנחלים, וואס רייצן זיך מיט די גויים. די שיינע קארס און הייזער, וכדו, דאס רייצט זיי אויף. און ביי די געלעגנהייט פון מציצה האט ער געטראפן פלאץ צו שימפן אויף אלעם וואס די וועלט שטייט. פארשטאנת?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/8/2005 03:43 לינק ישיר 


בןמלך

האק נישט אין טשייניק!

אין דעם ארטיקעל זעהט מען נישט קיין טראפ אנטיסעמיטיזם!

מ'זעהט יא, א געלונגע שרייבער, וואס האט זיך פארעקעלט פון רעליגיע!

און די וועג ארויס, איז נישט מיט 311 קאללס!

די וועג ארויס, דארף זיין מיט אמת'ע אויפריכטיגקייט, נישט מיט חוצפה קעגען די אינסטאנצען!

די סאטמארע די, האסט פארגעסען אז מיר זענען אין גלות?

לאז אפ די מתנחלים!

די רעדסט ווי א גלאטע אמאליגע אנטיסעמיט, וואס אלע זיינע פראבלעמען אין לעבען, איז געוועהן די דזשידאקעס!





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/8/2005 05:47 לינק ישיר 

מיר שמעקט נישט אז לגבי דער מוהל פישער איז נאך נישט ארויס געקומען קלאר אז ער האט נישט קיין הערפיס.

פארוואס????


וואס גייט דא פאר?



עס איז אמת אז מען וועט ווייטער מאכען מציצה בפה אפילו אויס עס וועט זיין א געזעץ, אבער, ווער וועט עס טוהן?
דער מוהל?

איך בין שטארק מסופק.

לכאורה וועט דער טאטע עס אליין מוזען טוהן, און טאמער ער וועט נישט קענען, מחמת מיאוס וכדומה, וועט מען מוזען טרעפען א מצוה פארשוין, און מי יודע וואס וועט טאקע ארויס קומען.
אפשר וועט מען מייחד זיין א מענטש וואס ער וועט זיין דער מוצץ קבוע אין יעדער קהלה!!


תכלית הדברים, אויב וועט זיין א געזעץ קעגען מציצה בפה, וועט בכלל נישט זיין קיין פיקניק, טאמער וועט א קינד קראנק ווערען, און מען וועט אנהייבען פייניגען די עלטערען, און מען וועט נאר איינעם אוועק נעמען די קינד ווייל ער האט "עובר" געווען און געלאזט מאכען מציצה בפה, וועלען שוין אסאך מענטשען נישט וועלען מאכען.

פלוצלינג וועלען ברית'ן געמאכט ווערען ביחידות, נישט אין ביהמ"ד, און פלוצלינג וועט נישט זיין מער קיין מוהלים.


דער עולם כאפט נישט עד היכן הדברים מגיעים, מען דארף איינצורייסען ביים רבון כל עולמים, ווי עס זעהט אויס איז גאר א שטארקע קטרוג אויף אונז נוי יארק סיטי אידען, ווער ווייסט פארוואס?





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/8/2005 06:30 לינק ישיר 


באראפארקער די סובה פין די קטרוג איז זיכער ווייל אידן זענענן
מוחה שלא לשם שמים קעגן פרויען וואס גייען פריצותדיג
ווי די ערווענסט כסדר



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/8/2005 20:04 לינק ישיר 

זשיד, איך פיל מיך "גע'האנערט" אז דו באטיטלסט מיך סאטמארער, אמאל האט עמן יעדן איד מיט בארד און פיאות אין אמעריקא באטיטלט מיט דעם טיטל. אבער דו דארפסט מיך בלויז געבן איין קוק אן וועסטו לאכן וויאזוי דו קענסט מיך רופן סאטמארער. השקפות האב איך זייער נאנט צו סאטמאר, אפילו איך וואוין אין א קאלטן בארא פארק, ווי די שיטות זענען נישט צו שטארק וועלקאם.
בנוגע לענינינו, קומט אויס אז איך בין אן אנטיסעמיט, ווייל איך האב געהאקט אויף דעם גוי קריסטאפער האטשינס, אויך האב איך אוועקגעמאכט די צודרייטע מתנחלים. משא"כ פרומע אידן און ערליכע אידן האב איך ליב.
און דו וואס דו שימפסט אלעמאל אויף אלע היימישע אידן, און אויף דעם מנוול און אנטיסעמיט האטשינס, טרעפסטו בלויז לימודי זכות, איז עפעס נישט ארדענונג...
איך מיין דיך נישט צו בארירן פערזענליך, אבער
better check it out...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/8/2005 20:18 לינק ישיר 

בארא פארקער, עס איז קלאר יא באשטעטיגט געווארן דורך עטליכע דאקטוירים און לאבאראטאריס אז הרב יצחק אהרן פישער האט נישט קיין עקטיוו הערפיס, אויב וואלט ער געהאט עקטיוו הערפיס וואלט ער געקענט זיין אויסגעשטעלט צו קרימינאלע קלאגעס, אזוי ווי דער קאנסערוואטיוו ראביי פון מאנסי וואלט ווען געוואלט.
די נושא איז בנוגע "אנטי-באדיס" וועלכע געפונען זיך אין א מענטש אויב האט ער שוין אמאל בחייו געהאט הערפיס, וואס דאס איז פארהאן ביי גאר א גרויסן פראצענט מענטשן. אין אנדערע ווערטער, די רשעים האבן זיך געטראפן א שטרוי אין וואס אנצוטשעפען. וה' הטוב ירחם.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/8/2005 21:39 לינק ישיר 

בןמלך

גוט אז די זאגסט דאס דא.

אויב עס איז דא אזא בריו פון א דאקטאר אפשר קען מען עס ארויפלייגען דא אויף היידפארק, ויסכר פי דוברי שקר?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/8/2005 22:52 לינק ישיר 

כ'זעה אז די סאטמורים אין אמעריקא, וועלכע זוכען שויך לאנג א "מסירות נפש" נושא, האבען עס ענדליך געפונען: מציצה בפה!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/8/2005 01:56 לינק ישיר 

יעדע ערליכע מערכה וואס איז נוגע אידישקייט, און טאקע דא אין אמעריקא, נישט דוקא ביי האלבע גויים אין אוקראינע, אדער דרום אפריקא, געהערט דאס צו "סאטמאר"? אויב יא איז דאס גאר א שיינע קאמפלימענט פאר סאטמאר.
איך קען גרויסע ריזיגע קהילות, וואס נישט נאר זיי בויען נישט קיין אידישקייט אין אמעריקא, נאר זיי זענען מקריב די אייגענע קינדער, און ביי די זעכצן זיבעצן יאר - אנשטאט זעצן זיי לערנען תורה, גמ' תוס', - שיקט מען זיי אויף הפקר צווישן גויים און גויטעס בארבע כנפות הארץ צו ראטעווען און מחזיר בתשובה זיין אנדערע אידן.
אפשר איז דאס די ריכטיגע וועג, און אפשר פעלט טאקע אויס ביידע, כל ישראל ערבים זה לזה, און איינער דינט דעם אויבערשטן אויף דעם וועג און איינער אויף דעם וועג.
אבער דאס גיט נישט קיין רעכט חוזק צו מאכן פון אלעם הייליג, וואס איר האט נישט די זכי' אנטייל צו נעמען, ווייל עס אינטערעסירט ענק אפשר ווי די פאריעריגע שניי..



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/8/2005 03:18 לינק ישיר 

"מיר" האבען פונקט אזוי אנטייל גענומען ווי איר



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/8/2005 06:43 לינק ישיר 

צבי, סליחה!
אמת ענקערס א ראש ישיבה איז טאקע געווען ביים מעיאר. נו, וואזשע פרואווסטו צו חוזק'ן פון די מערכה??
דאס איז באמת א פאראייניגטע מערכה פון פיל שיכטן און קרייזן, ווייל דאס איז נוגע יעדן. און מ'דארף דאס מחזק זיין בכל הכח.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/8/2005 08:55 לינק ישיר 

הרב שוויי וואס איז געווען דארט איז פון די משיחסטען.

אין אנדערע צייטען שרייט צבי אז יענער איז פאר דעם נישט קיין ריכטיגער חבדסקער.

אבער היינט נעמט ער קרעדיט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/8/2005 20:23 לינק ישיר 

נו ווי איז דער בריוו פין דער דאקטאר?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/8/2005 20:51 לינק ישיר 

באראפארקער

איך פארשטיי אז זיי דארפען לייגען א ראפורט פון א דאקטאר אז ער האט עפעס.

נישט אזוי?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > אסיפת הרבנים מיט מיאר בלומענבערג -מציצה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 לדף הבא סך הכל 4 דפים.

bholext