פונקט לכבוד דעם גרויסן "יום טוב" פון חורבן בית המקדש...
נשלח ב-12/8/2005 03:37
כלל ישראל ווינטשט אסאך הצלחה פאר די וואס וועלען זוכה זיין אהערצושטעלן היימישע אויסגעהאלטענע מאוויס. און דורך דעם וועט אויסגערוימט ווערן די נישט היימישע מאוויס ממחנינו.
נשלח ב-12/8/2005 06:09
גאנץ פיין
נשלח ב-12/8/2005 14:34
נישט שלעכט,
אבער ביטע רעד נישט אין נאמען פון כלל ישראל
כלל ישראל דארף נישט קיין אידישע באמישע מאויס, נישט די און זיכער נישט די ארגערע
דאס איז א פרישע משוגעת וואס יעדער שרייבערל רעדט שוין אין נאמען פון כלל ישראל
ד.ה. אזוי ווי עס וועט דאך דאס נישט געשען במילא קען די ברכה נישט חל זיין
נשלח ב-12/8/2005 15:22
כורמיזא, דו זאגט שטענדיג גוט, זאגסט נאר צו ווייניג
נשלח ב-12/8/2005 16:47
דער מציאות אין די לעצטע 200 יאר האט טאקע באוויזן, אז ווי מער מען האט אדורכגעבראכן די חומה פון אידישקייט, אלס מער האט אידישקייט געבליט...
אויך דארף מען זען אז די היימישע ווייבלעך זאלן זיך אנטון ווי די גרועים שבאומות, אז די מענער זאלן ח"ו נישט נכשל ווערן אין מאנהעטן מיט ראייות אסורות.
די ליסטע פון די סארט "אויפטוען" איז נאך א לאנגע, אבער מיר וועלן דאס שוין איבערלאזן פאר די מנהיגים פון כלל ישראל וועלכע האבן איינגעזען די וויכטיגקייט פון צושטעלן היימישע טעאטער'ס על טהרת הקודש...
תוקן על ידי - allnewspic - 12/08/2005 20:31:35
נשלח ב-12/8/2005 17:53
וכדוגמת די אמאליגע גדולים וואס האבען געבראכען חומות הדת (לדעתך...), מיט דעם אויפשטעלען בתי חינות לבנות, און צייטונגען על משמרת הקודש (איך רעד פארשטייט זיך נישט וועגען די איד און בלאט).
בהוקרה,
דזשיד
נשלח ב-12/8/2005 18:06
דזשיד שטארק געזאגט!
אינגערמאן, דאס וואס דו שרייבסט אז עס איז א פרישע משוגעת אז א שרייבערל שרייבט אין נאמען פון כלל ישראל, וויל איך דיר זאגן אז עס איז נישט קיין פרישע משוגעת, עס גייט שוין אן יארן אין "דער איד" און לעצטנס אויך אין "דער בלאט". ווי עס זיצן אפאר שרייבערלעך און ווערן דער שופרה של יהדות החרדית.
נשלח ב-12/8/2005 18:07
אזויפיל רעאליסטישקייט אין איין אשכול אז די בת היענה'ס האלטן עס נישט אויס
נשלח ב-12/8/2005 18:45
יא יא.
ווען דער סאטמארער רב, אדער אנדערע גדולי ישראל וואלטן יעצט אפגעמאכט אז מען דארף ארויסקומען מיט א אידישע מואווי, החרשתי.
אבער ווען מורינו ר' זשיד פון היידפארק, און ווער ווייסט נאך וואספארא שמות הנרדפים באשליסן אז כלל ישראל איז שוין גענוג פארדארבן פאר זייערע פלענער, קומט מען אן וואו מען קומט אן.
איך ביי מיר בין כמעט הונדערט פראצענט, אז מורינו ר' זשיד וואלט נישט געמאכט קיין שותפות אין סיי וואספארא ביזנעס מיט די וועלכע האבן פראדוצירט די מואווי...
דו האסט עפעס א הוא אמינא, אז די נעקסטע מואווי'ס (אפשר שוין די יעצטיגע, ווער ווייסט ?) וועלן נישט פיטשערן קיין פרויען ?
און טאקע ענליך צו די דאזיגע וועלכע מען נוצט אין האליוואוד ?
משיח זאל זיי אודאי מקדים זיין.
נשלח ב-12/8/2005 19:42
לאמיך רעדן פונעם פינאנציעלן חלק.
ווי איך זע פונעם טרעילער האבן די חברה משקיע געווען אסאך געלט. קוקטס אויף די טייערע הייזער און קארס און פאליס קארס וואס זיי האבן געדינגען פאר דעם צוועק, און דער קאר און דער ווען וואס זיי טאטעלען ביים סוף פונ'ם טרעילער.
מיין שאלה איז: וועט זיך זיי דאס אויסצאלן?
איך קען דאך מיינע אידישע ברידער, די וואס רעדן היימיש-אידיש, און איך ווייס אז די גרעסטע רוב פון זיי קוקן נישט קיין פילמס, און די וואס קוקן יא וועלן נישט ארויסנעמען 20 אדער 30 דאלאר פון טאש צו קויפן א פילם. זיי וועלן עס ענדערש בארגן איינער פונעם אנדערן.
אגב, ס'איז שוין ארויסגעקומען א פילם אין אידיש מיט עטליכע יאר צוריק דורך איינס פון די זעלבע קאמפעניס וואס פראדוצירן די חרדי'שע פילמס אין עברית, (זיי האבן גענומען חסידישע יונגעלייט פון לאנדאן און צוזאמען מיט זייערע עברית-רעדנדיגע עקטארס פון ארץ ישראל און געמאכט א מישמאש) אבער ס'האט זיך נישט גוט אויסגעארבעט.
די גרעסטע ראי' אז ס'איז נישט געווען קיין סוקסעס איז אז זיי האבן קיינמאל נישט ארויסגעגעבן נאך איינס.
דער נאמען פון יענע פילם איז געווען "דער פארלוירענער זכרון".
נשלח ב-12/8/2005 19:43
אגב, קען איינער די יונגעלייט וואס עקטן אין דעם אידישן פילם.