|
|
| נשלח ב-12/8/2005 19:45 |
|
| |
איך גיי שרייבען צי דער מאווי איז בעצם א גוטע זאך צי נישט (קלאר חזיר טרייף) נאר וועגן דעם מאווי אליין.
די עקטארס מאכען דעם טעות פון זיך פארשטעלען אויף א מאווי אין די זעלבע וועג ווי זיי וואלטען זיך פארגעשטעלט אויף א שפיל.
די וועלטען פון theatre און די פון cinema האבען א יסוד'יסדיגע חילוק אינעם פארמאט פון די עקטען. אויפען stage דארף מען עקטען אויף אן אויפען וואס מען געט זיך איבער פאר אלע נמצאים (project yourself), משא"כ אויף א מאווי דארף דער עקטאר זיך אויפפירען נאטירלעך און אינגאנצען איגנארירען דעם קעמערע. דאס אויפכאפען געהעריג דעם פנים פונעם עקטאר וכדו' איז דער אויפגאבע פונעם דירעקטאר און פון די קעמערע-מען.
ווען עקטארס אויף א מאווי פראבירען צו 'עקטען' אנשטאטס זיך פירען נאטירלעך באקומט די מאווי א forced געפיהל און עס פאלירט די גאנצע טעם.
דרך אגב, אלע 'היימישע' מאוויס אויף עברית (עכ"פ ביז פאר א פאר יאר צוריק) האבען דעם פראבלעם.
תוקן על ידי - A_Jew - 12/08/2005 19:46:10
|
|
|
|
| נשלח ב-12/8/2005 20:10 |
|
| |
Yosel Grossman From monsey is peretz
Yedel nieman from monsey
Mendy kirch from monsey
|
|
|
|
| נשלח ב-12/8/2005 20:12 |
|
| |
די יונגעלייט זענען אלע פין די עיר התורה מאנסי
גראסמאן
הערשקאוויטש
ניימאן
קירש
גרינבערג
מינץ
|
|
|
|
| נשלח ב-12/8/2005 20:22 |
|
| |
קאהן
police officer andy dale
ramapo
|
|
|
|
| נשלח ב-12/8/2005 23:09 |
|
| |
זיסקייט
דאס וואס דו זאגסט אז די גרעסטע ראי' אז מען מאכט נישט קיין געלט, איז פון דעם אז די פראדוצירער פון "פארלוירענעם זכרון" האבן נישט ארויס געגעבן נאך איינס. וויל איך בארייכערן דיינע ידיעות, אז דער יעצטיגער פילם "א געשעפט" איז טאקע פון די זעלבע חברה.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/8/2005 00:20 |
|
| |
A_jew
ביזט 100% גערעכט.
מען זעט עס זייער בולט, ווי די עקטערס קוקען כסדר צו די קעמערע, - פארגעס נישט, אז אין די preview פון קוים איין מינוט לאנג, ווי מען פרובירט צו ווייזן די בעסטע שטיקלעך אז עס זאל כאפן דאס אויג אדער הארץ זעט מען עס שוין.
עס טשארצט קלאר ארויס די אומנאטורליכקייט, עס מאכט עס שטארק אומפראפעסיאנאל, אויסער די פארשטעלכצער וואס מאכט עס אויסזען ווי א פלעי פון, אדער פאר קינדער, אדער העכסטענס ווי די היימישע פלעיס, אבער זיכער קען מען עס נישט פארגלייכן צו א האליוואוד מאווי.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/8/2005 01:23 |
|
| |
כבין מסכים אז סאיז נישט קיין עולה סאיז סך הכל כשרע ענטערטעינמענט און סדארף זיין פון דעם אויך, סמיינט נישט אז א חסידישער יונגערמאן מוז עס קויפן, גראבייס טוט דאס שוין יארן אין ארץ ישראל מיט אסאך הצלחה
ווען מוזיק טעיפס זענען ארויס געקומען האט מען אויך פארפירט, במציאות קען מען היינט נישט אן דעם, און יעדער היט זיין שטוב וואסערע יא אריין צו נעמן און וואס נישט
וועגן די עצם עקטינג דארף מען זען די גאנצע זאך צו קענען אנאליזירן אבער כבין נישט באזארגט ווייל צו פראפעשענל איז עס מסתמא סיי ווי נישט, נאר אזויווי די פלעיס די לעצטע פאר יאר, זייט שלמה פערל האט זיך אפגעלאזט דערפון איז נאך נישט געווען קיין מענטשליכע פראדוקשען, און אז מוויל זיך לערנען וואס הייסט עקטן דארף מען זיך לערנען פון שלמה פערלס דירעקשן ביי המלאך הגואל, פיני פריעד האט דארט געבראכן רעקארדס
חלק פון די טענות וואס מהאט דא ארויפגעברענגט איז ממש נעריש, אבי ממאכט דערפון א גאנץ געשעפט..
|
|
|
|
|
| נשלח ב-16/8/2005 08:09 |
|
| |
מה בסיכוי שלהם להרוויח?
האם מכת ההעתקות לא יהרוס את הסיכוי לרווח?
|
|
|
|
| נשלח ב-16/8/2005 12:58 |
|
| |
נו איך ווארט שוין אזוי לאנג ווי קען מען עס קויפן ???????? אויב עס איז שוין דא
|
|
|
|
| נשלח ב-17/8/2005 01:17 |
|
| |
יעצט פארדינט שוין מאנסי ריכטיג דעם נאמען "עיר התורה"...
|
|
|
|
| נשלח ב-17/8/2005 17:46 |
|
| |
זיידיאנטשי שרייבט:
זייט שלמה פערל האט זיך אפגעלאזט דערפון
דאכצעכמיר אז עס איז נאך נישט דא קיין אשכול דערוועגן, אויב נישט וואלט מען שוין געמעגט מאכן.
שלמה פערל מאכט נאכמאל א "יוסף שפיל" דעם קומענדיגן חול המועד סוכות. ליפא שמעלצער וועט זיין יוסף.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/8/2005 00:46 |
|
| |
על ראשון ראשון.
איך האלט אז דער מאווי און בכלל דער רעיון פון 'כשר'ע מאוויס' איז חזיר טרייף. איך נוץ נישט סתם דער לשון חזיר טרייף, נאר אזוי ווי חזיר פושט טלפיו (הנקרא בלשוננו כשר חזיר פיסל) אזוי איז דער גאנצע רעיון פון כשר'ע מאוויס מקורו ביים סטרא אחרא. דאס קוקען אויף מאוויס איז מנוגד צו יודישקייט (ועוד אאריך בעזה"י) און דאס נוצען היימישע יודען און קלאמפיש מאכען א 'יודישע' storyline איז בבחינת מטהר את השרץ - עס קען נישט ווערן טהור.
איי וואס איז מיט די מענטשען וואס קוקען יא אויף מאוויס, איז נישט בעסער אז זיי זאלען זעהן א 'היימישע' מאווי? דער תירוץ איז אז ווילאנג זיי פארשטיין אז זיי טוהן אן עבירה מיטען קוקען איז נאך דא א האפענונג אז זיי וועלן תשובה טוהן, משא"כ אויב 'טוהן זיי גארנישט שלעכט' וועלן זיי קיינמאל נישט תשובה טוהן און נישט אויפהערן.
מיינע ידיעות אין די חילוקים צווישען plays און films, און בכלל דאס וואס איך וויס בנוגע עקטען, נעמט זיך פון דעם וואס איך האב מיר אביסעל אריינגעטוהן אין דעם נושא פון עקטען ווייל איך האב שוין געטוהן דערין. איך האב שוין directed אפאר שפילען און געשפילט אפאר מאל, ע"כ האב איך זיך אביסעל אינטרעסירט אין technique.
חוץ מזה, אודה וגם אבוש אז ביז פאר א שטיק צייט צוריק פלעג איך קוקען אויף הוליווד מאוויס (אויפען קומפיוטער, נישט חלילה אין א cinema), אבער, ווי איך האב שוין מקדים געוועהן, איך האב אלעמאל געוואוסט אז איך באגיי אן אומרעכט.
דער סיבה פארוואס איך האב אויפגעהערט קוקען איז ווייל איך האב שוין נישט געקענט שפירען קיין טעם אין קיין שטיקעל גמרא אזוי ווי אמאל. נישט ווייל איך האב געטראכט פונעם מאווי בשעת'ן לערנען, נאר פשוט ווייל די תורה הקדושה קען נישט רוהן בכפיפה אחת מיט א מאווי. והדברים ידועים ואכמ"ל.
איך האב געהערט א משל פון מורי ורבי ר' שמשון פינקוס זצ"ל אז אן ארימאן האט געהאט א רייכע פעטער וואס האט חתונה געמאכט. א גאנצע טאג האט דער ארימאן געפאסט כדי צו האבען אן אפעטיט ביים חתונה. לפנות ערב איז ער אבער געווארען הונגעריג האט ער זיך געוואשען און געגעסן אביסעל ברויט מיט צוויבעל. שפעטער ביים חתונה האט ער זיך באקלאגט אז דער גאנצע סעודה האט א טעם פון צוויבעל. 'דו נער' האט מען איהם געזאגט, 'אז דיין מויל האט א טעם פון צוויבעל האבען די בעסטע מעדנים נישט קיין טעם.'
'וואס א טעם', האט ר' שמשון ממשיך געוועהן, 'קען האבען א בלאט גמרא נאך א New York Times?!'
איך ווייס אז עס ליינט זיך אפשר כאילו איך בין זיך מתחסד אבער אויפען אינטערנעט, בעילום השם, קען איך דאך שרייבען דעם אמת.
דער אויבערדערמאנטע טעם איז שייך אפי' ביי 'היימישע' מאוויס. דאס קריכט אריין אין קאפ און רייסט דעם מענטש אוועק בכוח פונעם תורה און פונעם רבש"ע. און, ווי פריער דערמאנט, ווען דער מענטש פארשטייט בכלל נישט אז ער טוט עפעס נישט גוט וועט ער קיינמאל נישט תשובה טוהן.
בכלל, דאס מאכען א שיטה אז עס איז מותר כדי נאכצוגיין די תאוות האט א ספעציעלן גרויל. נישט גענוג אז דו ביזט א בעל עבירה ווילסטו נאך אויסרייסען די תוה"ק? לאז כאטש די תוה"ק כהוויתה יהא און טוה אפ כל דבר אסור, אבער מאך נישט צוליב דעם קיין נייע תורה.
עס איז דא א ווערטעל אז א פרייע האט דעשיקט זיין זוהן לערנען אין א קריסטליכע סקול מיטען נאמען Trinity School. נאך אפאר טעג קומט זיין זוהן אהיים און זאגט, 'Dad, you know what trinity means? It means the Father, Son....' דא האט זיך דער פאטער צובייזערט און געשריגען, 'There's one God and we don't believe in him!' דהיינו, איך טוה נישט גוט און איך ווייס אז איך טוה נישט גוט אהבער קום מיר נישט פארדרייען א קאפ אז עס איז באמת יא גוט.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/10/2005 16:56 |
|
| |
When is it coming out???????????
|
|
|
|
| נשלח ב-28/10/2005 22:22 |
|
| |
any day
|
|
|
|
|