בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

לאנגע פיאות - וואלענע ציצית אויפ'ן העמד

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-12/8/2005 23:24 לינק ישיר 
לאנגע פיאות - וואלענע ציצית אויפ'ן העמד

איך באמערק לעצטענס אלץ מער די ערשיינונג פון חסידישע יונגעלייט וואס לייגן אוועק-ארויף-ארונטער די פיאות אדער שניידן דאס גאנץ קורץ און דער טלית קטן ווערט איינגעטוישט אויף א קאטאן ציצית אונטערן העמד.

איך האלט אז לאנגע פיאות מיט א וואלענע ציצית אויפ'ן העמד איז א גדר, דו ביזט א חסידישער איד, דו קענסט זיך נישט דרייען אין די מבואות המטונפות, יעדער קוקט אויף דיר, עס פאסט דיר נישט צו טוהן פארשידענס.

מה שאין כן אז מען איז משנה, מען פארשטעלט זיך, מען ענדלט מער צום מאדערנעם איד, מען איז נישט אזוי אויפפאלענד, דאס מיינט אז מען וויל אריין פאסן און געפעלן ערגעץ אנדערש

ביי אונז אין ראדני, קענסטו גיין מיט'ן געלן טלית קטן און צולאזטע פיאות, פארוואס דען באהאלטסו דאס?

ביזט א היפאקריט, ביזט נישט קין מאדערנער איד, האלסט זיך פרומער און מער ווי זיי, אבער ביזט אפילו שוואכער פון זיין אין געוויסע זאכן

און אפילו לו יהא אז דו טוסט דאס נישט דוקא ווייל דו ווילסט גיין ערגעץ ווי דו דארספט דיך נישט דרייען,

אבער דו פארלירסט א גדר און א שמירה.

דעריבער בעט איך אייך בלייבט מיט די לאנגע אראפגעלאזטע פיאות, און טראגט א גרויסן טלית קטן ציצית אויפ'ן העמד, א געלע-ציצית איז נאך בעסער,

שעמט אייך נישט מיט די אידישקייט!



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/8/2005 23:32 לינק ישיר 

ווי ארבעט ער?

אין ראדני קען ער גייט ציצית אינדרויסען, אין ארבעט אויך?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/8/2005 01:04 לינק ישיר 

יא

א לבוש איז א גדר

א דאנק מיין לבוש בין איך נישט אנגעקומען אויף אסאך פלעצער וואס מיינע חברים האבן מיך געשלעפט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/8/2005 01:11 לינק ישיר 

אינגערמאן ביסט נישט מער ווי גערעכט די יונגווארג פארגעסט היינט דעם ענין פון שלא שינו את הלבוש ממיינט אז סמיינט די פרויען דוקא

אפשר איז דאס איז די פראבלעם אויך דא אויף היידפארק אז קיינער גייט דאך דא נישט מיטן לבוש די איינציגסטע זאך וואס האלט נאך צוריק איז שלא שינו את שמם, אבער געוואלד! א ניק קען מען דאך יא טוישן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/8/2005 06:13 לינק ישיר 

ליידער מ'שטערט זיך שוין נישט אנצוקומען אין קיין שום פלאץ, און איך מיין טאקע קיין שום פלאץ מיט די וואלענע טלית קטן און צעפלאזשעטע פיאות.

"Never argue with an idiot. They drag you down to their level and beat you with experience.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/8/2005 07:29 לינק ישיר 


אינגערמאן ידידי,

<ביזט א היפאקריט, ביזט נישט קין מאדערנער איד, האלסט זיך פרומער און מער ווי זיי, אבער ביזט אפילו שוואכער פון זיין אין געוויסע זאכן>

ס'איז פארשטייט זיך דברים הנוקבים לעומקא דליבא.

איך שטעל זיך אבער פאר אז דער פסוק האסטו געשריבען לפי דיינע הרגשים, אז די האלטס דיך פרומער און מער ווי "זיי"...

איך בין ב"ה נישט נתחנך געווארען אין סאטמאר, און ממילא האב איך ב"ה נישט דער סארט הרגשים.

לאמיר זאגען אז די ביסט יא גרייט צו גיין ווי אימער מיט דיין וואלענע ט"ק איבער די העמד, און אפילו גרייט נישט אויסצוטוהן דיינע שמונה בגדים ווי נאר די ווילסט זיך דרייען,

ביסטו פארדעם עפעס "מער" בנוגע אידישקייט ווי דיין ברודער וואס האט פשוט באקומען א אנדערע חינוך אין וואס יהדות באדייט ווי דיר?

האט ער דען מוותר געוועהן עפעס אין יהדות פון וואס רבותיו ואבותיו האבען "איהם" געלערענט?

ולעניינינו, האבען אונזערע עלטערען דען געטראגען די "וואלענע ט"ק" איבערען העמד בשעה וואס זיי האבען גע'ארבעט אין שווערע היצען צו ציווישען גוים?

דאס אז מ'איז היינט משנה להקל, איז א פאנטאזיע שאין כדוגמתה!

דער פארקערטע איז אמת, אין חיצוניות זענען מיר אסאך מער "פרום", ווי סיי וועלכע תקופה אין יהדות.

וכבר אמר החכם, די חילוק פון היינט ביז אמאל, איז נאר איין קלייניגקייט.

אמאל האט מען גאר שטארק מקפיד געוועהן נישט עובר זיין אויך א ל"ת,

היינט איז מען גאר שטארק מהדר מקיים זיין מ"ע.

ודוק.




בהוקרה,
דזשיד



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/8/2005 23:25 לינק ישיר 

דזשיד, עס זעהט אויס ווי דו האסט דיר גענומען א מיסיע צו אטאקירן סאטמאר אין יעדן אשכול

דער ענין פון לבוש איז א גדר לכל הדיעות, און טאקע ווייל אונזער חצוניות איז מער ווי אונזער פנימיות פעלט דאס נאך מער אויס ווי אמאל.

יא, מיר זענען ערליכער אין אסאך זאכן ווי די מאדערנע יודן, מיר גייען אנגעטוהן אידישער, די צניעות ביי נשים איז ביי אונז פםיל שענער, כאטש ס'קען נאך נוצן א תיקון, און מיר זענען סאך מער מובדל פונעם גוי ווי זיי

זיי האבן געוויסע מעלות בעסער ווי אונז, איז אויך ריכטיג, אבער לענינו איז דאס נישט נוגע,

דיר צו מסביר זיין דעם חילוק, איז ווען א חסיד טוט אויס זיין שטריימעל איז ער א שייגעץ, אבער א ליטוואק צו א מאדערנער וואס טוט אן איז א משוגענער... פארשטייסט?

לענינו א חסידישע יונגערמאן וואס באהאלט די פיאות און די ציצית איז דאס ראנג!




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/8/2005 23:39 לינק ישיר 

קוק נאך די גאר אלטע בילדער פון אונגארען און פולין פאר הונדרט יאר צוריק וועסטו זעהן אז א בעל בית איז ביי די ארבעט געגאנגען אנגעטון ווי א ארבעטער.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/8/2005 00:11 לינק ישיר 

אינגערמאן
ווילסט איך זאל דיר אויסרעכענען וואס פארא פלעצער מ'האט שוין געזעהן יונגערלייט מיט ווייסע זאקען? אדער כאפ א שפאציער אויף נארטסייד

"Never argue with an idiot. They drag you down to their level and beat you with experience.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/8/2005 00:27 לינק ישיר 

קענסט רעכענען,
אבער פון ווי ווייסטו, דו דרייסט דיך דען דארט?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/8/2005 00:54 לינק ישיר 

איך דריי מיך גראדע נישט.
קענסט פרעגען יעדער וואס טוט א ביסעל אין קירוב.
בארס, קלאבס, שוויצען, און אטלנטיק סיטי זיינען פון די קלענערע עבירות.
מ'האט היינט געליינט בחורים טחון נסעו כי בבית ז**** נמצאו.

"Never argue with an idiot. They drag you down to their level and beat you with experience.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/8/2005 01:40 לינק ישיר 

אינגערמאן ידידי, ס'איז דאך היינט ת"ב נאךמיטאג, קיין סאך האבען מיר נישט וואס צו טוהן איז אלזא לאמיר גיין איינס אויף איינס.

1)שרייבסט <דזשיד, עס זעהט אויס ווי דו האסט דיר גענומען א מיסיע צו אטאקירן סאטמאר אין יעדן אשכול>

ס'שיינט מיר פון דיין תגובה, אז ווי אימער א איד זאל ערקלערען "איך האלט מיך נישט ווייניגער אין יהדות ווי א סאטמארער", על אף וואס איך בין נישט אזוי רוישיג מיט מיין יהדות, האט ער אטאקירט סאטמאר... דהענקס פאר מעקינג מיי פאינט.

2)<דער ענין פון לבוש איז א גדר לכל הדיעות, און טאקע ווייל אונזער חצוניות איז מער ווי אונזער פנימיות פעלט דאס נאך מער אויס ווי אמאל>

הא מנ"ל? דער גלייכער סברא זאגט פארקערט, אויב די האלטס אז דיין חיצוניות איז אסאך מער ווי דיין פנימיות, דארפסטו זעהן ווי מער דאס אויסצוגראדען, קיין חילוק צו מרבה זיין אין פנימיות צו ממעט זיין אין חיצוניות, עכ"פ מרבה זיין אין חיצוניות אודאי נישט!

3)<יא, מיר זענען ערליכער אין אסאך זאכן ווי די מאדערנע יודן, מיר גייען אנגעטוהן אידישער>

איך וועל דיר ענטפערען אויף ענגליש "its all a matter of perspective" וע"ז גופא אנו דנין, ווער האט דיר מגלה געוועהן וואס דאס הייסט אהנגעטוהן מער אידיש? רעד נאר מיט אזוין מאדערנע אידעל, ער וועט דיר שוין מגלה זיין ווי פונקט ווי די, איז ער זיך קיינמאל נישט טועה און ווער איז א איד.

4)<די צניעות ביי נשים איז ביי אונז פיל שענער>

איך בין נישט איבערצייגט.

5)< לענינו א חסידישע יונגערמאן וואס באהאלט די פיאות און די ציצית איז דאס ראנג!

איך בין שטארק מחולק מיט דיר, איך מיין אז די נאטירליכער וועג פון א מענטש איז נישט זיין אויפפאלענד מער ווי ער ברויך. ער איז גענוג בולט אלץ איד כמו שהוא, ער מוז נישט גיין אהנגעטוהן אויף א וועג וואס לפי דעתו איז עס בעיני הגוים א דבר המעורר גיחוך.

אלענפאלס, אז א איד האלט אז ער טוט א מצוה מיט דעם וואס ער גייט יא מיט דעם ט"ק אינדערויסען, איז אשרי חלקו, און דער עיקר איז אז ס'זאל זיין ביי איהם "לבו שלם עם אלוקיו".

אבער מאכען פון דעם א געראטשקע, איז לדעתי "ראנג!"




בהוקרה,
דזשיד



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/8/2005 01:54 לינק ישיר 

מען קען זאגען אז דער חסידישער לבוש גייט נישט אריין אין דעם ענין פון שלא שינו את לבושם.

דהיינו אז כדי מען זאל דערקענען אז איך בין א איד איז גענוג צו גיין א יארמולקע, אבער די רעסט איז צו זעהן צו וועלעכע חסידות איך געהער, קומט אויס אז עס איז גאר א לבוש פון "פירוד"...

אז איך בין א גערער און איך גיי נישט קיין הויזען זאקען בין איך גארנישט ווערט פאר מיין פארטיי.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/8/2005 04:08 לינק ישיר 

איך האב געהערט אין א שמועס פון רביה"ק מהר"ש מבאבוב זצוק"ל זי"ע אויפן פסוק שוש אשיש בה' תגיל נפשי באלוקי כי הלבישני בגדי ישע וגו' אז די בגדים פון א יוד זענען א ישועה. ער האט מאריך געוועהן אויפן זעלבן אופן ווי אינגערמאן, אז דאס טראגען חסידישע בגדים, דאס היט אפ א מענטש פונעם יצה"ר ווייל ער שעמט זיך אנצוקומען אין אלע מקומות הנידחים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/8/2005 04:48 לינק ישיר 

ביי וועם די לבוש איז א נושא, דער דארף זיך שטארק האלטען דערמיט, ווייל אויב לאזט ער נאך דערפון הייבט זיך אן ביי אים א ירידה אין יידישקייט.
ביי וועם עס איז נישט קיין נושא וועט נישט (אזוי גרינג) פארשטיין דעם ביי וועם עס איז יא.

איך האב נאך נישט געזען אז די גוי זאל מער גלייכען דעם מאדערניזירטע יוד ווי דער יוד מיט'ן גאנצען טראגע..



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/8/2005 19:41 לינק ישיר 

האסט נישט געזען?

צו פיינט האבען דעם איד אונעם לבוש דארף מען זיין א אנטיסמיט, צו פיינט האבען איד מיט דעם מאדנע לבוש איז א נארמאלע זאך.

האסט אמאל געזען א גוי זאל מאכען פראבלעמען פאר א מאדערענע איד צו קויפען א הויז?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > לאנגע פיאות - וואלענע ציצית אויפ'ן העמד
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext