|
|
| נשלח ב-16/8/2005 05:35 |
|
| |
מפי השמועה
ס'רוב גייען מיט א לאנגן חלוק כמו טי-שירט אויף א שווים-קלייד
|
|
|
|
| נשלח ב-16/8/2005 08:09 |
|
| |
וואס איז די מקור אויף דעם אז א פרוי ציווישען פרויען האט עפעס א חיוב פון צניעות מער ווי א מאן ציווישען מענער?
און אויב איז יא דא א מקור אויף דעם, וואלט איך שטארק הנאה געהאט, ווען איינער קען דא מסביר זיין דעם ענין שכל'דיג.
בהוקרה,
דזשיד
|
|
|
|
| נשלח ב-16/8/2005 08:56 |
|
| |
פון די גמרא בבא בתרא נ"ז ע"ב איז משמע אז ווען די פרויען האבען געוואשען וועש ביים וואסער זיינען זיי געזעצען אויפגעדעקט [בגלוי שוק העכער די קני] ווי מענער האבען זיי געקענט זעהן, די רבנים פון דעמאלאט האבען נאר געזאגט אז מענער דאס הייסט ערליכע זאלען נישט דארטן אדורך גיין.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/8/2005 23:04 |
|
| |
דער איסור פון גיין בגילוי וכו' נישט בצניעות אפילו שלא בפני אנשים איז א מקור אין די גמרא, ווי די גמרא ברענגט אויך צו די מעשה פון קמחית וואס האט זוכה געווען צו זיבן זון כהנים גדולים, ווייל "מעולם לא ראו קורות ביתי שער ראשי".
חוץ מזה פסק'עט דער מנחת חינוך אז: דער לאו פון ולא תתורו גייט אויך אן ביי נשים. פארשטייט זיך אז עס איז פיל הארבער ווען עס איז דא מענער, סיי אלס עצם צניעות, און אויך אלס מחטיאו. ה"י.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/8/2005 23:20 |
|
| |
למעשה, גייען די מאדערנע קרייזן אונטער א מחיצה מיט שווים-קליידער, די היימישערע טוען עפעס אן אויפ'ן שווים קלייד
אבער די פרומערע זענען נישט צופרידן צו דעם אויך נישט, און אזוי לויטעט די קול קורא'ס פון די רבנים אז א שווים קלייד איז אסור, סאו וויאזוי דארף מען גיין, גענצליך אנגעטוהן?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-16/8/2005 23:44 |
|
| |
בןמלך,
שטותים קען מען צוזאם ווארפען אהן קיין סאך ידענות, אבער ס'נעמט נישט אסאך מיה דאס אפצופרעגען.
דאס וואס די שרייבסט וועגען קמחית, וואלט איך דיר געפרעגט, א"כ ווי אזוי קען א פרוי גיין אין מקוה?
און בד"א, אין סימן ב' (שו"ע או"ח), איז מבואר א פוקטליכע הדרכה פאר מענער אויך, ווי אזוי זיי זאלען זיך אהנטוהן אנע דעם וואס קורות ביתם זאלען זעהן עפעס פון זייער בשר, האבען פארדעם מענער זיך מונע געוועהן פון ווייקען אין מקוה'ס, אדער פראברענגען אין סווימונג פול?
און דאס וואס די שרייבסט לא תתורו, איז א שטות וואס איז נישט פאר א תגובה, אבער כדאי ס'זאל נישט אהנקומען אהער דער תמימות'דיגע גולש, און אהנעמען דיינע ווערטער פאר א אמת, וואלט איך דיר פשוט איבער געפרעגט וואס איך האב שוין אויווען געשריבען,
א מאן (וואס דער לאו פון "לא תתורו" איז צו איהם געוואנדען), מעג גיין אהנגעטוהן שלא באופן צנוע ציווישען אנדערע מענער? א"כ מה נשתנה א פרוי?
אויב איז שייך דער לאו פון "לא תתורו" ביי פרויען, איז עס נאר אז א פרוי זאל זיך נישט דרייען דארט ווי ס'איז א מקום ווי מענער גייען אהנגעטוהן שלא באופן צנוע, און אודאי נישט אויף ווי אזוי די האסט עס געשריבען.
דאס אלעס שרייב איך נאר מסברא, אז איינער האט עפעס בפירוש'ע מקורות, הנני מוכן ללמוד.
בהוקרה,
דזשיד
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-17/8/2005 00:30 |
|
| |
כל כבודה בת מלך פנימה
עס איז דא עפעס מער ביי א בת מלך
תוקן על ידי - Pirro06 - 17/08/2005 0:29:55
|
|
|
|
| נשלח ב-17/8/2005 01:47 |
|
| |
עס איז נישט דא אזא הלכה פון א איסור פאר פרויען צווישען זיך נישט זיין בגלוי בשר.
והראי' די משגיחה אין מקוה.
דער איסור פון לא תתורו גייט דאך אהן אפילו שלא בגילוי בשר והמסתכל אפילו באצבע קטנה...כאילו.. דאך האלטן רוב פוסקים אז נשים האבען נישט דעם איסור התסתכלת. עיין בשו"ת דברי יואל שחולק נמרצות על הערך ש"י בסי' ח' ומשום זה אפשר לנשים להסתכל מבעד למחיצה בביהמ"ד סאטמאר.
בןמלך
דיין ראי' פון קמחית איז נישט קיין ראי' ווייל דער הלכה איז נישט אזוי. לויט אלע פוסקים איז נישט דא אן איסור פון גילוי שער ביי זיך אין שטיב בפרט שלא בפני אנשים.
קימחית איז געוועהן א חסידה און האט זיך געפירט מיט אן עקסטערע צניעות יותר משורת הדין ולפיכך זכתה לבנים כהנים גדולים.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/8/2005 02:28 |
|
| |
דער לאו פון "לא תתורו" איז שייך אויך ביי פרויען. אזוי זאגט דער הייליגער מנחת חינוך בי די לאו פון לא תתורו, זשיד ענטפער נישט פאר דו קוקסט עס נאך אינעווייניג, איך האבעס אויך שווער געקענט גלייבן ביז איך האב עס געזען אינעווייניג.
א שטיקל מיספארשטענדעניש איז דא, וואס מיינט דער איסור. דער איסור בפשטות מיינט אז א פרוי דארף אויך אין א געוויסע דרגה היטן די אויגן אקעגן פריצות. (מנחת חינוך).
די קשיא פון א משגיחית איז נאריש, ווייל יעדער פארשטייט אז אזוי ווי מענער גייען אין מקוה צוזאם, מיינט דאס נאכנישט אז מ'מעג קוקן ווי מ'טאר נישט. ריכטיג?
נאר עס איז דא ענין פון קדושה וטהרה, גייט מען אין מקוה וויאזוי מ'מוז. וועלן מענטשן ארומגיין אויף די גאס אן מלבושים ווייל מ'גייט דאך במילא אזוי ארום צווישן מענטשן אין מקוה. דאס זעלבע מיט די אנדערע דערמאנטע משגיחית, ווייל אן דעם קומט מען נישט אן צו די טהרה כדבעי. אבער מער האט מען נישט מתיר געווען. אם יש דעת יש הבדלה. מ'קען נישט מאכן א קוגל מיט א בויך סברה, און אפפרעגן דערמיט אן אפענער מנחת חינוך.
בדרך אגב, איז אויך דא א מדובר אין די פוסקים לענין תחת כיפת הרקיע וואס איז מעגליך הארבער ווי תחת קורת גג.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-17/8/2005 03:14 |
|
| |
בןמלך
איך האב נישט גאזאגט אז דער מנחת חינוך זאגט נישט וואס די זאגסט אבער להלכה איז נישט אזוי אהנגענומען..
א פרוי וואס איז מסתכל באצבע קטנה של איש כדי להנות איז נישט עובר קיין שום איסור,און א מאן יא!
ווייל מ'פסק'נט נישט ווי דער הייליגער (יא הייליג ווייל ער איז געגאנגען מיט א פאשטיילע אויף די אויגען כדי שלא להסתכל) מנחת חינוך
זיין גאנצע ספר זאגט ער בפירוש איז נישט להלכה
איך האב שוין ערוועהנט אז דער ערך ש"י האלט אויכעט ווי דער מנחת חינוך להלכה דאך זאגט סאטמאר רב אין שו"ת דברי יואל הנ"ל אז מעולם האט מען נישט מונע געוועהן נשים פון הסתכלות אויף מענער, ולעננינו כל שכן פון פרויען אויף פרויען.
דו האסט נאך נישט מסביר געוועהן פארוואס מענער מעגען גיין אין מרחץ בעירום אין פרויען נישט, ממה נפשך אויב דער איסור איז משום הרהור טו פארוואס מעגען מענער.
איבער די משגיחית האסטו נאך נישט מיר דער נארישער געגיבען צו פארשטיין אפשר ווילסטו פרעגען ביי די וואס ווייסען ווי די משגיחית קוקט?
|
|
|
|
| נשלח ב-17/8/2005 03:31 |
|
| |
איך וויל צולייגען דא א גרויסע טעות וואס איך מיין איז נשתרבב געווארען אין די תגובה פון "בןמלך", איך האב שוין געשריבען דערוועגען, אבער ס'זעהט מיר אויס שלא הובנתי.
אפילו לויט די פוסקים וואס די וועסט טרעפען אז זיי האלטען אז דער לאו "לא תתורו" גייט אהן פאר נשים אויך, איז דאס נאר אז א פרוי וואס איז מסתכל אויף מענער איז עובר אויף דעם איסור, נישט אז א פרוי וואס איז מסתכל אויף אנדערע פרויען זאל עובר זיין אויף עפעס א איסור.
און לדעתי איז דער זעלבע לגבי א מאן מיט אנדערע מענער, הגם אז אין געוויסע "אחרונים" קען מען אפשר טרעפען פארקערט.
בהוקרה,
דזשיד
|
|
|
|
| נשלח ב-17/8/2005 17:33 |
|
| |
יא, דערלעבט בארא פארקער, עס זענען דא פרומע קעמפס ווי מ'דארף שווימען מיט אונטערהעמדער.
ווען איינער האט עס פארציילט, האב איך זיך אונטערגעשמייכלט, האט מיר דער פארציילער - וועלכער האט א קינד אין אזא פרומע קעמפ - געזאגט אז ער האט זייער הנאה דערפון, אין א צייט וואס מיר לעבן דערין וואס עס קומען ארויס אזויפיל נייע מושחת'דיגע כלים מיט רעיונות, מעג זיין נייע רעיונות אין פרומקייט אויך. ער איז טאקע גערעכט.
ענטפער מיר אבער טייערער ידיד, פארוואס איז אלעמאל לייכטער חוזק צו מאכן פון פרומקייט ווי פון שייגעץ שטיק??..
|
|
|
|
| נשלח ב-17/8/2005 19:26 |
|
| |
ווילאנג די פרומע מושחתים הייסען נישט בכלל פארמאכען סווימינג פול שטערט מיך נישט.
נאך א העמד איז נישט עק וועלט.
אבער איך בין משוכנע אז די שופרשופר'ס וועלן נאך אמאל פארשפארען אלע סווימינגפול אין די היימישע קעמפס
|
|
|
|
| נשלח ב-17/8/2005 20:32 |
|
| |
ציבסליך הייבט באראפארקער אן ארויסציגעבן זיין האס קעגן אידשקייט
|
|
|
|
| נשלח ב-18/8/2005 00:36 |
|
| |
מיש נישט צוזאם פרום מיט ערליך.
זיי האבען נישט קיין שייכות.
|
|
|
|
|