|
|
| נשלח ב-17/8/2005 00:23 |
|
| |
you have to have some feelings 
|
|
|
|
| נשלח ב-17/8/2005 00:52 |
|
| |
אינגערמאן:
עס פאסט נישט דיינע נאיווע שאלות פאר א פארשטענדליכען אינגערמאן.
די מענטשען לעבען אין א מקום סכנה, זיי זענען מפקיר זייערע משפחות פאר אידעאלאגיע, דער וואס נעמט זיי אוועק פון דארט איז א מציל נישט קיין מגרש.
אין אמעריקע איז דא כסדר עוואקואציעס (צייטווייליג) און פארשידענע געגענטער ווי למשל פלארידע ווען עס איז דא א סכנה פון פארפלייצונגען וכדו' מען צווינגט די איינוואוינער צו פארלאזען צייטווייליג די געגענט ביז די סכנה גייט פאראיבער. דארט אין די התנחלויות איז א שטענדיגע סכנה און פארשטייט זיך אז א נארמאלע רעגירונג איז פארפליכטעט צו שיצען אירע בירגער וואס האבען נישט דעם שכל זיך אליין צו באשיצען, איבערהויפט אז עס איז דא קינדער פארמישט, איז דאס קלאר די רעגירונגס אחריות זיי צו ראטעווען פון די סכנה.
און צוגאב צו דעם אלעם האט די רעגירונג זיי צוגעשטעלט שטחים און געלט זיך צו קענען צוריק מסדר זיין אין ארץ ישראל מיט די גאנצע קהילה צוזאמען און מיט די זעלבע פרנסות וכו'. פארשטייט זיך איך בין נישט דא צו פארגיטיגען די ציוניסטישע מדינה נאר צו לערנען מיט דיר אלף בית גימל וגו'.
צו פארגלייכען דאס צו גירוש שפאניע און אנדערע אידישע צרות איז גרויליג און נאריש. די ווילסט טאקע פארגלייכען אידען וואס מען שטעלט זיי צו פון אלעם גוטען, נאר נישט אינעם לייבען גרוב, צו אונזערע עלטערען וואס מען האט געפייניגט און פארטריבען, נישט פון זייער שטעטעל, פון זייער לאנד מיט גארנישט מער ווי די העמעד אויפען רוקען. מען האט זיי פארטריבען ארויס פון א לאנד און זיי האבען געוואנדערט יארען ביז זיי האבען געטראפען א מקום מנוחה.
פילע טויזענטער זענען געשטארבען אויף די וועגען פון רויבערס, חיות רעות, קראנקהייטען וכדו'.
ווילסטו דאס פארגלייכען צו דעם?
דאס הארץ רייסט צו ליינען דיינע ווערטער וואס שרייט ארויס דיין אומוויסענדקייט און ווי ווייט די האסט נישט קיין געפיל צו די צרות וואס אונזערע עלטערען האבען מיטגעמאכט.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-17/8/2005 00:59 |
|
| |
DRY, יו היט די נעיל אין דע העד!
זיי זענען קיין שום רחמנות! זערא!
א רחמנות זענען די וואס זענען נעבעך דערמארדעדט געווארן צוליב זייערע פראוואקאציעס!
ס'פעלט זיי נישט גארנישט! נאר אביסלע שכל!
|
|
|
|
|
| נשלח ב-17/8/2005 01:07 |
|
| |
ס'איז נישטא וואס צו רעדן, עס איז א הארץ ווייטאג צו זען וואו אידן מיט זייערע פיצלעך קינדער דארפן נעמען האק און פאק, און זיך אפטראגן פון א פלאץ ווי זיי וואוינען שוין יארן לאנג.
מאידך גיסא, דארף מען זיין רעאליסטיש מיט וואס מ'האנדלט דא, דא רעדט זיך פון א גרופע "אידישע זעלבסטמערדער" וועלכע זענען מפקיר זיך מיט זייערע קליינע שעפעלעך, און זעצן זיך אריין אין א לייבן גרוב. עס איז א פלא פון וואו אזא פרייע רעגירונג ווי די ציונים נעמט אזא זכות פון מציל זיין קרוב צו צען טויזנט אידישע נפשות.
עס איז מערקווירדיג צו ציטירן וואס דער "דעילי ניוס" האט מיט בערך א יאר צוריק געשריבן בנוגע גוש קטיף און עזה.
"די סעטעלמענטס ווי גאזא (עזה), וואו טויזנטער טרופן דארפן שטענדיג זיין אויף די וואך צו היטן די אידישע סעטלערס פון די איבער א מיליאן אראבישע שכנים מיט וועמען זיי זענען ארומגענומען. א קאמאנדיר פון די איזראעלי ארמיי האט געזאגט: פארוואס דארפן מיר זיך איינשטעלן דאס לעבן און פארלירן קרבנות יעדן טאג פון די מיליטערלייט, כדי אז אכט טויזנט (קרעיזיס) משוגעים פון ברוקלין זאלן קענען אקופירן די געביטן. ע"כ.
ענליכעס איז געשטאנען אין אנדערע צייטונגען אויך. קאמענטארן זענען איבעריג.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-17/8/2005 01:25 |
|
| |
DRYNITZ
גוט געזאגט
"Never argue with an idiot. They drag you down to their level and beat you with experience.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/8/2005 02:08 |
|
| |
מצד שני, דער שטח וואס זיי לאזען איבער איז א סטראטעגישער און א וויכטיגער. ווען שרון וואלט געהאט שכל וואלט ער לוחם געוועהן מיט די אראבער און זיי ארויסגעטריבען פון עזה. דאס וואס ער טוט יעצט מיטען התנתקות איז זייער מסוכן פארן קיום פונעם מדינה (און די מענטשען דערין!) און רוב מדינה איז דערגעגן. אה"נ אז לשי' ויואל משה טאר בכלל נישט זיין קיין מדינה אבער די מתנחלים לשיטתם זענען 100% גערעכט מיט וואס זיי טוהן. ווען עס קומט א גוי צו אייך אינדערהיים און הייסט אייך ארויסגיין וואלט איר דען געגאנגען? די גאנצע מח' דא (צווישען ערליכע יודען און ציונים) איז נאר טאמער דאס היישט טאקע 'אינדערהיים', אבער לו יהא אז דאס איז 'אינדערהיים' פארוואס זאלען זיי גיין?
|
|
|
|
| נשלח ב-17/8/2005 02:19 |
|
| |
הייסט אזוי, מ'זאל ארויסטרייבן אנדערטהאלבן מיליאן אראבערס פאר 9 טויזענט סעטלערס.
עזה, איז א צרה און א קאפ-וויי פאר די מדינה.
די ארויסצוג איז באשטעטיגט געווארן 3 מאל דורך רוב כנסת דעפוטאטן.
די פאולס האלטן אין איין ווייזן אז רוב ישראלים זענען פאר די ריקצוג פון עזה.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/8/2005 02:32 |
|
| |
למעשה איז עס נישט אזא מקום סכנה, עס ווערט דארט כמעט קיינער נישט געהארגערט.
אפילו אין די שווערע לעצטע פאר יאר פון די אינטיפאדא איז דארט געווען אפשר איין אדער צוויי געהארגעטע.
זיי וואוינען נישט געמישט מיט די אראבער, עס איז א מהלך רב.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/8/2005 02:40 |
|
| |
מר. עפשטיין איר זענט שטארק מיסאינפארמירט. צווישן די אלע אינטערוויוס מיט מתנחלים זעט מען ווי זיי רעדן זיך אליין אפ אז זיי האבן דארט פארלוירן איינער א זון, איינער א טאטע איינער א ברודער. ועל כולם זענען סאלדאטן געפאלן דארט ווי פליגן.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/8/2005 02:49 |
|
| |
אז די ליינסט נישט קיין צייטונגן זאג נישט יענער איז מיסאינפארמירט.
די חברה האבען פארלוירען משפחה ווען יענע האבען גדינט אין מיליטער, אבער נישט אין יענע געגענט אלץ ציווילע וואס זענען כמעט נישט געטראפען געווארען.
|
|
|
|
|