ז-וועקי
----------
מנהלים שלוחי דרחמנא או שלוחי דידן נינהו?
פאלגנד איז א מעלדונג פונעם חשוב'ן מנהל משנה, פשטידא, :
דאס וועט אלעס בל"נ ווערן אפגעשלאסן. די מנהלים האבן געדילד אבער סוף כל סוף וועט עס פארשלאסן ווערן אן טענות ומענות אלעס האט א שיעור.
דאס האט מיר מעורר געווען איבער א זאך וואס עגבערט מיר שוין לאנג.
צו זענען די מנהלים געשטעלט צו טון דעם פארלאנג פונעם ציבור, אדער צו אויסשטעלן דעם פארום לויט זייער געשמאק ?
צו וועגן דעם ווייל די מנהלים זענען ב"ה געדולדיגע מענטשן, וועגן דעם דארף יעדער נארמאלער מענטש פארטריבן ווערן פון דעם פארום ?
איז וואס יא ? קיינער וויל דאך נישט אז דער מנהל זאל זיך נעמען מעקן אין די וועלט אריין, לויט וואס אים שמעקט.
מיין פארשלאג:
יעדער ניק וואס מאכט צופיל פראבלעמען, נישט קיין חילוק וואו ער געהערט, זאל נאך א באראטונג פון לכל הפחות דריי מנהלים נחסם ווערן.
נאך יעדער ניק וואס ווערט נחסם, זאלן די דריי מנהלים ארויפלייגן א הודעה אז דער ניק איז נחסם געווארן, און אלע דריי מנהלים זאלן דערויף אונטערשרייבן.
דאס איז מיין פריוואטער פארשלאג, אויף א פראבלעם וואס איז שוין אסאך מאך באהאנדלט געווארן אויף די שפאלטן און לעכער פון דעם פארום.
[כ'מיין נישט קיינעם צו באליידיגן].
עס וואלט אויך אפשר געווען א פלאן, אז די מנהלים זאלן מאכן א אשכול עוגן, וואו עס זאל שטיין יעדער ניק וואס איז נחסם געווארן, ווען און פארוואס.
דאס וועט דינען ווי א גוטע לעקציע פאר די אנדערע ניק וואס איז נאכנישט נחסם געווארן...
למען ישמעו וייראו !
polish
-------
בעיביש ארויף בעיביש אראפ... אז מ'וועט צומאכן די אשכולים וועלן די שרייבערס נמאס ווערן און אן די שרייבערס וועט חדשות אנ"ש בארה"ב אויסזען ווי אפסטעיט נייעס וועלכער איז א טויטער פורם.
מיין מיינונג איז, אויב מיין מיינונג איז א מיינונג... אז מ'זאל לאזן אבער ח"ו נישט פערזענליך אטאקירן אדער גילו שמות. וזהו.
רויטמן30
---------
פויליש
די אשכולות וואס די מנהלים האבן חוסם געווען איז געווען אביסל איבער די מאס.
די גולשים דא האבן ליב אקשען אבער מיט א גבול און א העכערע אינטלגנציה.
אזוי האלט איך
shia550
-------
חס ושלום
די מנהלים פארשעמען נישט קיין מענטשען.
עס איז נישט קיין שום ענין מודיע צו זיין ווער עס האלט נישט קיין תקנות הפורום.
polish
-------
יושע: אויף הייד פארק איז בלוט נאך ביליגער ווי וואסער... דא איז אזויווי סדום... ס'דא תקנות וועמענס בלוט איז מותר צו פארגיסן, און וועמענס בלוט עס איז – ביז דערווייל – נישט מותר...
ווען מ'מעג יעדנ'ס בלוט דא זויגן, נו שוין נישט אזוי געפערליך... אבער דא איז פאראן תקנות...
פאפולערע מענטשן, זאלן דא ווערן אויסגעטון, ווייל זיי האלטן נישט מיט דער פארטיי פון דעם בלוט זויגער... נישט פאפולערע מענטשן מעקט מען אפ...
ריכטיג תקנות סדום... דארט איז אויך געווען תקנות.
איך מיין מיך און דיך...
 |
|
|