| נשלח ב-18/8/2005 07:47 |
|
| |
היימישע בתי דינים - גוט אדער שלעכט?
עס איז א אנגענומענער זאך ביי רוב היימישע אידען, אז א דין תורה היינט צו טאג, איז געפעהרליך, מענטשען זאגען כל הזאכען אויף בתי דינים,
זיי נעמען שוחד,
זיי פסק'נן נישט ריכטיג
די טוענים שרייען נארישקייטען
די בוררים זאגען אויס טענות פאר זייער צד
און ווער ווייסט וואס נאך?
איך פערזעהנליך האב נאך קיינמאל ב"ה נישט מיט געהאלטען קיין דין תורה, פשוט פאר פחד פין א דין תורה, האב איך איעדע סכסוך אויסגעגליכען אויף די אייגענע האנט, אפילו עס איז נוגע געווען מערערע געלטער און מער מוותר זיין, האט מען מיר אייביג מייעץ געווען אז עס איז בעסער פין גיין צו דין תורה.
לעצטענס האט מיר א חבר געזאגט, אז איך טוה עס מחמת חסרון ידיעה, און אז טאמער איינער איז מיר שולדיג געלט מחמת סיבה, דארף איך יא רופען צו דין תורה, און אז ער אליין האט עס שוין געטוהן גאר אסאך מאל, און אסאך מאל מיט הצלחה, און אז די גאנצע דין תורה בארעדען איז בכלל נישט אזוי גרוי ווי מענטשען לייגען עס אראפ וכו'.
איז די שאלה צו די חשובע ליינערס, וואס איז די אמת בנוגע דין תורות, וואס טוט זיך דארט אונטער די טיר פין בי"ד, איז עס שלעכט? אדער איז עס יא גוט?
ווער עס קען שרייבען פין פערזעהליכע מעשיות איז בעסער, ווייל מעשיות וואס מען הערט, קען זיין אז עס האט זיך אנגעהויבען און יענעמס מויל.
האט איר געהאט א שלעכטע עקספיריענס מיט דין תורות?
(מען זאל וויסען אז די דיסקוסיעס פין היידפארק - חדשות אנ"ש, האט א שטארקע השפעה אויף די גאס. ווי למשל מען קען זעהן אז נאך דעם וואס צייטונגען זענען דא פארדאמט געווארען, איז ארויס געקומען איסורים פין פארשידינע רבנים אויף צייטונגען. איך זאג נישט אז די רבנים ליינען היידפארק, אבער עס קומט שוין אהן, ממילא טאמער איינער האט א בויך אויף די בתי דינים, זאל ער שרייבען, ווייל וויסען זאל מען, אז סוף כל סוף וועט עס אנקומען צו די ראש בי"ד).
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-18/8/2005 16:59 |
|
| |
עס איז נישט אמת אז א די"ת איז טייערער ווי קאורט, פארקערט עס איז אסאך ביליגער, א דורכשניטליכער טוען רעכענט בערך 150 דאלער א שעה, בעת א גוטער לויער רעכענט 250-350 א שעה. ווי אויך ביי לויערס און קאורטס זאמעלט זיך אן שעות אויף שעות פאר יעדע קלייניקייט וואס ציהט אויטאמאטיש אריין אין טויזענטערס.
א סיכסוך וואס געדויערט אין בי"ד 3-4 וואכען אין 10-15 שעות געבילט, וועט דויערען אין קאורט א מינימום פון 4-5 חדשים און 100 שעה געבילט. ממילא אפילו אויב די פרייז פון א טוען איז די זעלבע ווי א לויער איז דאס נאך אלץ א וועלטס חילוק אין פרייז.
אויסער דעם רעכענט דער לויער פאר זיינע קאפיעס, סעקרעטערי, טעלעפאן קאלס, עקסטער געלט (חוץ די שעות) פאר א קאורט אפירענס.
הקיצור עס איז נישט קיין פארגלייך.
ווי אויך די יושר איז כמעט נישט צום געפינען אין קאורט. דער לויער מיט א בעסערען צינגעל וואס קען זיך גוט מיטען דזשאדזש דער געווינט געווענליך.
די סיבה פארוואס דער דעת הקהל איז אז קאורט איז בעסער ווי די"ת איז לכאורה (לפענ"ד) ווייל רוב פון אונזערע אידען זענען נאך קיינמאל נישט געווען אין קאורט ממילא מיינט מען אז "יענעמס גראז איז גרינער".
ביי די"ת זיצט מען גאנץ אפט און מען זעהט די לעכער אינעם סיסטעם און מען טראכט אין קאורט מוז זיין בעסער אבער באמת איז עס ערגער אין קאורט.
די חסרונות ביי די"ת איז אבער נאך אלץ הימעל שרייענד. קודם דאס אז די טוענים לערנען געהעריג אויס וואס יא צו זאגען און וואס נישט צו זאגען און נאכדעם די אויפפירונג ביי די די"ת פון די טוענים און די דיינים ברענגט נישט קיין צוטרוי.
און די הלכה איז דא פארשידענע הלכות וואס מען קען נישט טוהן ווייל עס וועט זיין נסתתמו טענותיו פונעם בעל דין, למעשה היינט נוצען די טוענים טאקטיקען פון סותם זיין דעם בעל דין און די דיינים לאזען עס געהעריג צו. עס איז דא טוענים וואס מיט א געשליפען צינגעל מאכט מען ליצנות און יעדער לאכט און דער בעל דין בלייבט מיטען צונג אינדרויסען, און נאכדעם איז דא טוענים וואס שרייען קולות און פשוט דערשרעקען דעם בעל דין, און דער בי"ד לאכט מיט און שווייגט וכו'.
וועגען שוחד קען איך נישט רעדען איך האב עס נישט געזעהן און איך גלייב נישט אז ערליכע דיינים נעמען געהעריג שוחד, אבער די אנדערע טאקטיקען האב איך פערזענליך בייגעוואוינט כמה פעמים און עס איז א הימען געשריי.
איך האב אבער מיטגעהאלטען די זעלבע זאכען און אויף אסאך א גרעסערען פארנעם אין קאורט רומס. דער גוי איז נישט בעסער ווי דער איד עס איז נאך אסאך ערגער.
איין מעלה וואס דער קאורט האט איז אז מען קען עס אפילען און מען האט א סעקאנד טשענס, וואס אפשר וואלט מען דאס געדארפט איינפירען ביי די"ת אויך.
my two cents from personal experience
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-18/8/2005 17:02 |
|
| |
וועקי
די לייגסט אראפ אז עס איז טאקע דא א פראבלעם, נאר עס האט זיך אנגהויבען לעצטענס, ווען די "יונגע" זענען אריין געקומען.
אבער ביז וויפיל? יאר צוריק איז אלעס געווען כשר וישר.
איך קען נישט מעיד זיין וואס איז געווען פאר פערציג יאר צוריק, אבער דער באקאנטער תשובה פין דעברעצינער רב, ווי ער שעלט אויס די היינטיגע בוררים בימיו, ער ברענגט דארט לאזונגען קעגען די בוררים פין סאטמאר רב ז"ל, און ער רעדט קלאר בימיו, פאר דרייסיג יאר צוריק.
איך כשלעצמי ווייס איך נישט צו איך קען טראסטען דעם דעברעצינער רב, ווייל כידוע איז ער געווען צו א גרויסע תמים פארען היינטיגען דור, אבער די שאלה איז וואס זאגען די מענטשען? איז עס אזוי געפעהרליך?
די עוולה וואס מאדשזאר דערמאנט, אז עס קאסט זייער טייער, אזוי ווי אין קארט, קען זיין אמת, אבער וואס זאל מען טוהן?
האלסטו מען קען צווינגען מענטשען צו זיין בוררים טוענים פאר ווייניגער געלט ווי מענטשען זענען גרייט צו באצאלען?
מען האט אייביג געמוזט באצאלען געלט פאר א דין תורה.
|
|
|
|
| נשלח ב-18/8/2005 17:06 |
|
| |
ווי געווענליך אין אזעלכע פעלער, איז דאס בעסטע צו קוקן מאי עמא דבר.
אדרבא, לאמיר זען וועלכע יארן עס האט זיך אנגעהויבן אין גרויסן דאס גיין אין געריכט.
און לאמיר נישט רעדן איבער רבנים פערזענליך...
|
|
|
|
| נשלח ב-18/8/2005 18:00 |
|
| |
עס איז נישט ריכטיג דן צו זיין א גרויסן כלל, גיבן א ווארף צוזאם אלע רבנים און בתי דינים אין איין זעקל. יעדער בית דין איז אנדערש, והדברים ידועים.
עס איז ליידער דא אויף די גאס פארשידענע מעשיות אויף כמה בתי דין.
מ'דארף אבער אויך געדענקן דעם מציאות. אז דער בעל דין וואס פארלירט, אפילו אויב ער איז זעקס טויזט פראצענט ניטש גערעכט, וועט ער פארט צוזאמשעלטן די בית דין. און דאס האט זיך נישט אנגעהויבן היינט, דאס גייט שוין אן הונדערטער יאר.
נאר ליידער היינט, ווען עס טרעפט זיך ווייניגער און שווערער דיינים וואס זענען באמת יראי אלקים און אויך שונאי בצע.. איז דא מער גרונד אויף וואס די לשון הרע'ס זאלן נתקבל ווען.
די וויכטיגע איז, אז יעדער וואס דארף גיין צו א דין תורה, זאל זיך גוט ערקונדיגן און אינטערעסירן וועלכע בתי דין זענען מער ארענטליך, און מער ערפארן.
די חיוב צו גיין צו א דין תורה איז בינדענד פאר יעדן איד. אפילו אויב קאורט זאל געבן בחנם אינגאנצן, איז נישטא קיין שום היתר צו גיין אין ערכאות.
אויף דעם וואס מאדיאר שרייבט אז דין תורה איז טייערער ווי קאורט, מוז איך אבזשעקטן, אז דאס איז אבסאלוט נישט ריכטיג, די מרחק אין פרייז איז זייער גרויס. אן עווערידזש פעמילי קאורט סכסוך קאסט אין קאורט מינימום דאפלט. און א ביזנעס אישו וואס גייט אין פעדעראלע אדער סופרים קאורט, קען דער חילוק זיין פיל מער, ווענדט זיך אין דעם נושא פון דעם קעיס.
אויך, פרואוון די בתי דינים עפ"י רוב צו מפשר זיין צווישן די צדדים, וואס איז געווענליך ביליגער צום סוף, און מענטשן גייען אוועק ווייניגער צובראכן און אויפגערעגט.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-18/8/2005 19:30 |
|
| |
די הארץווייטאג אויף אמערקיאנער בית דינים איז צו פארשטיין.
זיי נעמען זיך כח וואס קיין שום בית דין האט נישט און דער וועלט אין קיינמאל נישט געהאט.
איינער רופט דיך צו דין תורה צו א בית דין אין אמעריקע מיזטו גיין, אבער ווען עס קומט צו שרייבען שטרי בירורין דארפסטו שרייבען
1}בית דין מאכט א טעות בלייבט דער הלכה ממילא ווי זיי
2} זיי דארפען דיר נישט געבן א דין וחשבון פארוואס זיי זאגען דעם פסק.
עס איז נישט דא אזא זאך אין דער גאנצער וועלט, יעדער אנדערע בית דין גיט ארויס א פראטאקאל מיט נימוקים פונקלעך אויף יעדער טענה, אין א מקור אין הלכה "מהיכן דנתני" אפילו אין טראפאנע רבנות קומט ארויס אזא פסק דין אין עס ווערט אפילו געדרוקט סוף יאר אין אוצר פסקי דין רבניים, וכ"ש ביי היימישע בתי דינים. קיין שום רב וואס זיצט אין אזא בית דין קען נישט מאכען קיין ליצנות ער מוז קענען גוט די הלכות ווייל אז נישט וועט ער זיין לעג ולקלס.
אין אמעריקא איז אפילו נישט דא קיין ספרא דדינא וואס שרייבט אויף יעדעם'ס טענות, יעדער דיין שרייבט זיך פאר זיך זיינע נקודות.
דער דיין מוז זיך נישט גרייטען, ער הערט וואס די טוענים זאגען אין אויף דעם בויט ער.
די היינטיגע טוענים קענען די רבנים אדורך אין אדורך, אין פארשטייען פונקליך וואס רעד צו דעם דיין'ס מח.
דער דיין דארף נישט זיין א לוקח שוחד חס ושלום צו האבען א געפיל אז די דיינים האבען נישט געטון על פי הלכה.
עס איז א נארמאלע זאך
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-19/8/2005 01:37 |
|
| |
באראפארקער
איז יעצט אנדערש ווי אייביג ? האלט דיין צד שמאלל איצטערט ? ביי דין תורה ?
די מצב מיט דיני תורה'ס האלט שוין אזוי ווייט אזש (עס איז נישט פון היינט) דאכט זיך מיר אז דער בלאט האט פאר אפאר יאר צוריק געשריבען עפעס וועגען צוויי בעלי דינים צוויי גיטע ידידים וואס האבען געמכאכט דאס גענאר פון א בית דין ווען די גאנצע דין תורה איז געווהען אינטער געשטעלט אלץ נאר כדי ארויס צונעמען די דינים פון די כלים
ווער געדענקט דאס ?
איז דאס געווהען אמת ?
זאלשויןזייןשלום
תוקן על ידי - שלוםצאידען - 19/08/2005 1:38:00
תוקן על ידי - שלוםצאידען - 19/08/2005 1:38:51
|
|
|
|
| נשלח ב-19/8/2005 03:17 |
|
| |
יוסףמאיר
בית דין קען זיך אויסנעמען וואס זיי ווילן אין די שטרי בירורין,
בן מלך
איך קען נישט הרב געשטעטנער, ווער זיצט אין זיין בית דין?
הלוואי מאכט זיך א ערנסטע בית דין ווי איינער זאל קענען באקומען נימוקים פאר זיין פסק.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/8/2005 19:27 |
|
| |
על פי הלכה, אז איינער רופט מיר צו דין תורה, קען בי"ד נישט צווינגען יענעם אינטערשרייבען שטרי בירורין אז מען וועט פאלגען א פשרה, מען האט א רעכט צו פארלאנגען א "דין תורה", און א רעכט נישט אונטער שרייבען די שטרי בירורין מיט אלע זייערע פארלאנגען.
פראבירט דאס אין בי"ד, און ווען זיי סטראשען אז מען וועט שרייבען אז ביסט נישט קיין ציית דינא, דערשרעק זיך נישט, און זאג אז די וועסט גיין צו אן אנדער בי"ד וואס וועט יא פסק'נן א "דין תורה" און וועט יא זאגען מהיכן דנתני.
די פראבלעם איז, אז גאר אסאך מענטשען זענען נישט אינפארמירט מיט די פשוטע הלכות, און ממילא פאלגט מען נאך בלינדערהייט, שפעטער האט מען חרטה פארוואס מען האט מסכים געווען.
אז איינער נעמט זיך א בורר וואס לדעתו איז יענער נישט גוט, ווייל מען הערט אויף אים מעשים שונים, זאל ער דאס קלאר זאגען אין בי"ד, אז יענער איז פסול, און ער וועט "נישט" גיין צו דין תורה ווען יענער איז זיין בורר,
עפ"י הלכה קען מען דאס זאגען.
מען דארף זיך נעמען קלאפען די קאראפציע פין די היינטיגע בתי דינים.
בתי דינים זענען גוט, און גאר אסאך בוררים און טוענים זענען גוט, די פאר שלעכטע וואס ריקען זיך אריין און מאכען קליא די זאך, פין זיי דארף מען זיך נוקם זיין עד קצה האחרון.
מיר איז אבער אינטרעסאנט, אז פין די גאנצע עולם שרייבערס דא, איז נאך קיינער נישט געווען אין דין תורה און געהאט א שלעכטע עקספיריענס?
ווער עס האט געהאט א שלעכטע עקספיריענס אין דין תורה ווערט געבעטען צו שרייבען.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-22/8/2005 19:36 |
|
| |
איך האב געהאט א גוטע עקספיריענס אין בי"ד מער ווי איין מאל, אבער איך האב געזעהן די וועג וויאזוי די טוענים האנדלען און ווי אזוי בי"ד לאזט עס צי און איך האב געשטוינט.
ב"ה איך בין ארויס צופרידען, אבער איך בין אויפגעשוידערט געווארען פונעם צוגאנג, איבערהויפט פון איין באקאנטען טוען, וואס האט פשוט מיט ליצנות פרובירט צו פארמאכען דאס מויל פארען צווייטען צד. און א צווייטער טוען וואס האט פשוט מיט קולות פרובירט צו פארמאכען דאס מויל פארען אנדערען צד.
און ביידע פעלער האב איך קלאר געזעהן אז בי"ד ווייסט און זעהט אז דאס איז א חלק פונעם טוען'ס שטיק, און זיי האבען דאס צוגעלאזט.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-22/8/2005 19:37 |
|
| |
באראפארקער
קענסט נישט זאגען אין בית דין אז די זוכסט א בית דין וואס איז מסכים צו די תנאים, ווייל אויב יא וועט ער דיר הייסען גיין צו א אנדערע בית דין, אין די קענסט נישט טרעפען אין אמעריקע א בית דין מכובד וואס טוט נישט אזוי.
בכלל קענסטו נישט זאגען אז דו ווילסט נישט יענעמ'ס בורר ווייל די דארפסט מוכיח זיין אין בית דין אז יענער איז א גזלן אין עס איז כמעט נישט מעגליך אז בית דין זאל מקבל זיין א טענה אז יענער איז א גזלן.
|
|
|
|
| נשלח ב-23/8/2005 06:29 |
|
| |
ליכטיג ביסט זיכער אז מען דארף אויף ווייזען אז דער בורר איז א גזלן?
איך מיין אז עס איז גענוג א טענה פין א דיין שאינו הגון.
|
|
|
|
| נשלח ב-24/8/2005 03:46 |
|
| |
די בעסטע בי"ד איז די סאטמאר ווילי בי"ד, ווייל זיי זיצן נישט קיינמאל נאר א סיין האבן זיי..
|
|
|
|
| נשלח ב-24/8/2005 06:04 |
|
| |
בארארפארקער
א גזלן אדער א קרוב משפחה, אין עס מיז זיין צוויי עדים.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/8/2005 06:57 |
|
| |
אין אמעריקע איז דא נאך א פראבלעם אז די טוענים זענען א קליקע צווישען זיך, אין נישט קיין קאמפעטישען.
אין ארץ ישראל איז דא צענדליגער טוענים מומחים פאר אלע ענינים, דא איז נאר דא יחידים.
איינער וויל ווערן א טוען אין אמעריקע קען ער נישט מצליח זיין ווייל די אנדערע לאזען אים נישט וואקסען.
אז איינער נעמט 2-3 טוענים האט ער שוין פארמאכט די וועג פאר זיין בעל דין פאר א גוטע טוען.
|
|
|
|
|