בית פורומים חדשות אנש עולם הנגינה

יוסף שפיל - חוה"מ סוכות תשס"ו

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-23/8/2005 04:48 לינק ישיר 
יוסף שפיל - חוה"מ סוכות תשס"ו

לעצטע הכנות ווערן געמאכט פארן גרויסן פראפעשענל פלעי דורך שלמה פערל און ארי פרענקל דעם קומענדיגן חוה"מ סוכות הבעל"ט אין ברוקלין קאלעדזש

חלק פון די עקטערס וועלן זיין: קאפי עלבאגען, פיני פריעד, ליפא שמעלצר, יוסף שמואל פרענקל, און נאך

סאיז צום האפן אז די פלעי וועט זיין א סוקסעס און צריק אריין בלאזן א חיות אין די פארשלאפענע חול המועדס, ווייל סאיז גאנץ א געווינטשענע זאך פאר קינדער און בחורים, סאיז דאך באמת נישט קיין דבר האסור און מצווינגט נישט בחורים מתמידים צו קומען איז פארוואס זאל נישט זיין כשרע ענטעירטעינמעט כדי די יונגווארג זאל זיך נישט דארפן דרייען ליידיג אין ווער ווייסט וואסערע מקומות, סאו לאמיר האפן אז די עווענטועלע איסורים וועלן נישט שעדיגן אזויווי אמאל (ווען נאך די סוקסעס פון "על נהרות בבל" האבן די איסורים שיעור נישט אונטערגעברענגט דעם שפיל "א סליחות נאכט אין קיעוו" וואס צום סוף האבן די פראדוצירער דארט דערלייגט די תחתונים)

ווער סווייסט מער אינפארמאציע איז מכובד מזכה צו זיין דעם עולם



דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-23/8/2005 15:00 לינק ישיר 

זיידיאנטשי, אזויווי עס איז פארט הייד פארק ווי יעדער קען זאגן א דעה, וויל איך מיך אנרופען וואס עס עגבערט מיר, איך האף די וועסט עס נישט נעמען פערסיאנאל.

א חסידישע ערליכע איד רעד נישט אזאלכע ווערטער....



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/8/2005 17:35 לינק ישיר 

אז די ביסט נישט מסביר פונקטליך פארוואס סעגבערט דיר אזוי איז שווער צו ענטפערן

מיין מיינונג איז ביי מיר קלאר אז א פלעי אין חוה"מ איז נישט פון די פירצות הדור וואס מדארף פארלייגן עולמות צו אסערן, סליגט זייער נידריג אויף די ליסטע פון דעם דורס פראבלעמען

פלעיס איז נישט קיין נייע זאך, אין ישיבות אינדערהיים פלעגט מען מאכן פלעיס, ביי רבנים אויפן טיש פלעגט מען מאכן, דא אין אמעריקא איז שוין יארן וואס באבוב און מונקאטש מאכן פלעיס יעדן פורים ביים רביןס טיש ובפרט מכירת יוסף איז שוין געשפילט געווארן מערערע מאל דא אין אמעריקא אנגעהויבן ביי נייטרא 40 יאר צוריק אויך אין באבוב און אנדערע פלעצער

ביי מיידלעך איז א דבר פשוט אז סדא פלעיס יעדן שני וחמישי, פאר יונגלעך מאכן היינט רוב קעמפס פלעיס לעצטענס שוין אפילו דא אין שטאט אויך (ערשט די וואך האט בית יצחק סקווירא געמאכט א עפענטליכע פלעי אין בארא פארק פאר קינדער), כמעט יעדן חוה"מ די לעצטע פופצען יאר מאכט קרן חתנים דבאבוב פלעיס פאר קינדער, און מען האט שוין אפילו געמאכט א פלעי בהסכמת הרבנים דוומסב"ג איין יאר ווען די הכנסות זענען געגאנגען פאר ישיבת מאירת עינים

ווען סקומט צו בחורים דארף מען קיינעם נישט דערציילן אז סדא א שיינע פראצענט וואס זענען נישט גרויסע מתמידים וואס זאלן זיין גרייט צו זיצן אין ביהמ"ד גאנץ חוה"מ און א פלעי קומט ווי א ישועה פאר די עלטערן וואס קענען זיין רואיג אז מגייט אויף א כשרען פלאץ ווי ע"פ רוב שטעלט מען פאר זאכן מיט א אידישען תוכן און מוסר השכל

דאס אלעס איז שוין אפגעזען פונעם פאקט אז סוואלט געווען זייער שווער היינט צו דערגרייכן א ערנסטן איסור אזויווי אמאל, סהאט שוין נישט דעם זעלבן כח ווי צען יאר צוריק, און דאס איז ליידער א פאקט אויך ווען סקומט צו מער ערנסטע זאכן



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-13/9/2005 21:30 לינק ישיר 

מצורף קובץ

.




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-21/10/2005 23:32 לינק ישיר 

מיין אנאליז פונעם פלעי ביז אהער (די עיקר וועט זיין מוצ"ש)

* היסטאריע *

קודם לאמיר איבער גיין א קורצע היסטאריע, מכירת יוסף אדער יוסף שפיל איז שוין געשפילט געווארן צענדליגער מאל, פון די מערסטע באקאנט דא אין אמעריקא איז געווען די ערשטע אין שנת תשט"ז דורך נייטרא ישיבה בחורים, שפעטער דורך באבובע אינגעלייט אין די תש"ל יארן, און צום לעצט דורך שלמה פערל שנת תשנ"א

בקיצור קען מען זאגן אז אלע שפילן זענען געבויעט געווארן אויפן יסוד פון נייטרא מכירת יוסף, באבוב האט צוגעלייגט אסאך קנייטשן און טעם וואס האט געפעלט ביי נייטרא און געמאכט דעם שפיל סאך ווארימער, תשנ"א איז געווען א מער מאדערנע פארשטעלונג מיט מער פארגעשריטענע טעכניק אבער סהאט ארויס געשניטען אסאך אריגענעלע זאכן משום חששא, און די סקריפט איז געווען א געמישעכטץ פון די ערשטע צוויי.

די היי יעריגע שפיל תשס"ו איז למעשה די זעלבע סקריפט פון תשנ"א, אביסל געטוישט צוריק צו די באבובע סקריפט, און צוגעלייגט אביסל נייע געדאנקען וואס מדערקענט גראד אז סאיז אלעס הוספות פון ליפא

לאמיר כאפן א בליק אויף די עקטערס:

* שפילערס *

יעקב: פיני פריעד
ראובן: קאפי עלבויגען
שמעון: יוסף שמואל פרענקל
לוי: אשר יודא קליין
יהודה: חיים יודא האפפמאן
דן: מענדל בער ווידער
נפתלי: אשר ווידער
גד: משה יואל ריכטער
אשר: שמעון ענגל
יוסף: ליפא שמעלצר
בנימין: _ ריכטער
יחצאל: אהרן מינץ
שרח בת אשר: _ זיגעלמאן

מחמוד: אבא ווינקלער
חלא: ארי אבראמאוויטש
אבראך: יעקב יוסף סורקיס
חריף: יוסף שטיינמעטץ

פרעה: מרדכי הערש הערשקאוויטש
חרטום: ארי אבראמאוויטש
באדינער: יוסף שטיינמעטץ
באדינער: מענדי לענעראוויטש
שר המשקים: יוסף שמואל פרענקל

יוסף משנה למלך: ליפא שמעלצר
מנשה: יעקב יוסף סוירקיס

לאמיר צונעמן די עיקר שפילערס איינס ביי איינס:

* יעקב *
פיני פריעד האט אנגעהויבן זיין עקטן ביי די סאטמארע פלעיס געמאכט דורך ברוך יודא לעבאוויטש פאר ישיבת מאירת עינים (בייגעשטאנען דעם נסיון, דער פראגער גולם), ער האט שפעטער געשפילט אויף המלאך הגואל ווי זיין עקטן איז געווען אויסערגעווענליך און האט מסתמא איבערגעשטייגט כמעט אלע פאפולערע שפילערס אויף פלעיס אין די לעצטע צוואנציג יאר

דא אלץ יעקב לייגט ער אויך אראפ גאנץ א געלונגענע פערפארמענס, בעיקר ביי די הארציגע שטיקלעך, אבער סאיז א שטיקל מרחק פון די דראמא וואס ער האט באוויזן ארויס צו ברענגן אין המלאך הגואל. איין סיבה קען זיין, אז ער האט ערשט נעכטן דאנערשטאג אינדערפרי געלאנדעט אין ניו יארק פון אנטווערפן און ער האט זיך נאכנישט אויסגעשלאפן.

* ראובן *
קאפי עלבויגען איז פון די עלצטסטע עקטערס, ער עקט שוין איבער דרייסיג יאר און האט זיך באקאנט געמאכט אלץ א ערשטקלאסיגער שפילער מיט הארץ און חן. סאיז שווער אנצו-ווייזן וועלכע פון זיינע עקטס זענען געווען די בעסטע ווייל אלע זענען גיט, פון די בעסטע וואס איז געבליבן איינגעקריצט אין מח איז זיין שפילן אויף די לעצטע געדאנק, יוסף שפיל תשנ"א, על נהרות בבל, בוסתנאי (ביידע) און שפאנישע אינקוויזיציע (ביידע)

דא אלץ ראובן איז ער אויך פון די בעסטע שפילערס פשוט ווייל דער עולם וואס איז שוין אזוי צוגעוואוינט צו זיין סטייל וואלט שווער געקענט סובל זיין א צווייטען, ער לייגט גיט אראפ זיין חלק אבער מדערקענט אויך ווי וויכטיג הארמאני איז אפילו ביי עקטן, מיט א בעסערע חברותא פון עקטערס וואלט ער אויך מער ארויס געשיינט

* שמעון *
יוסף שמואל פרענקל האט אייזן אראפ געלייגט זיין שפילן שמעון ביים פאריגען שפיל תשנ"א, זייט דעמאלטס האט ער שוין אויך געשפילט א שיינע פאר מאל אין פלעיס (און געטאנצן א שיין ביסל קעדאטשקעס), זיין עקטן דא איז שטארק ענליך צו פאריגע מאל, ער שרייט אביסל ווייניגער, טאנצט אביסל מער, אבער סאיז גאנץ גיט געשפילט

* לוי *
אשר יודא קליין איז א נייער פנים דא און סדערקענט זיך שטארק, מיר איז זייער נישט געווען צום הארצן זיין עקטן, כהאלט אז אלץ אראבער למשל וואלט ער סאך בעסער אויסגעקומען (כוואלט אים געטוישט מיט אבא ווינקלער וואס וואלט ארויסגעברענגט א מער ענערגישער לוי), און אז ער וואלט אויסגעהערט בנצי לעבאוויטש וויאזוי ער האט געשפילט לוי תשנ"א וואלט ער אפשר מער פארשטאנען וואס זיין תפקיד האט דא געדארפט צו זיין

* יהודה *
חיים יודא האפפמאן האט געשפילט גראף ביי המלאך הגואל און אראפ געלייגט זייער א געלונגענע עקטעריי, די כאראקטער פון יהודה פאסט אים גיט און סטאקע נישט שלעכט געווען, אבער סהאט דאך אסאך געפעלט פון זיין שפילן און די סיבה איז ווארשיינליך צוליב דעם וואס זיין טאטע האט געכאפט ל"ע א הארץ אטאקע ערשטע טעג יו"ט און זיין קאפ איז נישט ראשו ורובו אינעם שפיל

דאס האב כגעוויסט פון די ערשטע מינוט אז קיינער וועט זיך נישט קענען פארמעסטן מיטן פריערדיגען יהודה (מרדכי לייב בן חזן אונגאר), למעשה האט ער טאקע נישט אזוי געשריגן און זיין קול איז נישט וואס אונגאר איז, דער גאנצער ויגש יהודה האט נישט געקלאפט אזוי איי איי, כאטש אין עקטן איז ער מסתמא בעסער, זאל זיין פאטער האבן א רפו"ש במהרה

* יוסף *
די שפיץ פונעם יעצטיגען פלעי איז פארשטייט זיך ליפא, כמיין מקען זאגן אז לכל הפחות 70 פראצענט פונעם עולם איז געקומען צו זעהן ליפא און דאס איז די עיקר סיבה פארוואס די שפיל איז צושטאנד געקומען (שאולי ריכטער) און פארוואס סהאט מצליח געווען אויסצופארקויפן אלע טיקעטס

ליפא שפילט יוסף ממש אויסערגעווענליך, מדערקענט אז ער האט אריין געלייגט קאפ און מח דערין און ער ברענגט ארויס די געוואלדיגע רגש וואס יוסף שטעלט מיט זיך פאר, די ניגונים, די קרעכצן, די תנועות, די בכיות, און (סורפרייזינגלי) אויך דאס עקטן איז אלעס ערשטקלאסיג, אז מפארגלייכט דאס צו תשנ"א איז זיין וויינען און רגש סאך מער ממשותדיג און עכט, בקיצור: עוד יוסף חי

* יחצאל *
ווען מהאט אויפגענומען אהרן מינץ אלץ יחצאל האב כאויפגעהויבן צוויי אויגן און זיך געחידושט ווי קומט אזא כאראקטער צו מינץ וואס איז מער צוגעפאסט צו זיין דער שלעכטער בייזער רשע וואס ער שפילט געוואלדיג אלץ באלטאזער אין שפאנישע איקוויזיציע אדער דער קעניג אין בוסתנאי

למעשה קען מען זען פון דעם אז א גיטער עקטער קען זיך צופאסען צו סיי וואספארא כאראקטער מגיבט אים צו שפילן, ווען משפילט לץ איז אבער בעיקר שווער סיי ווייל סאיז א ספעציעלע חוש צו קענען אראפלייגן א דזשאוק (אפילו אויב סאיז נעריש אבער אויב מלייגט דאס גיט אראפ געלונגט עס) און סיי ווייל סווענדט זיך אסאך אין די דזשאוקס וואס משטעלט אים, פארדעם קען מען זיך נישט אפרעדן ווייל ער טוט גיט וואס ער דארף צו טון

* אראבער *
אבא ווינקלער שפילט דער הויפט פון די אראבישע באנדע, זיין עקטן אלץ מחמוד איז ממש סופער סופער, זיין שטימע, זיין התנהגות, זיין טאנצען, איז זייער זייער גיט און אפילו בעסער פון וועלוול גאלדשטיין תשנ"א

ארי אבראמאוויטש איז אויך גאנץ גיט, ער איז גאנץ א גיטער עקטער אבער זייער שלעכט ווען ער דארף זאגן א קארני דזשאוק (סאיז א ספעציעלע חוש ווי שוין געשמועסט), פאקטיש קוועטשט ער ארויס (אזויווי אלעמאל) א גיטע עקטעריי אלץ חלא

יעקב יוסף סורקיס איז נישקשה אלץ אבראך (דאכט זיך אז זיין כאראקטער נאמען איז בעסער ווי זיין שפילן..) ער פאסט גיט פארן דריטן יוקעל אין די חבורה, און יוסף שטיינמעטץ איז אוודאי גיט אלץ דער טויבער פיקעל חריף וואס איז אן אפגעריסענער מיטשלעפער

* פרעה *
מרדכי הערש הערשקאוויטש איז איינע פון די סארט מענטשן אויף וועם סאיז שווער צו גלייבן אז זיי קענען עקטן אבער למעשה זענען זיי מוראדיג, ער האט אויך אנגעהויבן ביי דער פראגער גולם און זיך אויסגעצייכענט ביי המלאך הגואל, דא שטעלט ער פאר פרעה אלץ א פוסטער בייזער משוגענער וואס האט נישט וואס צו טון מיט זיין איבריגע צייט און האלט זיך אונטער דורך אונטערדריקן מענטשן

כאטש פרעהס כאראקטער פארלאנגט נישט ליצנות, האט דער עולם מער געלאכט פון הערשקאוויטש אלץ נערוועזער פרעה ווי יחצאל מיטן פחד פון טיגער סצענע, זיין שיך און פידזשאמעס איז א פרשה בפני עצמו, בקיצור: חי פרעה

* חרטום *
ארי אבראמאוויטש שפילט אויך פרעהס רעכטע האנט, ווי שוין געשמועסט האט אבראמאוויטש א חוש ארויס צו קוועטשן א גיטע שפילעריי פון יעדע כאראקטער וואס ער שפילט, דא האט ער מער א ערנסטע כאראקטער ווי אלץ חלא און ער איז זייער גיט דערצו, אז מפארגלייכט דאס צו וועלוול גאלדשטיין תשנ"א איז אבראמאוויטש בעסער

* באדינער *
זייער גיט געשפילט, מער פראפעשענעל און מער פונקטליך ווי ביי די פריערדיגע, מעקאופ און קאסטום איז אויך ערשטקלאסיג

* שר המשקים *
יוסף שמואל פרענקל איז אזויווי תשנ"א דער שר המשקים, סאיז א קורצע שטיקל, אבער גיט געשפילט און וואויל געטאנצען, זיין פחד פונעם בייזן פרעה מאכט עס נאר אינטערסאנטער

* יוסף משנה למלך *
ליפא אלץ משנה למלך איז סאך שוואכער ווי ליפא אלץ יוסף, זיין התנהגות אלץ קעניג איז זייער נישט קעניגליך און זיין עקטן איז צו שנעל און נישט ארויסגעברענגט ווי סדארף צו זיין, דאס איז א דבר פשוט אז ער טויג בעסער פאר א מער רגשדיגער כאראקטער ווי דער יונגער יוסף אבער פונדעסוועגן איז א חידוש אז אפילו די פשוטע ליינס (ווי ער רעדט מיט יהודה למשל) איז נישט ארויסגעברענגט געלאסן מיט טעם

סקען זיין אז די פרעשור צו ענדיגן שנעל איז אויף אים משפיע און ער קען נישט פערפארמען אונטער פרעשור, אבער מדערקענט אז ער האט זיך נישט געלאזט לערנען פון דירעקטאר שלמה פערל וואס האט געוואלט לייגן מער א דגוש אויף דראמא און נישט די קליינע שטיקלעך אין וואס ליפא האט זיך איינגערעדט און למעשה האט עס נישט געקלאפט און קיינער האט עס ניטאמאל באמערקט

די איינציגסטע שטיקלעך ווי ער איז יא גיט אלץ משנה למלך, איז די שטיקלעך ווי ער זינגט, דארטען נעמט ער איין מצרים - כמיין דעם סטעידזש, ער שפירט זיך אינדערהיים און איז מושל בכיפה, מיט מער פרעקטיסן און בעיקר מיט מער הדרכה פון שלמה פערל וואלט עס געווען פילפאכיג בעסער

* מנשה *
יעקב יוסף סורקיס שפילט אויך מנשה, די כאראקטער פארלאנגט נישט קיין סאך רעדן פונדעסטוועגן פעלט אויס אז זיין התנהגות זאל פאסן און שטימען, סאיז זייער גיט געשפילט אן ווערן צומישט פון די מערערע (אפט צומישטע) תפקידים וואס ספארלאנגט

+++

און יעצט אז מהאב מיר שוין א שטיקל השגה ווער די עקטערס זענען, לאמיר באטראכטען דעם שפיל אליין, כוועל נישט אריין גיין אין יעדן פרט סיי ווייל כגעדענק נישט יעדע איינצעלהיייט און סיי ווייל פארדעם דארף מען אליין גיין זעהן כי אינו דומה שמיעיה לראי'

איז לאמיר אנהייבן א שנעלע איבערבליק פון "דאס זיידענע העמעדל":

* הקדמה *
שלמה פערל מיט זיין געשליפן צינגל שטעלט פאר ווער SPAF איז און אלע שפילן וואס זיי האבן שוין אהער געשטעלט ביז היינט, ער ברענגט גיט ארויס אז דער שפיל איז בלויז א פארשטעלונג וואס איז טאקע געבויעט אויף די תוה"ק ומדרשי חז"ל אבער די ענינים זענען סאך טיפער, און "קיינער זאל זיך נישט פארשטעלן אפילו אויף א רגע" אז אזוי האט דאס טאקע פאסירט און סאיז געווען פשוטע קנאה שנאה צווישן די ברודער, ער איז אויך מעורר דעם עולם נישט צו מאכן קיין חילול השם דורך אריין שרייען אדער מאכן שמוץ (להודיעך אז סאיז א "היימישע" פלעי)

* ערשטע סצענע *
יחצאל איז מקבל פנים דעם עולם, ער וויצלט וועגן אלע זיינע תפקידים וואס ער האט געהאט ביי די פריערדיגע SPAF שפילן, ער חזרט איבער די קערן (איי דאנט קעיר) דזשאוקס, יהודה שטעלט פאר די שבטים און די שבטים שטעלן פאר יעקב, יעקב קומט אריין מיט געמאסטענע טריט, ער שפאצירט דורך די קינדער ווי אן אלטער איד און דאנקט הקב"ה, די שבטים גייען אין פעלד פאשענען די שעף, זיי זינגען דעם באקאנטען "מיר גייען שוין וכו'" אבער אנדערש ווי ביי די פריערדיגע

יעקב בעט יחצאל צו רופען יוסף, יחצאל מאכט די שטיק און פארשטייט נישט פארוואס יעקב זוכט עשו (זעט אויס אז ער רעדט נאך מיטן ברודער..), ענדליך קומט יוסף אריין דרייענדיג די פאות, דער עולם קלאטשט זעהנדיג ליפא צום ערשטן מאל, יעקב גיבט יוסף די כתונת פסים און יוסף דרייט זיך ארום פארטראכט, יעקב שטופט אים צו זאגן וואס באדערט אים ביז יוסף דערציילט וועגן די בני השפחות און וועגן אבר מן החי, יעקב שיקט נאך די ברודער און זיי קומען פארחידושט וואס עפעס רופט מען זיי אזוי שנעל אהיים

יעקב מוסרט די ברודער און זיי חידושן זיך אויף די מסירה, איידער זיי גייען ארויס שטעלט זיך יוסף אויפן באנק און פארציילט זיין חלום, דא קומט ליפאס ערשטע אויפטוה, אנשטאט די אלטע "הערטס מיר נאר אויס א חלום א שיינעם", זינגט ער אברהם פרידס "א שיינעם חלום האב איך געזען", און אויף דעם ענטפערט שמעון "נישט געדאגהט ברודער", זייער א געלונגענע שטיקל

יעקב מאכט אוועק דעם חלום און די ברודער גייען צוריק קיין שכם, יוסף און יעקב לערנען צוזאמען תנו רבנן די סוגיא פון עגלה ערופה ונחל איתן (יחצאל גליטשט זיך ארויס), ליפא דרייט שטארק מיטן פינגער צו פארשטיין פשט, ביז יעקב שיקט אים זעהן וואס די ברודער טוען אין פעלד, כאטש ער פארכט זיך גייט ער מקיים זיין כיבוד אב

לייטס פארלעשן זיך - (פורהאנג) סינערי פאלט

* צווייטע סצענע *
די ברודער אין שכם זענען מחליט צו גיין קיין דותן, יחצאל רוקט זיך אן און טענהט אז ווער סגייט קיין נחל דותן האקט מען אים אפ דעם קאפ... יהודה שלאגט אים פאר צו בלייבן, יחצאל קען נישט מחליט זיין צו ער האט יא מורא אדער נישט ביז דער טיגער דערמאנט אים וואספארא העלד ער איז, דער עולם גייט קיין דותן, יחצאל לויפט זיי נאך מיט די הילף פון היי טעק (ערשטע עד)

יוסף קומט זוכען די ברודער אין שכם, דער מלאך (שלמה פערל) פארציילט אים אז זיי זענען אין דותן און עצהט אים נישט צו גיין, יוסף גייט פונדעסטוועגן מקיים צו זיין כיבוד אב

לייטס פארלעשן זיך - (פורהאנג) סינערי פאלט

* דריטע סצענע *
די ברודער פאשענען אין דותן, לעבעדיגע שעפעלעך דרייען זיך ארום (איינער לאזט זיך ווואוילגיין אויפן סטעידזש..), זיי זינגען אכלו רעים און טרינקען, שמעון רעדט וועגן מלכות יהודה און וועגן יוסףס מרידה, ראובן פרובירט צו בארואיגן ביזדערווייל קומט יוסף אן, שמעון איז אים שארף מקבל פנים און רייסט אראפ דעם זיידענעם העמעדל, שמעון און לוי זענען אים דן למיתה (חייב מיתה), יוסף בעט זיך מיט הארציגע טרערן צו די בני השפחות פאר וועם ער האט זיך אנגענומען, ראובן און יהודה פועלן מזאל אים ווארפן אין גרוב

יוסף זינגט ממעמקים אין גרוב (די מוזיק מאכט דא א טעות און מהערט וואסער - זיי האבן פארגעסן זעט אויס אז הבור ריק מים אין בו וכו'), די ברודער גייען ווייטער פאשען, סקומען אן א באנדע ישמעאלים מיט א לעבעדיגן קעמל, זעק און וועגענער, זיי טאנצען אראביש אז סגייט א רויעך, יעדער פארציילט זיין היסטאריע וויאזוי ער איז שיעור נישט געווארן א זעלבסטמערדער, מחמוד לייגט אראפ דעם ירושלימער מיטן געלן פידזשאמע, אבראך דרייט א קאפ מיט זיין קעמל וואס ער נעמט אין כולל.. חלא גייט זוכן זיין טאשקע (הייזקע) און קומט צוריק א בלאסער, משיקט חריף זאל אים ברענגן וואסער, אנשטאט וואסער טרעפט ער בין לאדען.. משלעפט אריין און ארויס ביז מנעמט יוסף ארויס פון גרוב (מחמוד פרעגט זיך נאך איבער זיין מנהל..) און ער ווערט א זאק שלעפער פאר די ישמעאלים

ראובן קומט מיטן שטריק און לאמפ ארויס צו נעמן יוסף, דער עולם איז איבערגענומען פון זיינע בכיות ווען ער טרעפט גארנישט, יהודה דערציילט אים דעם סוד (ווייעכער געמאכט די אריגענעלע סקריפט) אז ער האט זיך געמאכט א סימן אז אויב יוסף בלייבט ביים לעבן דאן איז ער נישט מחויב מיתה און דערפאר האט ער אים בשתיקה פארקויפט פאר די ישמעאלים, ראובן וויינט און קלאגט "וואס וועט מען זאגן דעם טאטען?", זיי מאכן א חרם אז טרוב טורב יוסב (אנשטאט טרוס טורס ווי ביים פריערדיגען)

לייטס פארלעשן זיך - (פורהאנג) סינערי פאלט

* פערדע סצענע *
יוסף וועקט זיך אויף אינמיטן די נאכט ווען די אראבער שלאפן, ער טרעפט זיין מאמע רחלס קבר, ער זינגט און וויינט, ליפא לייגט דא אראפ אן עבודה, די בכיות זענען זייער גיט געמאכט און דער שפיץ איז ווען די ישמעאלים וועקן זיך אויף און פרעגן אים פארוואס ער וויינט און ער ענטפערט: "פארוואס זאל איך דען נישט וויינען"... א געלונגענע שטיקל

לייטס פארלעשן זיך - (פורהאנג) סינערי פאלט

* פינפטע סצענע *
אינדרויסן פון יעקבס שטוב, ראובן דרייט זיך און טראכט וואס צו זאגען פאר יעקב, יעקב פארשט ראובן וואס גייט פאר ביז די ברודער קומען אן און יעקב פרעגט ווי איז יוסף, יהודה צייגט דעם צושטאכענעם העמעדל הכר נא זאת מצאנו, יעקב קלאגט און וויינט, פיני פריעד לייגט דא אראפ זיין בעסטע שטיקל פונעם שפיל מיט טעם און רגש, בנימין (שוואכע מעשיות) פרובירט טרייסטן יעקב אבער ער איז נישט מקבל ביז ער פאלט אין חלשות

לייטס פארלעשן זיך - (פורהאנג) סינערי פאלט

* זעקסטע סצענע *
ביי פרעה אין הערליכן פאלאץ (א מייסטערהאפטע ארבעט בפרט די שטול) פרעה קען נישט צו זיך קומען פון זיינע חלומות, זיין חרטום העלפט אים נישט צו מיט קיין פתרון און ער ווערט צוקאכט (יחצאל פאלט דארט אריין בטעות), דער עולם האט שטארק הנאה פון פרעהס שלאף שיך... מלאזט רופן דעם שר המשקים וועלכע טאנצט און זינגט וועגן דעם אידישען קנעכט אין תפיסה ביז פרעה ווערט נערוועז און טרייבט אים ארויס

פרעה באפעלט חרטום צו ברענגן דעם יוסף, מברענגט יוסף אין די תפיסה קליידער און דעם לאנגען בארד, פרעה מאכט פון אים חוזק (ער האט אויך געהאט אמאל א פעטער יוסף) ביז יוסף זאגט דער פתרון, ליפא זינגט געשמאק, פרעה איז העכסט צופרידן (בעיקר פון די זעטע יארן) און מאכט אים משנה למלך, חרטום פילט זיך באקריוודעט אבער פרעה טרייבט אים ארויס און באפעלט מזאל אים אויפהענגן אויפן חרטום..

יוסף קומט צוריק אלץ משנה למלך און באפעלט מנשה אים צו געבן די טעגליכע ליסטע פון תבואה קויפער, ווען ער זעט די ברודער אויפן רשימה באפעלט ער זיי צו רופען, די ברודער קומען און דער קעניג פרעגט זיי פון ווי זיי זענען (יחצאל איז פון בארא פארק..) און נאך קשיות ביז ער באשולדיגט זיי אלץ שפיאנען

יהודה דערציילט פארן קעניג אז זיי האבן פארלוירן א ברודער און דער יונגערער איז נאך אינדערהיים, דער קעניג באפעלט אים צו ברענגן אויב ווילן זיי תבואה און אלץ משכון וועט איינער בלייבן, די באדינער פרובירן בינדן שמעון אבער ער לאזט נישט ביז מנשה לייגט צו א האנט, שמעון זינגט, ראובן זינגט און די ברודער זינגען מתוודים אנחנו לפניך (א שיין שטיקל), זיי געזעגענען זיך פון שמעון

יוסף שיקט ארויס די באדינער (ווינקט פאר מנשה זאל בלייבן) און דערקענט זיך צו שמעון, די שטיקל איז שוואך אראפ געלייגט (א שאד), די ברודער קומען צוריק מיט בנימין און מען באפרייט שמעון, דער קעניג באפעלט מנשה אריין צו לייגן זיין בעכער אין בנימיןס זאק, די ברודער מיט מנשה און בנימין פארלאזן דעם קעניג און ווערן צוריק גערופען, דער קעניג באשולדיגט זיי אין גניבה, יהודה זאגט סנישט מעגליך, דער קעניג זאגט אז ביי וועם מוועט דאס טרעפן וועט מען מעניש זיין מיטן ערגסטען (חייב מיתה) און נישט מיט תפיסה אדער עבדות, יהודה איז מסכים און מנשה טרעפט דאס בעכער ביי בנימין (וועלכער עקט שוין אביסל בעסער דא)

ויגש יהודה, יהודה טענהט זיך מיטן קעניג ערשט מיט שיינעם און דערנאך מיט בייזן, ווען דער משנה למלך זאגט חי פרעה און ציט איבער דאס שטריקל (די גאנצע דין ודברים איז שוואכע מעשיות) באפעלט יהודה פאר נפתלי צו ציילן די גאסן אין מצרים, יהודה נעמט פופציג און די איבריגע נעמען דאס רעשט, זיי ציען ארויס די שווערדן און לויפן ביז שמעון (נישט יוסף) האלט זיי אפ און פארציילט זיי אז דער קעניג איז יוסף

יוסף דערקענט זיך און מבעט זיך איבער, ליפא זינגט "לאמיר זיך איבערבעטן ברודערלעך", זיי זינגען צוזאמען "וואס איז געווען איז געווען" זייער שיין, זייער א געלונגענע שטיקל בפרט מיט ליפאס הארמאני

לייטס פארלעשן זיך - (פורהאנג) סינערי פאלט

* זיבעטע סצענע *
צוריק ביי יעקב אין שטוב, שרח בת אשר זינגט זיס עוד יוסף חי (א נייע נוסח, זינגן איז זייער גיט עקטן נישט אזוי), די ברודער קומען צוביסלעך אריין פון א זייטיג טירל, יעקב דערפרייט זיך מיט די בשורה און זינגט

לייטס פארלעשן זיך - (פורהאנג) סינערי פאלט

* אכטע סצענע *
צוריק אין מצרים יוסף טרעפט זיך מיט יעקב, זיי פארלאזן דעם פאלאץ און מאיז צוריק מיט פרעה און מיט.. יחצאל, זיי טוישן זיך שטעקענעס (דער שרביט מיטן בעזים), ביז זיי גייען ארויס

* Finale *
יהודה קומט אריין אין ליידיגן פאלאץ און זינגט א שטיקל חזנות א"ר שמעון בן חלפתא לא מצא הקב"ה כלי מחזיק ברכה לישראל אלא השלום, קאפי (ראובן) קומט אויך אריין (סווערט א שטיקל קאנצערט) און זינגט אויך די זעלבע שטיקל אבער אנדערש, די שבטים קומען צוביסלאך אויך אריין, ביז יעקב קומט און זינגט אויך, סווערט שטיל, די טעפיך איז אויסגעשפרייט, און פון אונטערן שטול קומט ארויס יוסף מיט זיין אייגענע נוסח אויפן זעלבן שטיקל

ווען ער קומט אן צו די שטיגן, שטעלט ער זיך אפ מיטן ניגון, די מוזיק נעמט שפילן שנעל, און ליפא הייבט אן זינגען לעבעדיג "שלום שלום צווישן ברודער" (משה גאדלמאן), און סאיז דאך א הורא ממילא נעמט זיך ליפא טאנצען הורא כמו שכתוב, דאס איז די פאנטש ליין וואס דער עולם האט געווארט, ברודערס נעמען זיך טאנצען, יוסף מיט יעקב, יוסף מיט יהודה, יוסף מיט שמעון, שמעון און לוי, בנימין און שרח בת אשר, אבראך מיט מחומוד, אאו"ו, דער עולם שטייט און קען זיך נישט געזעגענען ביז די פורהאנג (ענדליך) פאלט און פרעה גיבט א שריי: "גייטס אלע ארויס פון דא!", און אז פרעה שיקט ארויס די אידן פון מצרים, גייט מען...

+++

* באמערקונגען *
סדא אסאך קליינגקייטן וואס געבן אסאך צו צום שפיל, און רובו ככולו האט אלעס וואונדערליך געקלאפט, בעיקר איז צום באוואונדערן די שנעלע ארבעט צווישן איין סצענע און צווייטען, די קרעדיט פארדעם קומט זיך פארן סטעידזש דירעקטאר ארי פרענקל, סאיז געווען מוראדיג גיט ארגענעזירט אזוי אז סהאט נישט געדויערט מער ווי מאקסימום צוויי מינוט צווישן די סצענעס און דער עולם האט זיך אפילו נישט אויפגעהויבן, סדא וואס זאגן אז סאיז געווען בכדי מונע צו זיין תערובות וואס קען פאסירן אינדרויסן ביי הפסקה, בכל אופן איז עס געווען זייער גיט אראגאנאזירט

די איבריגע וויכטיגע זאכן זענען אויך געווען געלונגען:

קאסטוםס - הערליך שיין
פראפס - א פראכט פון א זאך
סינערי - די נייע זייער שיין, די אלטע שיין אבער אויסגעדראשען
מוזיק - דורך ברוך קאלער, זייער שיין
מעקאופ - דורך הערשי ראזנער, אויסערגעווענליך
סאונד - דורך L&M סאונדס, זייער גיט חוץ עטליכע פלאפס דא דארט
קאור - דורך המזמרים, זייער שיין

ווער סהאט בילדער אדער ווידיאו איז מכובד ארויף צו לייגן, און אויב זענט איר אויך געווען ביים פלעי ביטע טיילט מיט אייער התרשמות

זאל שוין זיין שלום!



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-23/10/2005 04:50 לינק ישיר 

קאפי עלבאגען וואס שפילט ראובן האט ל"ע פארלוירן זיין פאטער היינט שב"ק, ע"פ השמועה גייט ער למעשה יא עקטן מוצ"ש

ברוך דיין האמת




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-23/10/2005 04:55 לינק ישיר 

אפדעיט:
נאך א ערנסטע דילעי פון כמעט איינס א האלב שעה (אפיציעל 9:30) האט זיך די שפיל אנגעהויבן ממש אין די מינוטען, קאפי שפילט יא ראובן



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-23/10/2005 10:02 לינק ישיר 

מצורף קובץ

Images from the play (in the order they were captured) Thursday

יחצל



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/10/2005 10:05 לינק ישיר 

מצורף קובץ

ציט אויס די וואפן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/10/2005 10:06 לינק ישיר 

מצורף קובץ

יעקב



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/10/2005 10:06 לינק ישיר 

מצורף קובץ

כתונת פסים



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/10/2005 10:07 לינק ישיר 

מצורף קובץ

תנו רבנן ... אבר מן החי



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/10/2005 10:08 לינק ישיר 

מצורף קובץ

יעקב זאגט מוסר פאר די שבטים



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/10/2005 10:08 לינק ישיר 

מצורף קובץ

א שיינעם חלום האב איך געהאט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/10/2005 10:09 לינק ישיר 

מצורף קובץ

און נאך א שיינעם חלום האב איך געהאט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/10/2005 10:10 לינק ישיר 

מצורף קובץ

נישט גע'דאגה'ט ברודער



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש עולם הנגינה > יוסף שפיל - חוה"מ סוכות תשס"ו
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 4 5 לדף הבא סך הכל 5 דפים.

bholext