בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

אוי ! 26 יאר ווער גלייבט עס

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-25/8/2005 08:49 לינק ישיר 
אוי ! 26 יאר ווער גלייבט עס

אזו הערט מען פון עלטערע דורכגעווייקטע סאטמאר'ע חסידים
אויפן יום המר והנמהר כוא"ב



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/8/2005 18:09 לינק ישיר 

מען שרייבט נישט יום המר והנמהר
ס' איז א יומא דהילולה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/8/2005 19:19 לינק ישיר 

כוא"ב תשל"ט איז געווען א יום המר והנמהר פאר אלע ערליכע יודן בכלל און חסידי סאטמאר בפרט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/8/2005 20:20 לינק ישיר 

וטעות לעולם חוזר



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/8/2005 20:31 לינק ישיר 


איך ווייס נישט צי די ביסט גערעכט אז א יומא דהללא ריפט זיך "יום המר והנהמר"




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/8/2005 20:43 לינק ישיר 

אזוי איז געשטאנען און פארווערטס

וויפֿל סאַטמערער חסידים וווינען אין אַמעריקע? יעדער שאַצט אָפּ אַנדערש זייער צאָל. נאָר פֿון די צווישן פֿופֿציק און הונדערט טויזנט וווינט אַ היפּשער טייל אין וויליאַמסבורג, וואָס אַ סך חסידים רופֿן אים „ירושלים דאַמעריקע.'' וווּ וווינען די טויזנטער ייִדן, און ווי קען זײַן גענוג פּלאַץ אין וויליאַמסבורג פֿאַר זיי אַלע?







ווען די סאַטמערער, דעמאָלט ניט קיין מאַסן־באַפֿעלקערונג, האָבן זיך אַרײַנגעקליבן אין וויליאַמסבורג אין די 1950ער און 1960ער יאָרן, איז דער עקאָנאָמישער באַרג־אַראָפּ פֿון ברוקלין שוין געווען אין פֿולן גאַנג. די סיבות פֿאַרן דאָזיקן אַראָפּפֿאַל זײַנען פֿאַרשיידענע, נאָר אָנגעהויבן האָט זיך די מעשׂה מיטן ברוקלין־קווינס־גיכשטראָז (בי־קיו־אי), וואָס איז אויפֿגעבויט געוואָרן אין 1954. דער דאָזיקער שאָסיי האָט אַראָפּגעבראַכט דעם עקאָנאָמישן ניוואָ פֿון גאַנצן געגנט, און באַזונדערש וויליאַמסבורג. אַ דרײַפֿאַכיקער קריזיס – עקאָנאָמישע צעפֿאַלונג, נאַרקאָטיק, פֿאַרברעכערײַ – האָט אַרומגעכאַפּט דעם ראַיאָן, און סײַ געשעפֿטן (באַזונדערש די שווערע אינדוסטריע), סײַ די אײַנוווינער פֿון די מיטעלע שיכטן האָבן געמאַכט פּליטה.







דאָס דאָזיקע אַנטלויפֿן האָט צוגעשפּילט פֿאַרשיידענע עטנישע גרופּעס, וואָס האָבן אויסגענוצט די אַראָפּגעפֿאַלענע דירה־געלט און גענומען זיך אַרײַנציִען. געווען איז אויך, אָבער, אַזא מין סאָציאַלער פּאַראַדאָקס: כאָטש די שטאָט־רעגירונג, ווי אַ פּרוּוו אויף „שטאָטישער באַנײַונג'', האָט אַראָפּגעוואָרפֿן אַ צאָל צעפֿאַלענע דירות־הײַזער אין די 1950ער און 1960ער, און אָנגעהויבן בויען נײַע, איז די צאָל נײַע דירות־הײַזער ניט געווען גענוג צו דערפֿילן די באַדערפֿענישן פֿון די נײַ־אַרײַנגעגקומענע. האָבן די דאָרטיקע אײַנוווינער געדאַרפֿט זיך קאָנקורירן (איידל גערעדט) איבער די באַגרענעצטע וווינערטער.







ביז די מיטעלע 1970ער יאָרן האָט דער דעמאָקראַטישער פּאָליטישער „מאַשין'' געגעבן די אייבערהאַנט די חסידים איבער די שפּאַנישע. אויך דעמאָלט האָבן די וויליאַמסבורגער חסידים, אפֿשר ווי קיין מאָל שפּעטער, שטרענג געהאַלטן די קהלשע דיסציפּלין און געשטימט אין אַ בלאָק לויטן רבינס באַפֿעל. נאָר ווען די שפּאַנישע האָבן זיך גענומען פּאָליטיש אָרגאַניזירן, און די שטימרעכט־געזעצן האָבן פֿאַרווערט דאָס אויסשליסן בירגער צוליב ענגליש־קענטענישן אָדער דעציִונג, האָט דער באַלאַנץ גענומען זיך איבעררוקן ביז אַ פּאָליטישער גלײַכוואָג צווישן די חסידים און די שפּאַנישע.







דער יאָרצענדליק פֿון די 1970ער יאָרן האָט אפֿשר געזען דעם שפּיץ פֿון די סאַטמערער און שפּאַנישע קהילות ווי די „גלאַוונע'' צווישן וויליאַמסבורגער גרופּעס, און די כּלערליי רײַבונגען וואָס האָבן זיך מער ווי איין מאָל אָפּגעהילכט אויף די נײַעסזײַטן פֿון ניו־יאָרקער צײַטונגען. דורך די 1970ער און 1980ער יאָרן זײַנען זיך די צוויי גרופּעס אָפֿט מאָל צוזאַמענגעשטויסן איבער דער סאַמע לעבנספֿראַגע: וווּ קען מען וווינען, און ווי אַזוי קען מען פּועלן בײַ דער רעגירונג, זי זאָל אויפֿבויען דירות־פּראָיעטן וואָס זײַנען פּאַסיק פֿאַר די אייגענע (און ניט, חלילה, די פֿרעמדע)?







די 1980ער – דער אָנהייב פֿונעם סוף?







עטלעכע פֿאַקטאָרן אין דעם פּעריאָד האָבן פֿאַרשאַרפֿט דעם דירות־מצבֿ בײַ די וויליאַמסבורגער חסידים. ערשטנס, איז אין 1979 ניפֿטר געוואָרן דער סאַטמער רבי, הרבֿ יואל טייטלבוים. כאָטש זײַן פּלימעניק האָט איבערגענומען דאָס רבנות, האָבן זיך באַלד צעקריגט די אייניקלעך (אַהרן און זלמן לייב), שאַפֿנדיק אַ שפּאַנענדיקע מעשׂה אין המשכים וואָס שפּילט זיך אָפּ עד־היום אין קרית־יואל, ירושלים, און וויליאַמסבורג. יענע צעשפּאַלטונג בײַ די סאַטמערער, צוזאַמען מיטן צוּוווּקס פֿון אַנדערע וויליאַמסבורגער חסידותן (למשל בעלז און קלויזענברעג) האָבן אָפּגעשוואַכט די אייניקייט פֿון דער סאַטמערער קהילה.







צווייטנס, האָבן די ערשטע „פּיאָנערישע'' באָהעמער, פּליטים פֿון באַרײַסערשין, מאַנהעטנער דירה־געלט, אָנגעהויבן באַזעצן זיך אין ברוקלין. און דריטנס – און אפֿשר אַרויסגערופֿן פֿון דער „ערשטער כוואַליע'' באָהעמער – האָט מען אין 1985 לעגאַליזירט דאָס פֿאַרדינגען בוידעם־שטיבער (בלעז „לאָפֿטס'') אין וויליאַמבסורג. עס קען זײַן אַז קומעדיקער היסטאָריקערס פֿון אַמעריקאַנער חסידים וועלן פֿאַרשרײַבן יענעם בײַט, ווי דער אָנהייב פֿון דעם סוף פֿון חסידישן וויליאַמסבורג.









דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/8/2005 21:06 לינק ישיר 

D1D2D3D4
איך בין נישט קיין סאטמערער חסיד
מיט דעם אלעם אפרשטיי איך אז ס'איז געווען א ביטערער טאג פאר סאטמארער חסידים.

אבער, האסטי שוין געזען אז איינער זאל שרייבן אויפ'ן טא"ג ל"ג בעומר אז ס'איז א יום המר והנהמהר ווייל דער תנא אלקי רשב"י איז דעמאלטס נסתלק געווארן?

שרייבט איינער אז כ"ה ניסן איז א יום המר והנמהר ווייל דער הייליגער דברי חיים איז דעמאלטס נסתלק געווארן?




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/8/2005 21:32 לינק ישיר 

יענער טאג איז געוועןא יום המר והנמהר, אבער יעדער יאר פון דאן איז א יומא דהילולה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/8/2005 21:32 לינק ישיר 

מצורף קובץ

רבי זי''ע



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/8/2005 21:35 לינק ישיר 

יום המר והנמהר האט די רבי געזאגט אויף ה' אייר



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/8/2005 21:36 לינק ישיר 

מצורף קובץ

.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/8/2005 21:38 לינק ישיר 

מצורף קובץ

.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/8/2005 21:39 לינק ישיר 

מצורף קובץ

.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/8/2005 21:46 לינק ישיר 

עפשטיין
גערעכט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/8/2005 01:51 לינק ישיר 

עפשטיין tank yo

פשטידא דאס האב איך געמיינט !!!




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/8/2005 01:54 לינק ישיר 

אלזא קומט שוין די טאג
כ''ו אב



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > אוי ! 26 יאר ווער גלייבט עס
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext