בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

דינא דמלכותא דינא

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-26/8/2005 20:53 לינק ישיר 
דינא דמלכותא דינא

האט איר געהערט די דרשות פון די אסיפה וועגען דינא דמלכותא וואס איז געווען אין ווישניצער זאל אין די ניין טעג.

מורא'דיג,

גייט ארויס און קויפט די טעיפס.

עס איז דא דארט א דרשה פון הרב נחום ראסקין דער טשאפלין פון אטאסוויל.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/8/2005 20:56 לינק ישיר 

עס איז אזוי מוראדיג, יעדער ברענג ארויס ווי חשוב ער איז זיינע קינדער זענען, בקיצור יעדער איז זיך שיין מספיד.

תכלית פארוואס עס האט זיך געלוינט צו זיצען דארט 4 שעה?זערא.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/8/2005 21:08 לינק ישיר 

דאס האסטו געהערט? פון די אלע לעבענס וויכטיגע זאכען וואס מען האט דארט גערעט? די ביסט א לעבעדיקע ראיה צו דעם וואס מען רעט דארט אז א מענטש הערט וואס ער וויל הערן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/8/2005 21:10 לינק ישיר 

דער רב לאסקין איז ווערט זיין געלט, גערעדט האט ער אפשר גוט, איך האב נאכנישט געהערט די טעיפט, אבער 'טאן' מעג ער מער ווי ער טוט יעצט

די לעצטע שריט זיינע איז געווען, זיי אייגענע באשלוס, נישט ארויסצולאזן הרב פיש, זיצן שבעה, ווייל.... יעדער וועט אים וועלן נאכמאכן..........

שעים אן הים



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/8/2005 21:10 לינק ישיר 

אנטשולדיקט אטאז

די ביסט א לעבעדיגער עדות וואס פאר קליינע קעפ אסאך פון די היימישע מענטשען זענען וואס הערן אביסל דעמעגאגיע אויף ענגליש נעמען זיי דאס אן פאר תורת לאקשן.

רוב געלערנטע מענטשען זענעאן ארויסגעקומען פון דארט זייער דיסעפוינטעט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/8/2005 21:14 לינק ישיר 

די דארפסט הערן די טיעפס ער רעד דארט פון דעם ענין וואס היימישע אידן דארפן פארשידענע זאכעןוואס מען קען שווער אויספירן.

ער זאגט אז ווען אלע אידן זאלען זיין מאוחד אונטער איין פירערשאפט וואלט מען געקענט טוישען די ראאלס.

אבער אזא מין פילוג און פירוד ווי היינט איז נאך קיינמאל נישט געווען ליידער. און דאס האט א פרייז.

אפילו אויף מציצה בפה האט מען זיך נישט געקענט צוזאמען זעצען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/8/2005 21:14 לינק ישיר 

פוי !

קיין אנדערע אויסדרוק האב איך נישט דערוועגן !

יעדער פרובירט איבערשטייגן דעם אנדערן מיט ארויסברענגען (אויף ענגליש !) אז די חרדי'שע אידן זענען שווינדלער, באטריגער, גנבים און גזלנים.

דער מערסטער באנוצטער ווארט פון דעם אוונט איז געווען "ישיבה'שע שטיק"...

יעדע זאך האט א מהלך וויאזוי מען דארף דאס ארויסברענגען, אפילו אויב עס איז יא אמת.

ובפרט, ווען חרדי'שע אידן זענען בכלל נישט ערגער אים דעם הינזיכט ווי דער פשוט'ער גוי (ע"ע, ענראן, ענדערסאן, וכו' וכו' וכו'), נאר ליידער האבן מיר אדאנק יחידים - און די אנטי חרדישע פרעסע - אנגעוואוירן דעם גוטן נאמען וואס חסידישע אידן האבן אלעמאל געהאט.

בפרט איז גרויליג צו הערן ווי דער - לכאורה - האלבער איד שטאלצירט אז ער איז פונקט אזוי גוט ווי מיר זענען, און ער איז גאר א בעסערער איד ווי אונז...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/8/2005 21:23 לינק ישיר 

אטאז

מוראדיגע דברי חכמה ממש עס האט זיך דאס געלוינט צו גיין הערן.

נעקסטע מאל זאל ער זאגן אז קמץ א איז א אין קמץ ב איז ב וועט זיך נאך מער לוינען צו גיין.

בכלל זענען אסאך היימישע אידן געווען פארווייטיגט אז מען האט אים גערופען צוד דעם מיטינג, בשעת קיין גרויסע טובות קען מען פון אים נישט האבען פאראייניגט צו נישט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/8/2005 21:26 לינק ישיר 

אז די האסט טאקע אזוי פיל היץ און דיר צו פלוידערן נישט צו די זאך, פארוואס נוצט די נישט דיין ענערגיע צו פארדינען א כשר שטיקל ברויט?

די קאכסט דיך פאר דיין געטשקעלע פול טיים, דיין געטשקע וועט קיינמאל נישט גיין קיין אטאסוויל.

פארוואס קלערסטו אז די ביסט בעסער פון אים? ווייל דיין "ווייב" גייט מיט פאלם שטרימפ מיט סיעמס? איך קען דיר אויסרעכענען א סאך זאכען וואס ער איז בעסער פון דיר.

אויף עס צו זאגען פוי? אלעס כדי אראפ צו וואשען א שטיקעל גוטע השפעה וואס די דרשה קען מאכען אויף דיר?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/8/2005 21:29 לינק ישיר 

אטאז

איך מאך נאך ב"ה אזוי פיל כשר געלט ווי די.

די רעדסט שוין די זעלבע דעמאגאגיע ווי דער רעדנער, די ווייסט שוין אויך אטאמאטיש אז איך בין א גנב ווייל איך בין א חסיד, וועגען דעם ביסטו געווארען אזוי איבערגערעשט פון די מוראדיגער דברי חכמה פון דעם פלוידער.

איך האט שוין געשמועסט מיט סוחרים, תלמידי חכמים, ברי דעת, אין אנשי מעשה, יעדער איז געווען אזוי דיסעפוינטעט אין דעם דרשה, יעצט נאך דיינע נופת נופים קעגען חסידיםפ פארשטיי איך שוין וואס די זעסט אין דעם דרשה.

תוקן על ידי - shia550 - 26/08/2005 21:30:50



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/8/2005 21:31 לינק ישיר 

און אגב ר' זאלי פון וועלעכע היימישע אידן ביסטו אזוי צופרידען, יעדער זאגט דאך אז די אנדערע פארטיי טויג נישט זיי זיינען פוי ! ווערעמיגע קינדער ! שלעכטע פאנאטיקער ! מאדערנע מושחתים. נו ! אפשר זיינען אלע גערעכט ?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/8/2005 21:32 לינק ישיר 

סארי שיע! איך האב געמיינט זאלי.

אבער צו דיר וויל איך פרעגען איך בין פונקט אזא וויליאמסבורגער תושב ווי די, מען דארף אבער מקבל זיין דעם אמת ממי שאמרה, האסטו עפעס צו ענטפערען אויף דעם? צו סתם איז דיין השקפה אז וואס מיר די מובחר הבריאה טועהן איז ריכטיג, און מען טאר נישט קריטיקירן?

איך האנדעל מיט א סאך פרומע אידן ווילי בארא פארק פלעטבוש זאג מיר וואס די טראכסט ווי אזוי גייט די ארענטליכקייט מיט געלט לויט די געגענטען? טרעף צו ?
וועלעכע האבען מער גוטע כשר'ע פרנסות? וועלעכט ווילען מער אז וואס זיי טועהן זאל זיין לויטן אמת?

תוקן על ידי - aaatozzz - 26/08/2005 21:38:46



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/8/2005 21:42 לינק ישיר 

אויב די ביסט אזא וויליאמסבורגער תושב ווי איך ביסטו ווייט פון א וויליאמסבורגער.

מחדש געווען האט ער גארנישט ער האט געזאגט סתם מוסר מיט א שחצנות וואס אונז האב מיר פון וועם צו הערן.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/8/2005 21:46 לינק ישיר 

ווי אזוי גלייכסטו צו זיין "שחצנות" צו ר' אהרן'ס דרשה וועגען "וואס האבען א ספעציעלען חוש צו דערשנאפען" ? אדער צו רבי'ן פילע דרשות קעגען בני יואל? דאס זיינען דיר היימיש און געשמאק? הא? אבער א ביסעל ערענסטקייט און אמת קרענקט דיר.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/8/2005 21:53 לינק ישיר 

טענו לו בחיטין והודו לו בקידוש לבנה.

ר' אהרן איז א רב האט ער א רעכט צו רעדן, אין בכל זאת גלייב איך נישט אז די ווערסט אנציקט פון זיין דרשה, פארוואס פון אים יא? ווייל ער האט דיינע דעות קעגען חסידישע אידן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/8/2005 22:06 לינק ישיר 

קודם כל

דינא דמלכותא דינא איז דער ריכטיגער נאמען פאר די דרשה

און נישט ועשית הישר והטוב


ווייל די לויערס זאלן אונז נישט זאגן וואס א יוד איז און וואס חילול השם איז

דער רב פון אוטוסוויל תפיסה ראביי נחום לאסקין

א ראביי וואס ציטערט פאר זיין דאלאר

און ציטערט צו העלפן אידן


ער קען העלפן ער דארף נאר וועלן

מען רעכנט זיך זייער מיט זיין מיינונג אין תפיסה

ביי ר' א. י. פ. לעצטנס האט מען געארבייט שטארק ער זאל קענען זצן שבעה אינדערהיים

בשעת מען האט געפרעגט דעם ראביי האט ער געזאגט
אז מען מוז נישט

און ווי ער דרוקט זיך אויס "איטס נאט נעסעסערי"

אזוי אויך ביי חלה פאר שבת

און אביסל מער גרעיפ דזשוס


ווער סקען פראבירן צו טוהן אין דעם נושא אויפן איידעלן אופן חלילה נישט שרייען

נאר פרעגן איהם צו ער העלפט ארויס אידן


ער דארף באקומען דעם מעסעדזש אז

"אז מען האט א זכיה צו העלפן אידן"


די רעדע איז סיי אין די תפיסה

און סיי אין קעמפ דערנעבן

ער האט שוין חזקה זיך נישט צו שטארק אנצושטענגען פאר אידען

מיט די טענה אז ער קען נישט צו פיל העלפען

אבער די עסקנים וואלטען געדארפט טרעפען וועגען ווי אזוי ממנה צו זיין מער א סימפאטישע ראביי,


געטס א קוק ראביי בלום ראביי האראוויץ זיי העלפן אידן מיט וואס נאר מעגליך


איך ווייס נישט צו מען דארף א אנדערן אפשר קען ער אויך בעסער ווערן


מען דארף רעדן צו זיינע קינדער זיי האבן א גרויס השפעה אויף איהם

אויך שעמט ער זיך פון זיי

אבער דאס איז קלאר ספעלט עסקנים

ביי סטעיט פריסינערס איז דא גענוג עסקנים

סקומט צו פעדעראל האט מען מורא צו טוהן

עס איז נישט דא וואס מורא האבן מען דארף טוהן

ואשרי חלקם


עס איז ידוע אז ביי דער גלח פין אויטיסוויל

קען מען מער באקומען ווי ביי אים.


אבער נישט דער ראביי לאסקין זאל אונז זאגן וועגן חילול השם

פרעגטס די איבער 2 מנינים אידן וואס זיצן אין אוטיסוויל אין קעמפ וואס דער לאסקין איז ביזי מיט חילול השם

און אלץ וועט ער זאגן נאר די מינימום



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > דינא דמלכותא דינא
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext