בפרט איז גרויליג צו הערן ווי דער - לכאורה - האלבער איד שטאלצירט אז ער איז פונקט אזוי גוט ווי מיר זענען, און ער איז גאר א בעסערער איד ווי אונז...
נשלח ב-26/8/2005 21:23
אטאז
מוראדיגע דברי חכמה ממש עס האט זיך דאס געלוינט צו גיין הערן.
נעקסטע מאל זאל ער זאגן אז קמץ א איז א אין קמץ ב איז ב וועט זיך נאך מער לוינען צו גיין.
בכלל זענען אסאך היימישע אידן געווען פארווייטיגט אז מען האט אים גערופען צוד דעם מיטינג, בשעת קיין גרויסע טובות קען מען פון אים נישט האבען פאראייניגט צו נישט.
נשלח ב-26/8/2005 21:26
אז די האסט טאקע אזוי פיל היץ און דיר צו פלוידערן נישט צו די זאך, פארוואס נוצט די נישט דיין ענערגיע צו פארדינען א כשר שטיקל ברויט?
די קאכסט דיך פאר דיין געטשקעלע פול טיים, דיין געטשקע וועט קיינמאל נישט גיין קיין אטאסוויל.
פארוואס קלערסטו אז די ביסט בעסער פון אים? ווייל דיין "ווייב" גייט מיט פאלם שטרימפ מיט סיעמס? איך קען דיר אויסרעכענען א סאך זאכען וואס ער איז בעסער פון דיר.
אויף עס צו זאגען פוי? אלעס כדי אראפ צו וואשען א שטיקעל גוטע השפעה וואס די דרשה קען מאכען אויף דיר?
נשלח ב-26/8/2005 21:29
אטאז
איך מאך נאך ב"ה אזוי פיל כשר געלט ווי די.
די רעדסט שוין די זעלבע דעמאגאגיע ווי דער רעדנער, די ווייסט שוין אויך אטאמאטיש אז איך בין א גנב ווייל איך בין א חסיד, וועגען דעם ביסטו געווארען אזוי איבערגערעשט פון די מוראדיגער דברי חכמה פון דעם פלוידער.
איך האט שוין געשמועסט מיט סוחרים, תלמידי חכמים, ברי דעת, אין אנשי מעשה, יעדער איז געווען אזוי דיסעפוינטעט אין דעם דרשה, יעצט נאך דיינע נופת נופים קעגען חסידיםפ פארשטיי איך שוין וואס די זעסט אין דעם דרשה.
תוקן על ידי - shia550 - 26/08/2005 21:30:50
נשלח ב-26/8/2005 21:31
און אגב ר' זאלי פון וועלעכע היימישע אידן ביסטו אזוי צופרידען, יעדער זאגט דאך אז די אנדערע פארטיי טויג נישט זיי זיינען פוי ! ווערעמיגע קינדער ! שלעכטע פאנאטיקער ! מאדערנע מושחתים. נו ! אפשר זיינען אלע גערעכט ?
נשלח ב-26/8/2005 21:32
סארי שיע! איך האב געמיינט זאלי.
אבער צו דיר וויל איך פרעגען איך בין פונקט אזא וויליאמסבורגער תושב ווי די, מען דארף אבער מקבל זיין דעם אמת ממי שאמרה, האסטו עפעס צו ענטפערען אויף דעם? צו סתם איז דיין השקפה אז וואס מיר די מובחר הבריאה טועהן איז ריכטיג, און מען טאר נישט קריטיקירן?
איך האנדעל מיט א סאך פרומע אידן ווילי בארא פארק פלעטבוש זאג מיר וואס די טראכסט ווי אזוי גייט די ארענטליכקייט מיט געלט לויט די געגענטען? טרעף צו ?
וועלעכע האבען מער גוטע כשר'ע פרנסות? וועלעכט ווילען מער אז וואס זיי טועהן זאל זיין לויטן אמת?
תוקן על ידי - aaatozzz - 26/08/2005 21:38:46
נשלח ב-26/8/2005 21:42
אויב די ביסט אזא וויליאמסבורגער תושב ווי איך ביסטו ווייט פון א וויליאמסבורגער.
מחדש געווען האט ער גארנישט ער האט געזאגט סתם מוסר מיט א שחצנות וואס אונז האב מיר פון וועם צו הערן.
נשלח ב-26/8/2005 21:46
ווי אזוי גלייכסטו צו זיין "שחצנות" צו ר' אהרן'ס דרשה וועגען "וואס האבען א ספעציעלען חוש צו דערשנאפען" ? אדער צו רבי'ן פילע דרשות קעגען בני יואל? דאס זיינען דיר היימיש און געשמאק? הא? אבער א ביסעל ערענסטקייט און אמת קרענקט דיר.
נשלח ב-26/8/2005 21:53
טענו לו בחיטין והודו לו בקידוש לבנה.
ר' אהרן איז א רב האט ער א רעכט צו רעדן, אין בכל זאת גלייב איך נישט אז די ווערסט אנציקט פון זיין דרשה, פארוואס פון אים יא? ווייל ער האט דיינע דעות קעגען חסידישע אידן.
נשלח ב-26/8/2005 22:06
קודם כל
דינא דמלכותא דינא איז דער ריכטיגער נאמען פאר די דרשה
און נישט ועשית הישר והטוב
ווייל די לויערס זאלן אונז נישט זאגן וואס א יוד איז און וואס חילול השם איז
דער רב פון אוטוסוויל תפיסה ראביי נחום לאסקין
א ראביי וואס ציטערט פאר זיין דאלאר
און ציטערט צו העלפן אידן
ער קען העלפן ער דארף נאר וועלן
מען רעכנט זיך זייער מיט זיין מיינונג אין תפיסה
ביי ר' א. י. פ. לעצטנס האט מען געארבייט שטארק ער זאל קענען זצן שבעה אינדערהיים
בשעת מען האט געפרעגט דעם ראביי האט ער געזאגט
אז מען מוז נישט
און ווי ער דרוקט זיך אויס "איטס נאט נעסעסערי"
אזוי אויך ביי חלה פאר שבת
און אביסל מער גרעיפ דזשוס
ווער סקען פראבירן צו טוהן אין דעם נושא אויפן איידעלן אופן חלילה נישט שרייען
נאר פרעגן איהם צו ער העלפט ארויס אידן
ער דארף באקומען דעם מעסעדזש אז
"אז מען האט א זכיה צו העלפן אידן"
די רעדע איז סיי אין די תפיסה
און סיי אין קעמפ דערנעבן
ער האט שוין חזקה זיך נישט צו שטארק אנצושטענגען פאר אידען
מיט די טענה אז ער קען נישט צו פיל העלפען
אבער די עסקנים וואלטען געדארפט טרעפען וועגען ווי אזוי ממנה צו זיין מער א סימפאטישע ראביי,