בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

דינא דמלכותא דינא

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-28/8/2005 05:55 לינק ישיר 

איך האב גארנישט קעגען ראביי לאסקין, אבער איך זע נישט וואס ATOZ ווערט אזוי אנציקט פון זיין דרשה.

עס שמעקט נישט עס שטינקט נישט.

נאטינג ספעשל.

א דרשה וואס מען קען הערן פון יעדעם חכם אין מקוה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/8/2005 09:14 לינק ישיר 

אזוי ווי עס איז אייביג געווען דער נוסח ביי יודן "ורם לבבך ושכחת" איז עס ביי איהם אויעכט. א יעדער יוד וואס באקומט א ביסעלע power פארגעסט דערנאך ווער עס האט עס איהם געגעבן אדרבה ווייזט מיר אן "איין" יוד וואס האט געהאט כח און האט עס אויסגענוצט לטובת הכלל?

עס וועט זיך קיינמאל נישט ענדערען "יעדער מיינט זיך. און איך מיין מיך".



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/8/2005 04:30 לינק ישיר 

זאליוועקי: פארגעס פין לאסקין א מינוט. איז נישט דא געניג שווינדלעריי ביי (חסידישע) אידן צו פאריפען אזא אסיפה. איז וואס אז א גוי איז ערגער? פאריאר האט דער לויער בענדשזעמין בראפמאן עס גיט ארויס געברענגט. די ביסט א איד, די האלטס דיך בעסער העכער אין מער ווי א גוי, ליגט אויף דיך א פליכט זיך אזוי אויפצופירן. יא ווען מען כאפט דיך ביי שווינדל מאכט די פרעסע מארמעלאדע דערפין, ווייל עס איז אויפאלענד אין מאכט גיטע פרעסע. ליידער, אבער פארט א פאקט.

פין דיינע ווערטער איז משמע אז די אמת טיט דיך וויי. פארפאלן, מיך האט מען אויסגעלערנט קבל את האמת ממי שאמרו. עס איז ליידער צו אמת עס נישט אויסצוהערן אין מקבל זיין.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/8/2005 05:10 לינק ישיר 

veaz
הער מיך אויס

איך קען דיר אנווייזען אנדערע עסקנים וואס זענען גווען אדער זענען נאך אלץ גרויס און האבען נישט פארגעסן זייערע פליכט אלץ שלוחי צבור והכלל . לגבי דעם ראביי פון אוטסוויל, איז אביסעל אנדערש ווייל איעדער חדר אינגל ווייסט צו זאגען, אז איינער וואס האט דאס מינדעסטע השפה אויסצולייזען אידען איז מחייב דאס צו טון אבר דער ראביי פון אוטסוויל האט נאר אנגענומען איין געבאט פון דער "תורה" חולל ה' . זיין ארבעט האט בכלל גארנישט צוטון מיט פראסיקוטען מענטשען (אידען) נאר הלכה האט ער א ווארט. אבער ער ניצט דאס אויס אויף פארקערט נישט די הלוכה נישט דער שלחון ערוך האט ער פאר די אויגען.

נאר בלויז אייןזאך

ניצט ער גוט אויס אוף זיין פאזיציע

פאר מאכען די פיסק פון ווער עס בעט הילף

און אויב ווילט איר הערען מוסר פון די לאיערס
פאלגט מיר א גאנג

די לאיערס וואס האבען דארט גערעד'ט זענען פון די (געריבענסטע) גרעסטע דריי קעפ וואס כלל ישראל האט היינט צוטאג'ס

פרעגט נאר זייערע קליענטען זיי זענען ?

עצה'ס האבען זיי אפשר גוטע (זאלען זיי העלפען מיט עצה'ס)

אבער מוסר'רען זאלען זיי זיך אליינס



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/8/2005 05:12 לינק ישיר 

ס'איז דא א גוט ווארט פון גוטע אידן:

דער לעזונג פאר אן עקסטרעם, איז נישט דאס גיין צו די אנדערע עקסטרעם.

עס איז אמת אז עס איז דא פראבלעמען אויך ביי חרדי'שע אידן, און נישט נאר ביי די גויים.

אבער דער לעזונג דערפאר, איז נישט דאס זיך אויפשטעלן זאגן אז אלע חרדי'שע אידן ווייסן נישט פון עפעס אנדערש ווי ישיבה'שע שטיק.

נישט נאר ווייל דאס איז אסור צו טון - אויב נאר אלס ריין מסירה, נאר אויך ווייל עס איז פשוט גארנישט ווערט.

עס איז מיר אלעמאל וואונדערליך, ווי אין די היינטיגע וועלט, ווען מען פרעדיגט אזויפיל די ליבעראלע שיטה אז מען דארף יעדעס שלעכטע ווארט איינוויקלען אין הונדערט גוטע (א מהלך וואס איז מיסודו געגנבעט פון די חז"ל), ענדיגט זיך אלעס ווען עס קומט צו חרדי'שע אידן.

זיי זענען נישט קיין מענטשן, זיי מוזן יא מקבל זיין מוסר אפילו מען זאגט דאס אויפן גרויליגסטן אופן וואס שייך, און נאר ביי זיי איז דא עוולות.

און בפרט ווען עס איז גאר ווייט פונעם מציאות, רוב חרדי'שע אידן זענען שטארק באוואוסטזיניג - לכל הפחות, היינט צו טאג - אז יעדער אקט וועט אמאל מעגליך דארפן געענטפערט ווערן, און אז א איד איז מער נאכגעקוקט ווי א גוי, מאיזה סיבה שיהיה.

און אויף דיר - קוטשמע - האלט איך אז דו האסט נישט געהערט דעם טעיפ, ווען יא וואלסטו מיר גלייך פארשטאנען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/8/2005 07:17 לינק ישיר 

איך האב געהערט די 2 טעיפס אין מיין אויפפאסונג איז אז בראנפמאן האט ליידער געזאגט דעם אמת נאר עס איז נישט געווען געניג נכנסים ללב ווייל עס האט נישט אויסגעזעהן יוצאים מן הלב נאר אז זיין רעדע זאל זיין געלאנגען אזוי ווי ער רעדט א קלאזינג סטעיטמענט צי א דזארי

אויך האט ער גערעדט ווי א עכט ליבעראלער יוד מיט א שנאה צי חסידים איך קען עיהם נישט פערזענליך עס קען זיין אז איך האב עיהם נישט גיט אפגעשאצט אבער פין זיין דערמאנען אזויפיל מאל "ישיבישע שטיק" האט עס מיר אויסגעזעהן אז חסידים האבען עיהם מער געבאדערט ווי חילול השם

ווייטער לאידך גיסא א רעדנער וואס האט אויסגעזעהן אז יראת השם נגעת ללבו,אין גערעדט פין איסור פון רעדען ביים דאווענען האב איך נישט פארשטאנען וואס דאס האט געהאט צי טאהן מיט די אסיפה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/8/2005 08:54 לינק ישיר 

האסט א טעות.

ווען מען זאגט ישיבה'שע שטיק מיינט מען געווענליך ליטוואקעס.

ווען ער וואלט געזאגט חסידישע שטיק וואלסטו אים געקענט באשולדיגן אין זיין אנטי חסידים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/8/2005 18:52 לינק ישיר 

די רעדעס זענען געווען קריטיש וויכטיג. פשוט אויפצו-וועקן דעם עולם. עס זענען ליידער דא אומערפארענע אינגעלייט וואס לאזן זיך אריין אין ביזנעס, אן א געהעריגע אקאונטענט, אן חשבונות, די קאפ אין וואנט אריין, מיט א פולע "בת היענה מענטאליטי". קומען די דרשנים און זענען מעורר: זאלסט וויסן אז אית דין ואית דיין, עין רואה ואוזן שומעת, און אויב מ'פירט זיך נישט אויף לויט די געזעץ זאל מען חלילה נישט דארפן אנקומען נישט צו בראופמאן, און נישט צו לאסקין, און אוודאי נישט אין יושב בסתר...
פיל מענטשן טוען צומאל "טובות" פאר מענטשן וואס מ'קען עס נישט רופן קרימאנאלע אויפפירונג, נאר א בחינה פון "בארדערליין" borderline).
עס איז נישט קיין בפירושער פארברעך, אבער עס קען זיין א פארברעך. ווי יענער האט געזאגט:
"טעות עכום איז מותר, אבער ווען מ'כאפט אים איז ביטער."
פיל מאל זענען דא אומשולדיגע זאכן וואס אויב איז יצא הקצף ח"ו, קען מען אפירברענגען חטאת נעורים אפילו אזעלכע וואס ער האט זיך אליין איינגערעדט אז דאס איז "בלויז" א קליינע עבירה'לע. און די זאכן האבן שוין געקאסט פאר אידן מיליאנען דאלאר מיט הונדערטער שלאפלאזע נעכט.
לפי הדברים האלה האט מען געקענט אסאך ארויס נעמען פון די דרשות, זה בכה וזה בכה, ישמע חכם ויוסיף לקח.
אויך לערנט מען זיך אויס, אז עס איז פארהאן א וועג אפילו ווען מ'איז שוין אביסל פארפלאנטערט זיך צו ווענדן תיכף צו א גוטן לויער אדער אקאונטענט, נישט ווארטן ח"ו ביז דער פעדעראלער אגענט שטייט ביי די טיר.
בנוגע די שארפע אנטי-חרדי אויסדרוקן וואס בען בראופמען האט נישט פארגעסן ארויסצוברענגען מיט א שטארקקייט, דאס יאר אויך פאראיאר. קען מען זאגן - בדרך אפשר - ס'איז מעגליך אז מיט באוואשן די חרדים זוכט ער זיך צו ריין וואשן אין פאבליק זיין גילטי-קאנטשענס, זייענדיג א געהעריגע ישיבה בחור (מיט ישיבה'שע שטיק). און האבנדיג א ברודער און א זון א ת"ח, און ער איז אנשטאט דעם אויסגעוואקסן א לויער, גייענדיג צווישן גויים מיט אן אויסזען כמעט ווי אזוינס, וויל ער כאטש מיט דעם שפירן ווי ער שטייט מיט עפעס העכער ווי זיי.
אבער פון זיינע ווערטער שרייט ארויס זייער א שטארקע מעסעדזש, אזוי ווי פון זיין שטאנדפונקט באמערקט ער אלעמאל נאר דעם חרדי'שן אוממענטש (אפילו אין ארץ ישראל וואס מ'זעט גאר אפט ווי די פרייע (חילונים בלע"ז) קענען יענעם שטופן, אראפווארפן אדער לאכן אין פנים און ניטאמאל זאגן: סליחה!) אבער ער זעט נאר מיט זיינע אויגן ווי דער פרומער איד איז אן אוממענטש. אזוי זענען פיל מאדערנע און פרייע אידן און אוודאי להבדיל גויים, קוקן אן זייער קרום ווען אן אולטרא ארטאדאקסישער איד מאכט א חילול ה', און אפילו אויב אנדערע זענען נישט בעסער, דארף זיך דער איד מער היטן, ווייל אים קוקט מען מער אן. פון אונז פארלאנגט מען און מ'ערווארט בעסערס און שענערס.
יא נאך אלעם זענען מיר דער 'עם הנבחר'.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > דינא דמלכותא דינא
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 סך הכל 2 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.