איך וועל אנהייבען מיט א עובדה וואס האט פאסירט ווען רבינו זצק"ל איז נאך געווהען פאר די בר מצוה (ווער עס ווייסט פון א מקור זאל עס צוברענגען)
ובכן: איינמאל האט דער קדושת יום טוב מכבד געווהען פאר דעם רבי'ן זצק"ל זאל זאגען א דריש ער איז נאך געווהען
דאמאלטס זייער אינג אפשר נאך פאר די בר מצוה . פארשטייט זיך אז עס איז געוועהן אזאנס אין אזעליכס וואס איעדער האט געהאט עס מפליא גוועהן . נאכען דרשה איז צוגקומען אן עלטערע איד א רב וואס האט מוירעדיג מקנא געווהען דעם אינגען "יולישל" וואס האט יעדען בצויבערט, האט ער גזאגט פארען רבי'ןז"ל, זייט וויסען, אז ווען איינער וואס איז קליג אלץ קינד, וואקסט זיין קינדערשאפט מיט מיט עם.
האט דער דער רבי זצק"ל ספאנטאן אבער געלאסן געענטפערט,
מסתמא זענט איר געווהען אן אויסטערלישער קליג קינד!
|
|